מסע הקודש קיין ארה''ק שב''ק באתרא קדישא מירון - שב''ק תולדות תשפ''ו
כ"ד מרחשון תשפ"ו – ז' כסלו תשפ"ו · 178 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען
דאנערשטאגז' כסלו תשפ"ו11/27/2025
נייעס
בריך מתייך לשלם!
דאנארשטאג פ' ויצא, אין די יעצטיגע מינוטן 8:48 אויפדערנאכט, לאנדעט בשעה טובה דער פליגער פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין נוארק עירפארט ווי רבינו שליט"א וועט דאווענען מעריב און באלד זיך אומקערן אהיים לביתו נאוה קודש אין קרית יואל, נאך די געהויבענע נסיעה קיין ארה"ק און דער שבת המרומם באתרא קדישא מירון.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 7
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - מאנטאג ויצא. תפילת שחרית בהיכל בית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק יצ''ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - מאנטאג ויצא. - ביקור אצל הגאון הגדול ר' משה שאול קליין שליט"א רב שכונת אור החיים בני ברק. - ביקור אצל רבני עיר בני ברק הגאון הגדול ר' חיים יצחק אייזיק לאנדא שליט"א און הגאון הגדול ר' שבח צבי ראזענבלאט שליט"א, אין לשכת רבני העיר. - ביקור אצל הגאון הגדול ר' יעקב מאיר שטערן שליט"א רב שכונת קהילות יעקב בני ברק. - ביקור אצל הגאון הגדול ר' שמואל אליעזר שטערן שליט"א רב מערב בני ברק
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 14
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - מאנטאג ויצא. קבלת פנים אין היכל כוללינו כולל עצי חיים אין בני ברק לכבוד נשיא הכולל הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, בהשתתפות מרן רבינו שליט"א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - מאנטאג ויצא. מעמד כתיבות האותיות אין שטוב פון הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו אין שיכון קרית יואל בני ברק.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - מאנטאג ויצא. מעמד הכנסת ספר תורה לע"נ רבותינו הק' זיע''א, לבית מדרשינו הגדול.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 15
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - מאנטאג ויצא. מסיבת לחיים בהיכל בית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק יצ''ו לרגל שמחת הכנסת ספר תורה לע"נ רבותינו הק' זיע''א ולרגל שמחת התחלת כתיבת ס''ת לכבודו פון רבינו שליט''א ▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
בריך מתייך לשלם!
כ''ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים אנקומען אין נוארק עירפארט, און ביי מעריב און קידוש לבנה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגח' כסלו תשפ"ו11/28/2025
בילדער · 10
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - דינסטאג ויצא. רבינו שליט''א ביים זיך אומקוקן אויף די לימודים און ביי תפילת שחרית אינאיינעם מיט תלמידי מוסדותינו הק' אין בני ברק.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 18
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - דינסטאג ויצא. מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט תלמידי מוסדותינו הק' אין בני ברק, בבית מדרשינו הגדול אין שיכון קרית יואל בני ברק.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 16
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - דינסטאג ויצא. - ביקור אצל כ''ק אדמו''ר מנאדבורנא שליט''א. - ביקור אצל גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה''ק שליט''א. - ביקור אצל כ''ק אדמו''ר מחוג חתם סופר שליט''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - דינסטאג ויצא. תפילת מנחה בהיכל ישיבתינו הק' ישיבה גדולה מהרי"ט בני ברק.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 15
המשך ביקור המרומם פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין ארה''ק - דינסטאג ויצא. - ביקור אצל כ''ק אדמו''ר מטשערנאבל שליט''א. - ביקור אצל כ''ק אדמו''ר מזוטשקא שליט''א. - ביקור אצל כ''ק אדמו''ר מסלאנים שליט''א. - ביקור אצל כ''ק אדמו''ר משבט הלוי שליט''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגי' כסלו תשפ"ו11/30/2025
באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון
דינסטאג פרשת תולדות - ירושלים עיה''ק
אינדערפרי איז דער רבי געגאנגען אין מקוה בבית האכסניא.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי מוסדותינו הק' בבית מדרשינו הגדול. ביים אנקומען אין ביהמ''ד ארום 9:50 האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים פון די תשב''ר און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער מיט א שטארקע קורת רוח א לענגערע צייט.
ארום 10:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת שחרית און געלייגט טלית ותפילין. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב''ר דוד משה ציפער הי''ו
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מנחם זאב היילברוין הי''ו ווי דער רבי איז געווען סנדק. דערביי האט זיך פארפירט א שמועס מיט'ן גרויסן מוהל הרב שלמה זלמן געלבער שליט''א.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים בהיכל הביהמ''ד. הרה''ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו הק' האט אויפגעטרעטן און באגריסט רבינו שליט''א און דערמאנט הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו וועלכע שטייט לימין קדשו פון רבין להחזקת המוסדות אין יעדע צייט, און דערביי איבערגעגעבן פאר רבינו שליט''א א קוויטל כוללות פון די לימוד שעות רציפות פון תלמידי מוסדותינו הק'. די קינדער האבן געזינגען ווארימע ניגונים און חרוזים אויף אידיש לכבוד המאורע בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות ברגשי געגועין צום עיה"ק ירושלים ת"ו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק אויפן פסוק 'ויתן לך אלקים' און ארויסגעברענגט די חשיבות פון די אינגע יארן וואס מען דארף אויסניצן זיך אויסצוארבעטן פאר די עלטערע יארן, די חשוב'סטע זאך איז די הבל פיהם של תשב"ר און אין ירושלים איז עס נאך חשוב'ער און דאס איז מחייב יעדעם איינעם און מען דארף זיך אויפפירן ווי עס פאסט פאר א קינד פון ירושלים, און ממשיך געווען מיט דברי הדרכה און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאך די דב''ק האט מען איבערגעגעבן פארן רבין די קבלות טובות פון אלע קינדער און דער רבי האט פארטיילט א זמירות לחנוכה דברי יואל פאר אלע קינדער.
דערנאך איז דער רבי ארויף אויף די אויבערשטע שטאקן אין תלמוד תורה ווי דער רבי איז פאר א לענגערע צייט ארומגעגאנגען אין די כיתות און פארהערט די לימודים אויך זענען געווען פארזאמלט די קלענערע קינדער און דער רבי האט פארטיילט ממתקים. דערנאך ארום 1:30 האט מען ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.
ארום 3:30 איז אריין בקו''פ בבית האכסניא א דעלעגאציע פון כולל שומרי החומות רבני והנהלת הכולל, אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי יהושע ליבערמאן שליט''א ראה''כ שומרי החומות, וועלכע זענען געקומען לאדענען דעם רבין צו זאגן די דרשה אינעם היסטארישן כתב סופר שוהל, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' יצחק בלוי שליט''א ראה''כ, און דער רבי האט זיי מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריבער זאגן די דרשה. עס האבן אפגעווארט ארום דעם גאנצן קרית כולל שומרי החומות אלע קינדער וועלכע זענען געשטאנען רינגס ארום און אויף די דעכער און טאראסעס לקבל פני קדשו פון רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.
רבינו שליט''א איז אריין אינעם ביהמ''ד כתב סופר און זיך באגריסט מיט די רבנים צווישן זיי הגאון ר' מתתיהו דייטש שליט''א גאב''ד רמת שלמה און דערנאך זיך מתעטף געווען בטליתו. הגאון רבי יהושע ליבערמאן שליט''א ראה''כ האט אויפגעטרעטן און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן און ארויסגעברענגט די זכיה אז דער רבי קומט דא משמיע זיין דב''ק אויף דעם פלאץ ווי רבותינו הק' בעל דברי יואל ובעל ברך משה זיע''א האבן אויפגעטרעטן. ארום 5:00 האט דער רבי אנגעהויבן דב''ק א לענגערע טיפזיניגע פלפול פון אריבער א שעה אין די סוגיא פון שואל שלא מדעת וועלכע האט מיטגעשלעפט אלע לומדים בשמחת התורה, און ביים סוף מעורר געווען בדברים העומדים על הפרק, איבער די גזירות הגיוס ווי מען דארף זיך האלטן שטארק אן קיין פשרות און די אלע וואס מאכן פשרות זענען א מרים יד בתורת משה, און מסיים געווען מברכת קדשו.
דערנאך האט דער רבי געדאווענט מנחה, בעל תפילה הרה''ח ר' יואל ברש''י וואלדמאן הי''ו (וומסב''ג) מען האט געענדיגט ארום 5:50 און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א קורצע באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מתולדות אברהם יצחק שליט''א לרפו''ש דער רבי האט דורש געווען בשלומו און אים מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 6:05 איז דער רבי אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול צום מעמד הכנסת ספר תורה דורך אנ''ש אין ירושלים לע''נ רבותינו הק' זיע''א, דער רבי האט איבערגענומען די תורה און אפגעראכטן פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט און אינדערמיט זיך אפגעשטעלט ביי די קינדער פארענטשעס און געטאנצן א שטיק צייט. הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו איז מכובד געווארן אריינצולייגן די ס''ת אין ארון הקודש און דער רבי האט פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 6:25.
בבית האכסניא איז פארגעקומען זמני כניסה בקו''פ פאר אנ''ש תושבי ירושלים עיה''ק פון ארום 7:00 ווי עס האבן זיך געשלענגלט א לאנגע שורה א משך פון כמעט 6 שעה אנ''ש להפקד בדבר ישועה ורחמים.
בעת די זמני כניסה זענען געווען באזוכן בקו''פ. - כ''ק אדמו"ר מסטראפקוב שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
- הגאון הגדול רבי משה מרדכי קארפ שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע לומדישע שמועס בהלכות שמיטה און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
- הגאון ר' אהרן רובינפעלד שליט''א ראש ישיבת בעלזא עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
- א דעלעגאציע פון הנהלת כולל חיבת ירושלים אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי נפתלי נוסבוים שליט''א ר''י חיי משה, הגה''צ ר' אהרן גאלדמינצער שליט''א דומ''ץ סקווירא ירושלים, הגה''צ ר' שמעון שמואל האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז טשאקאווא וראה''כ תולדות אלעזר, הגה''צ ר' יצחק ליב שרייבער-סופר שליט''א ר''י אורחות התורה, הגה''צ ר' אביעזר שפירא שליט''א אב''ד דראהאביטש, און די מנהלי הכולל. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם כולל און זיי האבן געוויזן פארן רבין היסטארישע כתבי קודש פון צדיקי הדורות מאוצרו פונעם לשכת הכולל, צווישן זיי די היסטארישע הקדשה ביכל פון הגה''ק משינאווא זיע''א וואס ענהאלט אין זיך פולע הקדשות פון צדיקי הדורות נבג''מ ובראשם הגה''ק משינאווא זיע''א, די הנהלה האט מכבד געווען רבינו שליט''א אריינצושרייבן חתימת יד קדשו. ביים ענדיגן האט דער רבי געגעבן צדקה א תמיכה נכבדה פארן כולל און מאציל געווען מברכת קדשו.
- א דעלעגאציע פון הנהלת כולל זיבנבערגן עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט איבער די פעולות פונעם כולל און מאציל געווען מברכת קדשו.
- אזוי אויך האבן עטליכע כוללים אריבערגעשיקט קבוצות פון מציוני הכולל זיך פארהערן ביי רבינו שליט''א צווישן זיי אינגעלייט מחסידי גור אינעם סדר פון מזומנים. דער רבי האט יעדעם פארהערט זייערע לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:15 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען די זמני כניסה.
אום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען בבית האכסניא הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מסע הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א קיין ארה''ק - שב''ק באתרא קדישא מירון
מיטוואך פרשת תולדות - הר הצופים, בית שמש, ירושלים
אינדערפרי נאך די מקוה אום 8:50 האט רבינו שליט"א פארלאזט בית האכסניא אויפן וועג צו הר הצופים מול מקום המקדש, ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 9:05. רבינו שליט"א איז ארויף אויפן ספעציעלע פלאטפארמע ווי רינגס ארום זענען געווען שווערע הונדערטער אנ''ש מרחבי ארה"ק און אויך האט זיך שוין אהנגעזעהן פרישע געסט פון חוץ לארץ, מען האט געזינגען מערערע נגוני גלות וגאולה אמונה בביאת המשיח בשעת דער רבי האט מאריך געווען בדמעות בצפייה לגאולה. דערנאך האט מען געזאגט די קאפיטלעך תהילים און דער רבי האט געריסן קריעה און געזאגט דעם ברכה דיין האמת און אויסגעבראכן אין שטורמישע בכיות בבכי ומספד וועלכע האט אויף געציטערט די הונדערטער באטייליגטע. נאך לענגערע מינוטען ביים פארענדיגן האט דער רבי נאכגעזאגט אז עס שטייט 'שישו אתה משוש כל המתאבלים עליה' אז אויב פרייט מען זיך שוין יעצט מיט די גאולה העתידה וועט מען זוכה זיין זיך צו קענען פרייען ביי די גאולה השלימה, און דער רבי האט אנגעהויבן זינגען דעם ניגון 'יבנה המקדש' און מיט גרויס שמחה ארויס אין א פייערדיגע טאנץ אויפן פלאץ ברגשי געגועים.
נאכן מעמד ארום 9:45 האט רבינו שליט"א פארלאזט הצופים אויפן וועג קיין בית שמש ווי דער רבי איז אנגעקומען אום 10:25.
רבינו שליט"א איז אריינגעקומען בבית מדרשינו אין שכונת רמת אברהם אין בית שמש צו תפילת שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי מוסדותינו הק', און צום ערשט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פון קינדער מיט א שטארקע קורת רוח און ארום צווישן די טישן און פארהערט די קינדער.
דערנאך האט דער רבי געלייגט טלית ותפילין אין ביהמ"ד, פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל הירש הי"ו (בית שמש). בעל תפילה: ר' שמעון יאזשעף הי"ו (בית שמש)
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט די תלמידי הת"ת, די קינדער האבן פארגעזינגן עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המאורע, און דערביי פארגעשטעלט די השתלשלות פון די מוסדות וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן דורך רבינו שליט''א, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר אברהם מאיר דירנפעלד שליט''א וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א בשם די תלמידי המוסדות און דערנאך איבערגעגעבן פארן רבין א קוויטל כוללות פון די שעות רצופות מיט וואס די קינדער האבן זיך געגרייט צום געהויבענעם באזוך. דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מנהלים און מלמדים און פאר די הנהלת הת"ת פון בית שמש און פון חוץ לארץ, און משמיע געווען דב''ק הדרכה פאר די קינדער און מחזק געווען די הנהלת המוסדות פון בית שמש און חוץ לארץ וועלכע געפינען זיך אין ביהמ''ד און געוואונטשן פאר די מוסדות "זה הקטן גדול יהיה" און מסיים געווען בברכת קדשו פאר די מלמדים און קינדער. דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע קינדער. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
פון דארט איז דער רבי אריבער צום שכינותדיג'ן ביהמ"ד קהל חסידים בשכונת רמת אברהם בראשות הגאון ר' אשר אולמאן שליט''א, ווי עס איז פארגעקומען א יציקות הבורות פאר די נייע מקוה וואס ווערט געבויעט נעבן ביהמ"ד, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען דעם רב הביהמ"ד צו גיסן, און דערנאך אריין בהיכל הביהמ"ד ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וקבלת פנים, מען האט געזינגן עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אביעזר שפירא הי"ו מגדולי תומכי כוללינו אין בית שמש, עס האט אויפגעטרעטן ר' אביעזר הי"ו און מקבל פנים געווען דעם רבי'ן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 1:45 איז דער רבי אנגעקומען אויף א באזוך בבנין מוסדותינו הק', דער רבי איז אריין אין אלע כתות אויף אלע שטאקן און פארהערט די קינדער די לימודים מיט א שטארקע קורת רוח פאר א לענגערע צייט.
דערנאך איז דער רבי אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מראה"ק והמוסדות.
ארום 3:30 האט דער רבי אנגעהויבן זמני כניסה פאר אנשי שלומינו תושבי בית שמש, עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר קרוב צו 3 שעה נאכאנאנד להפקד בדבר ישועה ורחמים.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך משפחת ראזענבוים - מחסידי גור בית שמש, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בבית האכסניא, בעל תפילה: ר' יוסף חיים דאנציגער הי"ו. נאך מנחה זענען אריין בקו''פ בחורי שלומינו פון בית שמש, דער רבי האט משמיע געווען דברי הדרכה, און פארטיילט ספרו אמרא טבא פאר די בחורים.
ארום 7:50 איז דער רבי אריבער אין בית מדרשינו אהל יהושע צום מעמד סיום כתיבת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך חברי קהילתינו הק' לע"נ רבותינו הק' זיע''א. מען האט געזינגן ניגוני התעוררות, דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז דער רבי געגאנגען הגבה און געטאנצן מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו מגדולי נדבני הספר תורה. דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן ספר תורה פאר א לענגערע צייט, און מכבד געווען הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט"א חבר הבד"ץ צו טאנצן מיטן ספר תורה, און הגה"צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקהילתינו ב"פ וועלכע האט ארויסגעפירט די ספר תורה פון ביהמ''ד.
פון דארט ארום 8:15 איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי הגאון הגדול ר' נתן קופשיץ שליט"א גאב''ד קרית נחלה ומנוחה בית שמש, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני ברית מילה, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון ר' יהושע ראזענבערגער שליט"א גאב"ד קרית הרמ"א בית שמש וחבר הבד"ץ העדה החרדית בירושלים עיה''ק, עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס איבער הרה"ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א וואס די יארצייט געפאלט אין די טעג, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו, און פאר חתנו האדמו"ר מנדבורנא בית שמש שליט''א, און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
פון דארט איז דער רבי אריבער אויף א באזוך ביי ש"ב כ''ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער זכרונות לבית וויזניץ, ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו און ער האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א.
ארום 8:45 איז דער רבי אנגעקומען צום הכנסת ספר תורה דורך קהלתינו הק' לע"נ רבותינו הק' זיע''א, אין א ספעציעלע ארויסגעדינגענע זאל, דער רבי האט איבערגענומען דעם ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג.
דערנאך איז דער רבי ארויף אין א זייטיגע שטוב און געדאווענט תפילת מעריב, בעל תפילה: ר' שלום בר"י מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ).
ארום 10:00 אויפדערנאכט איז דער רבי צוריק אריינגעקומען אינעם זאל צום מסיבת לחיים לרגל הכנסת ספר תורה. ביים מעמד האבן זיך משתתף געווען צווישן אנדערע כ''ק אדמו"ר מוויזניץ בי"ש שליט"א, כ''ק אדמו"ר מנחלת אהרן שליט"א, און נאך פילע רבני העיר. עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' צבי עקיבא ברייטשטיין הי"ו וועלכע האט מקבל פנים געווען רבינו שליט''א, און ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די קהילה און פון די מוסדות וועלכע שטייט היינט אינעם יובל העשור, א פלאץ וואו רבינו שליט"א האט אליינס אויפגעשטעלט מוסדות און איז נישט געווען בעפאר דעם. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק און משלב געווען סוף התורה לתחילתה און ארומגערעדט לענגערע הדרכה פאר אנ"ש תושבי בית שמש און געזאגט אז אנדערש ווי אנדערע שטעט איז אין קהלתינו הק' אין בית שמש נישט דא קיין עלטערע אידן אויף וועם ארויפצוקוקן במילא דארף יעדער זיכער מאכן זיך אויפצופירן ווי עס פאסט אז די קינדער זאלן האבן אויף וועם ארויפצוקוקן, און שטארק מעורר געווען בעניני צניעות ובעניני דעות והשקפה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט ממשיך געווען מיט עטליכע ניגונים, מען האט געענדיגט ארום 10:40, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק קיין ירושלים עיה"ק.
אויפן וועג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט אין טעלזסטון ווי עס איז פארגעקומען א יציקת היסודות פאר די נייע בנין פון בית החלמה ליולדות, דער רבי איז ארום זיך אומקוקן אינעם גאנצן בנין אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' גבריאל פאפענהיים הי"ו מנהל המוסד. דער רבי האט געגאסן די יסודות, און דערנאך אפגעראכטן א מסיבת לחיים און אנגעוואונטשן פאר די הנהלה און פארן אנוועזנדער ציבור.
ארום 11:15 איז דער רבי אנגעקומען לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' בערל קארניאל הי"ו אין ירושלים ווי דער רבי האט ממשיך געווען אויפצונעמען אנשי שלומינו תושבי ירושלים עיה"ק, עס האט זיך געשלענגלט א לאנגע שורה ווי דער רבי האט אויפגענומען פאר עטליכע שעה נאכאנאנד ביז ארום 2:20 שפעט אויפדערנאכט ווען אלע
אנ''ש אין ירושלים עיה''ק האבן געהאט די זכיה אריינצוגיין בקו''פ.
בעת די זמני כניסה זענען געווען באזוכן בקו''פ. - ביקור גומלין דורך כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו און דערנאך ארויסבאגלייט.
- כ''ק אדמו"ר מטריסק שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס אין די סוגיא פון מצוה הבאה בעבירה דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.
- הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט''א בן האדמו"ר מבעלזא שליט''א עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די בעפארשטייענדער חתונה הגדולה פונעם עלטסטן אור אייניקל פון רבינו שליט"א, און איבער די גרויסע יחוס פון די חתן כלה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. אויפן וועג ארויס האבן איינע פון די באגלייטער פון ר' אהרן מרדכי שליט"א זיך באדאנקט פאר רבינו שליט"א פארן אהערשטעלן און פינאנצירן דעם 'מרכז עזרה ויעוץ' שע"י העדה החרדית און דערציילט וויאזוי ער און אנדערע זענען געהאלפן געווארן דורך די מצילים שיחיו.
- הגאון רבי שמחה ראבינאוויטש שליט"א בעמח"ס פסקי תשובות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בדברי תורה והלכה, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
- הגאון ר' משה סאלאווייטשיק שליט''א ר"י בריסק שכונת אחוה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.
אויך איז פארגעקומען א התחלת כתיבת ספר תורה דורך הרה"ח ר' נחמן יעקב פוקס הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע אותיות און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאך די זמני כניסה ארום 2:30 איז דער רבי אריבער אינעם בנין פונעם ארגענעזאציע 'מעלה', דער רבי האט געהערט א באריכט פון די פעולות המוסד, געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן די עוסקים במלאכת הקודש, און פארן אנוועזנדן ציבור, און דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יודא דוד רובינשטיין הי"ו.