זונטאגג' כסלו תשפ"ב11/7/2021
זונטאג ויצא 7:45 און אונגארן, כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א איז יעצט אנגעקומען אינעם ביה''ח אין שטאט טשענגער ווי רבינו שליט''א איז פוקד זיין די ציון הק' פון הרה''ק המנוחת אשר מטשענגער זי''ע וואס די יארצייט געפאלט דעים דינסטאג ה' כסלו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
תפילה למשה איש האלוקים
זונטאג ויצא 9:55 אינדערפרי אין די יעצטיגע מינוטען איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנגעקומען אין שטאט אוהעל אונגארן מקום מנוחת קודש פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע.
רבינו שליט''א וועט דאווענען תפילת שחרית און דערנאך פוקד זיין די ציון הק' און אפרעכטן די מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר וואס ווערט אויפגעבויט סמוך צום ציון הקדוש.
אין אוהעל ווערט רבינו שליט''א אפגעווארט דורך הונדערטער פרישע געסט פון אייראפע און ארה''ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
שינוי זמן
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א וועט יעצט גיין אין די מקוה אין אוהעל, און דערנאך דאווענען שחרית.
אזוי ווי מ'האט אויפגעהאלטן די מיט רייזענדע ביים גרעניץ א לענגערע צייט, האבן זיך די זמנים אפגעשטיפט.
מיר וועלן מעלדן איידער רבינו שליט''א גייט ארויף פוקד זיין דעם ציון הקדוש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
תפילת שחרית אין אוהעל.
קה זכות אבות יגן עלינו
זונטאג 12:15 פארמיטאג אין שטאט אוהעל אין אונגארן אין די יעצטיגע מינוטען וועט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פוקד זיין די ציון הק' פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע בביה''ח דקהלתינו הק' אין שטאט אוהעל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
קה זכות אבות יגן עלינו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים פוקד זיין די ציון הק' פונעם ראש הששולתא קדישא רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע בביה''ח דקהלתינו הק' אין שטאט אוהעל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
אבן מאסו הבונים היתה לראש פנה
מעמד הנחת אבן הפינה פארן נייעם בנין האדיר וואס וועט אויפגעבויט ווערן סמוך ונראה צום ציון הקדוש פון רבינו משה איש אלוקים מרן הישמח משה זי''ע בביה''ח דקהלתינו הק' אין אוהעל בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
אין שטאט אוהעל.
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מנחה יעצט אין אוהעל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
דברות קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד הנחת אבן הפינה אין שטאט אוהעל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מעמד נרגש סיום כתיבת ספר תורה ערש''ק בפניא דמעלי שבתא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א געפינט זיך יעצט אויפן וועג צום עריפארט אין בודאפעסט ווי רבינו שליט''א וועט זיך צוריקקערן למעון קדשו בקר''י מיטן פריוואטן טשארטער פליגער אינאיינעם מיט די הונדערטער משתתפי הנסיעה.
צוליב די שפעטע שעה איז מען נישט צוגעפארן קיין קערעסטיר.
די פליגער וועט זיך הייבן ארום 6:30 ארטיגע זייגער (12:30 ניו יארקער זייגער) און בשעטו''מ לאנדן אינעם נוארק עריפארט ארום 10'נע צייט ניו יארקער זייגער.
יהי''ר מען זאל אלעס גוטס האבן אויסגעבעטן לנו ולכל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️