בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

נסיעה צו די שחיטה אין אורוגוויי - באזוך אנ''ש אין ארגענטינע - חשון תשפ''ה

י' מרחשון תשפ"ה – י"ג מרחשון תשפ"ה · 41 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דינסטאגי"א מרחשון תשפ"ה11/12/2024

ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים ודב''ק מיט די שוחטים אין אורעגוויי, נאך תפילת מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע

מיטוואךי"ב מרחשון תשפ"ה11/13/2024

באריכט
חלק ב' באריכט דינסטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - נסיעה צו באזוכן די שחיטה אין מדינת אורעגוויי

ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אינעם עירפארט אין בוענאס איירעס ארגענטינע ווי די פריוואטע פליגער פון רבינו שליט''א האט זיך געהויבן ארום 4:50 א וועג פון 25 מינוט צו מדינת אורעגוויי.

אויפן פליגער איז רבינו שליט"א איבערגעגאנגן מיט די רבנים שליט"א אלע פרטי והידורים אינערהאלב די מערכת השחיטה דא אינעם נייעם פלענט.

ארום 5:15 האט געלאנדעט די פריוואטע פליגער אין ארטיגן עירפארט אין אורעגוויי, רבינו שליט''א איז אנגעקומען לבית האכסניא אום 6:40.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די שוחטים. בעל תפילה: הרב חיים בצלאל בלום הי''ו.
נאך מנחה האט זיך דער רבי באגריסט מיט אלע שוחטים.

ארום 8:30 האט רבינו שליט''א בודק געווען די חלפים ווי אלע שוחטים באזונדער האבן געגעבן פארן רבין בודק צו זיין זייערע חלפים, דערנאך האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו.

נאך מעריב איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די שוחטים ווי דער רבי האט משמיע געווען דב''ק והדרכה און ארויסגעברענגט די אחריות וואס ליגט אויף די שוחטים וואס כשרות איז די יסוד, און מיט איין בהמה וויפל אידן מען קען מזכה זיין אדער חלילה מכשיל זיין, די גרויסע זכות פון די שוחטים, און מסיים געווען מיט ברכות קדשו און געזאגט אז מען וויל נישט אויפהאלטן די שוחטים צו לאנג וועלכע שטייען שוין אויף מארגן 5 פארטאגס שחט'ן.

נאך די דב''ק זענען אלע שוחטים אריבער נעמען שיריים פון רבינו שליט''א.

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צום פלענט אינאיינעם מיט הגה''צ דומ''ץ ב''פ שליט''א און הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, צום ערשט האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די מקום השחיטה און די באקס ווי מען שחט ווי די בהמות גייען אריין וואס ווערט איבערגעדרייט אז די שחיטה זאל זיין א שחיטה מונחת - כדי דאס צו זעהן פון דער נאנט, נישט בשעת די ארבייט.
דערנאך איז דער רבי אריבער צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע ניקור אפאראט אויף די פלייש פון די היינטיגע שחיטה און געזאגט פארשידענע הוראות והדרכות פאר די משגיחים.

פון דארט איז דער רבי אריבער מיטצוהאלטן די חלקי המליחה ובטירחא דגופא אליינס ארויף מיטהאלטן דעם גאנצן סדר פון די זאלצן, און דערנאך ממשיך געווען ביי די חלקי שטופה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס ווערן איינגעפירט דורך רבינו שליט"א.

דערנאך איז דער רבי אריין זעהן דעם גיגאנטישער שטח פון די פעקידזשינג אפאראט וואס איז אנגעגרייט שוין פאר מארגן, און באטראכט א לענגערע צייט דעם גאנצע סדר וויאזוי עס ארבייט ווי עס טיילט זיך אפ די כשר'ע פון די טריפה פלייש וכו'. וואו אלעס ווערט אדורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור.

ארום 1:00 נאך א לענגערע צייט פון גאנצע דריי שעה ווי דער רבי איז ארום בטירחא דגופא אינעם גאנצן פלענט מיט אלע חלקים איז דער רבי אהיים לבית האכסניא.

מארגן פארטאגס 6:30 ארטיגע זייגער וועט רבינו שליט''א צוריקגיין און זיך אומקוקן אויף די מערכת השחיטה, בדיקות פנים וחוץ, בדיקות כריסות, פעקידזשינג און אלע איבריגע חלקים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים בודק זיין די חלפים פון די שוחטים אין אורעגוויי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אנקומען אין אורעגוויי צו באזוכן די שחיטה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 7
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך היינט אין די פלענט פון די שחיטה אין אורעגוויי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
נאך בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך נעכטן נאכט אין די פלענט פון די שחיטה אין אורעגוויי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נעכטן ביים בודק זיין די חלפים פון די שוחטים אין אורעגוויי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווידיאו
ערשטע בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך היינט פארטאגס אין די גאנצע פלענט פון די מהודר'דיגע שחיטה אין אורעגוויי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית היינט אין אורעגוויי נאך די באזוך ביי די מהודר'דיגע שחיטה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 13
נאך בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך היינט פארטאגס אין די גאנצע פלענט פון די מהודר'דיגע שחיטה אין אורעגוויי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
מיטוואך פרשת וירא 6:29 אין מדינת אורעגוויי אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאכן באזוכן די שחיטה, א וועג פון 25 מינוט קיין ארגענטינע ווי דער רבי וועט דאוונען תפילת מעריב, און שפעטער ממשיך זיין די נסיעה אויפן וועג אהיים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
מיטוואך פרשת וירא 7:08 אין ארגענטינע אין די יעצטיגע מינוטען האט געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, דער רבי וועט דאוונען תפילת מעריב אין עירפארט, און שפעטער ממשיך זיין די נסיעה אויפן וועג אהיים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
נייעס
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א דאווענט יעצט תפילת מעריב אין עירפארט אין ארגענטינע, נאך מעריב וועט רבינו שליט''א ארויפגיין אויפן פליגער און איז ערווארטעט ארויסצופארן ארום 10:30 ארטיגע זייגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
בילדער · 7
נאך בילדער כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך אין די גאנצע פלענט פון די מהודר'דיגע שחיטה אין אורעגוויי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
וואטסעפפ גרופע
ווייזט ווייטער פון די נסיעה