מסע הקודש קיין אייראפע שבת הילולא קדישא ישמח משה אין סיגוט - תמוז תשפ''ד
כ"ה תמוז תשפ"ד – ב' מנחם אב תשפ"ד · 50 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען
זונטאגכ"ט תמוז תשפ"ד8/4/2024
נייעס
כי עמך מקור חיי"ם באורך נראה אור
אום 7 אזייגער פארנאכטס (1 מיטאג ניו יארקער צייט) וועט רבינו שליט"א דאווענען מנחה אינעם בנין פון בוני צאנז, בהנהלת הגה"צ ר' יואל הלבערשטאם שליט"א רב דביהמ"ד בית שמואל קרית יואל יצ"ו, און תיכף דערנאך ארויף גיין צום ציון המצויינת פון זקינו מרן הגה"ק בעל דברי חיים זיע"א
מאנטאג דברים 7:05 אינדערפרי אין ליזענסק פוילן: אין א לעצטע מינוטיגע טויש איז כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ארויסגעפארן פון צאנז אום 5:40 פארטאגס - נאך די מקוה אין בוני צאנז - מען האפט אי''ה אנצוקומען אום 7:40 ביים ציון קוה''ק פונעם רבי ר' אלימלך זיע''א.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית, ומעמד בקשת רחמים מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א, אינעם גרויסן שאטער אין איהעל.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אויפשטייגן אויפן פריוואטן פליגער פון ריישא עירפארט, ווי דער רבי זיך הייבן אין די קומענדיגע מינוטען קיין מיוניק עירפארט, פון ווי דער רבי וועט ממשיך זיין אויפן וועג קיין באסטאן, נאכן געהויבענעם מסע הקודש צום יומדהל''ק פון זקינו הגה''ק הישמח משה זיע''א און שב''ק בעיר האבות סיגוט יצ''ו, און דערנאך אין צאנז און אין ליזענסק.
מאנטאג נאכמיטאג אים 4:30 (10:30 ניו יארקער ציייט) - די פליגער פון רבינו שליט"א הייבט זיך בשעה טובה אין מינכן דייטשלאנד, און איז בעז"ה ערווארטעט צו לאנדן אין באסטאן אינטערנעשאנעל עירפארט אים 6:45 נאכמיטאג ניו יארקער צייט, וואו דער רבי וועט דאווענען מנחה און פון דארט אריינפארן א וועג פון צוויי שעה, קיין בעטלהעם ניו העמפשיר לביתו נאוה קודש.