בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט - שבת תולדות חשון תשפ''ב

כ"ח מרחשון תשפ"ב – ד' כסלו תשפ"ב · 109 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

מיטוואךכ"ח מרחשון תשפ"ב11/3/2021

נייעס
מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט בראשות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א
פייל
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת תולדות שנת תשפ"ב לפ"ק.
(מהדורת חו"ל)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
ליקוט נפלא בעניני עיר סיגעט.

עם מאמר נפלא בענין:
תפילה בקברי צדיקים
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א
לרגל נסיעה הרוממה 'ושבתי' לעיר סיגעט

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
צאתכם לשלום

הונדערטער אידן אין נוארק עירפארט ביים אריין טשעקן צום טשארטער פליגער, אויפן וועג צום געהויבענער שבת ושבתי אין די עיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
נייעס
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

מיטוואך פ' תולדות 10:37 אויפדערנאכט, אין דעי מינוטן פארלאזט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביתו נאוה קודש אין קרית יואל, אויפן וועג צום מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט.

קה זכות אבות יגן עלינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
אין די יעצטיגע מינוטען עפענען זיך די טויערן פונעם טשארטער פליגער ווי די פמליא נכבדה די הונדערטער נדיבים החשובים בוני הבנין ביהמ''ד עצי התמרים בעיר האבות סיגוט הייבן אן ארויפגיין.

ווי נאר יעדער וועט זיין מסודר וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנקומען און תיכף ארויפגיין אויפן פליגער ווי מען וועט זיך בשעטו''מ הייבן אויפן וועג צום שטאט סאטמאר אין ראמעניע א וועג פון בערך 8 שעה.

תפילת שחרית מארגן דאנערשטאג וועט מען דאווענען ברוב עם אויפן פליגער אינאיינעם מיט כ''ק מרן רבינו שליט''א און דערנאך וועט סערווירט ווערן פרישטאג פאר יעדע זיץ.

דאנערשטאג נאכמיטאג וועט מען בשעטו''מ לאנדן אין שטאט סאטמאר, רומעניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
אין די יעצטיגע מינוטען איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעקומען אין נוארק עריפארט טערמינאל B.

ביז געציילטע מינוטען וועט רבינו שליט''א אוישפשטייגן אויפן פליגער ווי דער רבי ווערט שוין אפגעווארט דורכן גאנצן ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

דאנערשטאגכ"ט מרחשון תשפ"ב11/4/2021

נייעס
וילך למסעיו עד המקום אשר היה שם אהלה בתחלה

מיטוואך פר' תולדות אויפדערנאכט 12:05 אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך בשעטו''מ די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינאיינעם מיט די פמליא הנכבדה צום מסע הקודש ושבתי לעיר האבות סיגוט.

די פליגער איז ערווארטעט צו לאנדען אין שטאט סאטמאר ארום 2:00 נאכמיטאג ( 8:00 ניו יארקע זייגער).

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
די הונדערטער נדיבים החשובים בוני הבנין ביהמ''ד עצי התמרים בעיר האבות סיגוט אויפן וועג צום מסע קודש ושבתי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויפן פליגער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילד
ענערגישע עסקנים וואס זענען ארויסגעפארן אפאר טאג פריער פונעם ציבור ביים אדורך ארבייטן די לעצטערע פלענער זיכער מאכן אז דער נסיעה זאל זיין מיט גרויס הצלחה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
נייעס
ושבתי בשלום אל בית אבי

דאנערשטאג נאכמיטאג 2:55 ( 8:55 אין ניו יארק) אין די יעצטיגע מינוטען האט געלאנדעט די פליגער פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אינאיינעם מיט די פמליא הנכבדה אין שטאט סאטמאר אין רומעניע.

רבינו שליט''א וועט דאווענען תפילת מנחה אין שטאט סאטמאר און דערנאך זיך ארויסלאזן צום עיר האבות סיגוט.

כי המקום אשר אתה עומד עליה אדמת קודש הוא

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווידיאו
תפילת שחרית אויפן פליגער

▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה