בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש לעיר האבות סיגוט שבת ישיבה של מעלה - שבט תשפ''ג

כ"ד שבט תשפ"ג – ל' שבט תשפ"ג · 68 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דאנערשטאגכ"ה שבט תשפ"ג2/16/2023

בילדער · 4
תפילת מנחה ומסיבת לחיים בבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו אין וויען עסטרייך, אינאיינעם מיט תלמידי תלמוד תורה מחזיקי הדת וויען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
דאנערשטאג 8:30 אויפדערנאכט (1:30 מיטאג אין ניו יארק) אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אין שטאט באניא אין רומעניע.

רבינו שליט''א וועט זיך ארויסלאזן צום עיר האבות סיגוט א וועג פון איין אהאלב שעה, און דאווענען תפילת מעריב אינעם שוהל הויף במקום שהתפללי בו רבותינו הק'.

כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
דאנארשטאג אויפדערנאכט אין עיר האבות סיגוט יצ"ו

דער טשארטער פליגער פון די תלמידי ישיבתינו הקדושות בארה''ק האט געלאנדעט אין שטאט באניא אין רומעניע ארום 7:00, און די טשארטער פליגער פון תלמידי ישיבתינו הקדושות באייראפע אין שטאט סאטמאר אין רומעניע ארום 6:45.

אין די יעצטיגע מינוטן קומען אהן די באסעס אין א זאל צום עיר האבות סיגוט ווי עס וועט סערווירט ווערן א געשמאקע נאכטמאל, און תיכף דערנאך גראד צופארן צו די האטעלן.

כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א וועט אהנקומען אום 10:00 און דאווענען מעריב בביהמ"ד מיט א ענגע מנין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
קה זכות אבות יגן עלינו

אין די יעצטיגע מינוטען איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען בעיר האבות סיגוט צום היסטארישע שול הויף במקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים אהנקומען צום בנין ביהמ"ד עצי התמרים בעיר האבות סיגוט יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
בחורי ישיבתינו פון ירושלים און בני ברק ביים אנקומען מיטן טשארטער פליגער אין די שטאט באניע, אויפן וועג צום עיר האבות סיגוט.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ◻️
בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מעריב יעצט אין היכל משה ארי' אינעם בנין ביהמ''ד עצי התמרים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ו שבט תשפ"ג2/17/2023

באריכט
דינסטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אברהם ב"ר שבתי ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק ב"ר מנלי שעהר הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמעון שווארטץ הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 4:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד ישמח משה צום מעמד יום האיחוד פון די קרוב צו טויזנט תלמידי כתה מכינה לישיבה כיתה ט' במוסדותינו הק' איבער גרעיטער ניו יארק, דער רבי האט געדאווענט מנחה, דערנאך איז דער רבי ארויף אויפן בימת הכבוד, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים און פארגעזינגען חרוזים.
דערנאך האבן די מנהלים איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א מנחת ביכורים א קוויטל כוללת מיט די נעמען פון אלע בחורים מיט די טויזענטער שעות רציפות וועלכע זענען געלערנט געווארן במשך די ימי השובבים העעל"ט.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש והדרכה פאר די בחורים, בדברי התחזקות ללימוד התורה, ובסוף דבריו האט דער רבי ארומגערעדט ברגשי לבו הטהור איבער דעם מסע קודש לעיר האבות סיגוט אויף דעם שב"ק שבת שקלים לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרנא ורבנא הגה''ק בעל קדושת יו"ט זיע''א, און פראווענען דעם שבת 'ישיבה של מעלה' מיט תלמידי ישיבתינו הק' פון ארה"ק און אייראפע, דער רבי האט ארויסגעברענגט די קשר פון רבותיה"ק העצי התמרים זיע''א און די געוואלדיגע כוחות וואס זיי האבן אריינגעלייגט אין הרבצת התורה פאר בחורים, וברגש קודש ארומגערעדט איבער די זכי' צו קענען פארלערנען פאר בחורים במקום ישיבת אבותיו הק', און געזאגט אז ער וועט אי"ה מיטנעמען די קוויטל כוללות פון די שעות רציפות פון די בחורים צו ברענגען א פריסת שלום פון די היזיגע בחורים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די תלמידים וואס האבן געלערנט די שעות רציפות במשך די ימי השובבים העעל"ט. מען האט געענדיגט ארום 5:45.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ג ר' משה ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ברך משה וומסב''ג ואחיו החשובים ע"פ אביו ע"ה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה האט דער רבי געליינט תנאים פון די מחותנים ר' אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו און ר' שאול בראך הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בביקור אצל הגה''צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט''א אב''ד קהל חסידים וינה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בביקור אצל הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט''א אב"ד קהל אוהל משה וויען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, לעיר האבות סיגוט יצ''ו

