ביקור קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין מאנטשעסטער - מעמד המרומם חגיגת חנוכת הבית פונעם היכל התורה החדש והמפואר היכל לב אהרן, אינאיינעם מיטן שלחן הטהור לכבוד ראש חודש אין די גיגאנטישע בית יעקב זאלן אין שטאט, במקהלות אלפי אנ''ש פון אייראפע.
דינסטאג תרומה 9:40 אויפדערנאכט אין מאנטשעסטער (4:40 נאכמיטאג ניו יארקע צייט)
אין די יעצטיגע מינוטן הייבט זיך די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א נאכן קורצן באזוך אין מאנטשעסטער. די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען ארום 11:30 אויפדערנאכט אינעם טיטער-בארא עירפארט.
דינסטאג פרשת תרומה 11:54 אויפדערנאכט אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אינעם טוטער-בארא עירפארט פון די געהויבענע נסיעה קיין סיגוט/מאנטשעסטער.
נאכן מסדר זיין די פארמאליטעטן וועט רבינו שליט"א אי"ה תיכף אהיים פארן א וועג פון 45 מינוט לביתו נאוה קודש בקרית יואל יצ"ו