מיטוואך פרשת משפטים

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול.

מיטאג ארום 3:00 איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל, ווי דער רבי האט געדאווענט מנחה.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מעמד צאתכם לשלום, מ'האט געזינגען עטליכע ניגונים און אור פניך לכבוד שבת שקלים בהתעוררות רב.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש מרגשי לבו הטהור בהכנה דרבה צו די געהויבענע נסיעה ושבת 'ישיבה של מעלה', און מעורר געווען זכות אבות, און דערביי האט דער רבי געזאגט אז ער וועט מיטנעמען א קוויטל כוללות פון די טויזענטער תלמידי הישיבות פון אמעריקע, און מסיים געווען בברכות קדשו.
מען האט געענדיגט ארום 3:50 און די תלמידי הישיבה האבן ארויסבאגלייט רבינו שליט''א מיט כי מלאכיו און קה זכות אבות.

ארום 4.55 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין נוארק עירפארט, און ארויף אויפן פליגער וועלכע האט זיך געהויבן ארום 5:50 א וועג פון 8 שעה קיין וויען עסטרייך.

אויפן פליגער האט רבינו שליט''א עוסק געווען א לענגערע צייט אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן', און געשריבן חידו"ת, און דערנאך האט מען געדאווענט מעריב.

נאך מעריב האט דער רבי איבערגעקוקט א לענגערע צייט די רשימת התלמידים וועלכע קומען אויף שבת לחסות בצל הקודש בעיר האבות סיגוט, און די רשימה פון די נדיבים וועלכע האבן באשטייערט די גרויסע סכומים פאר די קאסטן פון דעם שבת.

דאנערשטאג בערך 7:30 אינדערפרי אין וויען עסטרייך האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער אינעם וויען אינטערנעשענאל עירפארט, ביים טיר פון פליגער האבן אפגעווארט און שלום גענימען פון רבינו שליט''א הגה''צ רבי אברהם יונה שווארץ שליט''א רב דקהל חסידים וינה, אינאיינעם מיט הרבני הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו בבגדי שבת.

רבינו שליט''א איז תיכף צוגעפארן לבית האכסניא אין שטוב פון הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו.
דער רבי האט עוסק געווען בתורה א לענגערע צייט, און דערנאך געגאנגען אין מקוה בביהמ"ד קהל חסידים.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד קהל חסידים. פאר'ן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן מצוה בחור נכד הגה''צ רבי אברהם יונה שווארץ שליט''א רב דקהל חסידים וינה.

נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט'ן בר מצוה בחור, און די תלמידי ישיבה קטנה פון קהל מחזיקי הדת וויען, אינאיינעם מיט'ן ציבור מתפללי הביהמ''ד, מען האט געזינגען ווארימע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער רב הגה''צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט''א און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכיה און שמחה אין שטאט מקבל פנים צו זיין דעם רבי'ן, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' משה אליעזר ווייס שליט''א אבד"ק מחזיקי הדת און ארויסגעברענגט אז דער רבי דער גרויסער מזכה את הרבים פארט אויף שבת צו די אבות וואס זענען בבחינת שבת וועט מען זיכער פוילען ישועות און געבעטן דעם רבי'ן זאל איבערלאזן א ברכה פאר די שטאט, דערנאך האט הנגיד ר' חיים לעווי הי''ו מלובש בבגדי שבת אויסגעדריקט זיין גרויס רגשי הלב די זכיה וואס ער האט אז דער רבי קומט איינשטיין ביי אים, דערנאך האט דער בר מצוה בחור געזאגט דאס פשעטל און מען האט אריינגעזונגען.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די בחורים, און מסיים געווען בברכות קדשו פאר די בחורים און פאר די ארטיגע רבנים, און גאנצ'ן ציבור.
אויפ'ן וועג ארויס איז מען אריבער שלום נעמען.

נאכמיטאג איז געקומען אויף א באזוך הגה''צ ר' משה אליעזר ווייס שליט''א אבד"ק מחזיקי הדת וויען, אינאיינעם מיט די עלטערע קינדער פון די ת''ת, דער רבי האט געדאווענט מנחה און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב''ק בשבח פון די תלמידים און מאריך געווען בענין אז מען זעהט שוין ב"ה חסידישע קינדער מיט פאות אין וויען, און מסיים געווען בברכות קדשו, און דערנאך פארטיילט שיריים פאר אלע קינדער.

דערנאך האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס מיט הגה''צ אב''ד מחזיקי הדת שליט''א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז דער רבי אריבער אויף קורצע באזוכן ביי די רבני העיר שליט''א.
צום ערשט ביי הגה''צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט''א אב''ד דקהל חסידים וינה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער א שאלה בהלכות גירות, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ ר' אשר מרגליות שליט''א אב"ד קהל אוהל משה וויען, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי ער האט געוויזן אלטע כתבי ידות פון גדולי האחרונים, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי הגה''צ ר' משה אליעזר ווייס שליט''א אב''ד מחזיקי הדת וויען, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א געפארן צום עירפארט ווי די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן אום 6:40 א וועג פון 45 מינוט צו די שטאט באניא.
אויפן פליגער איז געווען א שיינער שמועס פון די שטאט סיגוט בצל צדיקים הקודמים משינאווא בעלז נאדבורנא וכ'ו.

די פליגער האט געלאנדעט ארום 8:15 אין די שטאט באניע, פון ווי דער רבי איז גראד געפארן לעיר האבות סיגוט א וועג פון 80 מינוט, אין די אויטא פון הרה''ח ר' שלמה הערש בר''ד עקשטיין הי''ו.

אינטערוועגנס פון באניע קיין סיגוט האט דער רבי צוגעוויזן אלע שטעטלך און גלילות'ער ווי גדולי ישראל האבן משמש געווען ברבנות פאר די קריג.

אום 10 אזייגער איז מען אהנגעקומען קיין סיגוט, און בערך 11 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל משה ארי', און דערנאך שלום געגעבן פאר די חשובע געסט, און יעדן מעודד געווען זיך צו לייגן פרי כדי צו קענען אויפשטיין פרי עוסק זיין בתורה באשמורת הבוקר בישיבה של מעלה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
הונדערטער בחורי ישיבתינו הקדושות פון ארה''ק און אייראפע פולען איבער היינט ליל שישי באשמורת הבוקר די 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט, ווי דער גרויסער ראש הישיבה כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א איז ארום צווישן די טישן און זיך מפלפל געווען מיט די תלמידים בעסק התורה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קומט יעצט אריין צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד עצי התמרים אינעם שוהל הויף במקום שהתפללי בו רבותינו הק', אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי ישיבה של מעלה תלמידי ישיבתינו הקדושות פון ארה''ק און אייראפע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים פארלערנען היינט נאך תפילת שחרית אין ישיבה של מעלה בעיר האבות סיגוט פאר די הונדערטער תלמידי ישיבתינו הקדושות א סוגיא שיעור אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה