בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

מסע הקודש

← ווייזט אלעס
← אלע נסיעות

מסע הקודש אין מאנטשעסטער - שבת שקלים אדר תשפ''ב

כ"א אדר א' תשפ"ב – כ"ז אדר א' תשפ"ב · 79 פאוסטס, על הסדר פון מעלדן ביז אהיימקומען

דאנערשטאגכ"ג אדר א' תשפ"ב2/24/2022

בילדער · 5
רבינו שליט''א ביי תפילת שחרית אינאיינעם מיט די קרוב צו הונדערט בחורי חמד בהיכל ישיבה קטנה במוסדותינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 9
מסיבת לחיים נאך שחרית בהיכל הישיבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
רבינו שליט''א ביים באזוכען די בניני התלמיד תורה פון אלע יארגענג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

פרייטאגכ"ד אדר א' תשפ"ב2/25/2022

באריכט
באריכט מסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטשעסטער, ענגלאנד - חלק ג'

דאנערשטאג נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי גבריאל קרויס שליט''א דומ"ץ דקהל מחזיקי הדת מאנטשעסטער יצ'ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס איבער פארשידענע שאלות בעניני ברכות, דער דיין שליט''א האט געגעבן פארן רבי'ן א מתנה זיין ספר וואס ער האט ארויסגעגעבן און רבינו שליט''א האט צוריקגעגעבן א מתנה ספרו לב אהרן, דערנאך האט דער דיין מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים, דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו, און דער דיין האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א ביז צו די גאס טראץ זיינע שוואכע כוחות.

פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א ביקור ידידות אין שטוב פון כ''ק אדמו''ר מהורדענקא שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע תורה'דיגע שמועס און נאך פארשידענע אינטערסאנטע זכרונות מימי קדם, הורדענקא רבי האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף א באזוך אין שטוב פון הגאון רבי אהרן גרינפעלד שליט''א דומ''ץ בעלזא, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע שאלות אין די שטאט און ספעציעל איבער די שחיטה פון קהל מחזיקי הדת איבער אלע הידורים און חומרות, אויך האט זיך באטייליגט הרה''ג ר' מנחם סימאן שליט''א ראש השוחטים מחזיקי הדת וחבר הנהלת ישיבתינו הק' במאנטשעסטער, ער האט געוויזן פארן רבי'ן זיינע חלפים בודק צו זיין, וואס דער רבי האט זייער מפליא געווען, דערנאך האט ער געלאדענט דעם רבי'ן צו קומען אויף א באזוך אין די בית השחיטה אויף קומענדיגן מאנטאג. דער דיין האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכדעם איז דער רבי אריבערגעפארן ביים שטח פונעם בנין הישיבה החדש דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן גרויסן שטח און ווארים געווינטשן פאר די הנהלת הישיבה.

פון דארט איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום בנין הבית רחל החדש והמפואר, צום ערשט האט דער רבי געדאווענט מנחה און איינע פון די קלאסן. דערנאך איז דער רבי ארומגעגאנגן אויף אלע שטאקן אין אלע קלאסן און אפיסעס און באוואונדערט די בוי ארבייט, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מען האט געזונגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארים געוואונטשן ברכות קדשו פאר די הנהלה און פארן גאנצן ציבור, דערנאך האט דער רבי געגעבן א מתנה א פראכטפולע וויין פלאש פאר די צוויי ראשי הבית רחל הרב יואל הורוויץ שליט''א רוח החיים דקהלתינו הק' במאנטשעסטער, און הרב ליפא טאגער הי''ו, און דער רבי האט באטראכט די פלענער פון די פרישע צוויי שטאק וואס וועט צוגעבויט ווערן צום יעצטיגן בנין.

דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לביתו נאוה קודש בבית האכסניא ווי עס איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די ערשטע צוויי אותיות און געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פאר אים און זיין גאנצע משפחה.

שפעטער אויפדערנאכט פון ארום 7:30 איז געווען זמני כניסה בקודש פנימה פאר אנ''ש תושבי אייראפע וואס האט זיך פארצויגן ביז אין די פריע פארטאגס שעהן אים 3:15, ארום 11:45 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב און דאן ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית, דאס ביהמ"ד איז איז שוין געווען אריבערגעפילט מיט די שווערע הונדערטער געסט וועלכע זענען געקומען להסתופף בצל הקודש. פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' יואל שרגא ברוך פערלמוטער שליט''א ר"מ בישיבתינו הק' בלאנדאן. אויפ'ן וועג ארויס נאכן דאווענען האבן פולע געסט שלום גענומען.

בבית האכסניא איז פארגעקומען אן אסיפה מיט הרה"ג רבי שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם בקהלתינו הק' בני ברק, ווי מען האט אויסגעשמועסט די גאנצע נושא פון די מזוזות פראבלעמען, און די לעזונג דערצו וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט.

אויך זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ורמ"י ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע זענען געקומען וויילן אויף שב"ק במחיצת הקודש, און זענען אריבער שלום נעמען.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
יעצט ערש''ק נאכמיטאג איז געווען אויף א ביקור בקודש פנימה בבית האכסניא הגה''צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט''א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

שבת קודשכ"ה אדר א' תשפ"ב2/26/2022

נייעס
ויהו בשרון מלך בהתאסף ראשי עם יחד שבטי אלפי ישראל

מוצש"ק 12:10 אין מאנטשעסטער אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום כינוס כללי פאר אנ"ש תושבי אייראפע ומעמד הנחת אבן הפנה לבניני מוסדותינו הק' במאנטשעסטער, במעמד אלפי אנ"ש אין די גיגאנטישער בית יעקב זאלן אין שטאט.

גדול יהיה כבוד המעמד הזה

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
ערשטע בליק אויפן געהויבענעם סעודת רעוא דרעווין און כינוס כללי מוצש''ק במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

https://t.me/Satmara_Niyes
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים לייגן די אבן הפינה פאר די נייע בנינים אדירים במוסדותינו הק' במאנטשעסטער, און די פייערליכע ריקודין.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגכ"ו אדר א' תשפ"ב2/27/2022

באריכט
באריכט מסע הקודש חלק ד' - השבת נועם הנשמות, בצל כנפיך יחסיון

שב"ק פרשת ויקהל שבת שקלים מברכים חודש אדר ב', 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דורכאויס דעם מסע הקודש קיין מאנטשעסטער לחיזוק וביסוס אנ''ש תושבי אייראפע ולרגל די הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' אין מאנטשעסטער יצ"ו.

אור פניך עלינו אדון נשא:
מיט געהויבענע געמיטער בחדרת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה האבן טויזענטער אנ''ש תושבי אייראפע מיטגעלעבט דעם היסטארישן שבת קודש במחיצת הקודש פון רבינו שליט''א בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער און זיך אנגעווארימט באורו הבהיר ביי די הייליגע תפילות און געהויבענע טישן.

במשך דעם שבת קודש ביי די תפילות איז דער ביהמ''ד הגדול מיט אלע שטיבלעך און צוגעלייגטע שאטערס, און ביי די עריכת השלחנות אינעם גיגאנטישער בית יעקב זאל, געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה עד אפס מקום מיט טויזענטער אנ''ש תושבי אייראפע, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענער שבת לחסות בצל הקודש.

עקסטער איז אהערגעשטעלט געווארן א ספעציעלע גרויסע לאקאל ווי סאיז געווען צוגעשטעלט די סעודות שב''ק פאר די הונדערטע געסט, און א ספעציעלע פראטכטפולען מקום פאר די נכבדי העדה.

ערש''ק שפעט נאכמיטאג איז געווען בקודש פנימה ביי רבינו שליט''א הגה''צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט''א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן וועלכע איז ספעציעל ארויסגעקומען אויף שב''ק במחיצת הקודש, ער האט איבערגעגעבן א קוויטל פאר רבינו שליט''א און זיך געבענטשט ווי דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

פרייטאג צונאכטס ארום 6:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר"י).

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:45. דערנאך איז דער ריזן ציבור אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און נאך הונדערטער אידן מבני העיר וואס האט זיך פארצויגן צו א שעה צייט, און דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לבית האכסניא אויף שב"ק אין שטוב פון הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו.

ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינעם גיגאנטישער בית יעקב זאל אין שטאט, במעמד אלפי אנ''ש תושבי אייראפע ווי עס האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון אלע רבני ודייני עיר מאנטשעסטער.

רבינו שליט''א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הרב אלעזר טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א (לאנדאן), הגבהות הכוס לקידוש: הגה''צ אבד''ק ור''מ קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א.

במשך דעם שלחה"ט האט מען א לענגערע צייט געזונגן ניגוני שב"ק מיט א התלהבות וואס האט מיטגעשלעפט דעם ריזיגן ציבור.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגאון רבי חיים היימליך שליט''א ראש הדיינים דקהל מחזיקי הדת, מנוחה ושמחה: הגאון רבי אהרן גרינפעלד שליט''א דומ''ץ בעלזא.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן קריאה פון שקלים  אויפן פסוק "כי תשא את ראש בני ישראל" און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא מן התורה לקולא או לחומרא.

קה אכסוף: הגאון רבי ישראל דוב מרדכי ווארפמאן שליט''א רב דביהמ''ד זכרון יחזקאל ודומ''ץ מאנטשעסטער, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' חיים מאיר ארנסטער שליט''א אב''ד וויזניץ מאנטשעסטער צו פארזונגען רחם. ברכהמ"ז: הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק התפארת שלמה זי"ע, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ"ט אדר.

קה רבון עלם: הגה"צ ר' חיים ווייס שליט"א אב"ד טשערנאביל מאנטשעסטער, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ליפא טייטלבוים שליט''א דומ''ץ קהלתינו אנטווערפן מיט אור פניך לכבוד שבת שקלים, וואס דער רבי האט געזונגן בבכיות ובהתעוררות רב. אז ביום השביעי: הרה"ג ר' ישראל פריעדמאן שליט"א רב דביהמ"ד טשארטקוב. נאך די פירות איז פארגעקומען דער שלום זכר פאר עטליכע מאנ"ש אין אייראפע. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:25 פסוקי דזמרה: ברכות הרה"ג ר' יודא אלישע הורוויץ שליט"א רב דביהמ"ד אור החיים בקר''י, פסוקי דזמרה הרה''ג ר' מאיר מארקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו לאנדאן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' מרדכי זיסקינד לאנדא הי"ו (לאנדאן), הרה"ח ר' משה ארי' פריינד הי"ו (לאנדאן). פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' אליעזר לעוו הי''ו (לאנדאן).

עליות. כהן: בעל שמחה ר' מרדכי יהודא שווארץ הי"ו - רבינו שליט"א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז"ט, לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי"ו (וויען), שלישי: הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, רביעי: הגה"צ אבד"ק לאנדאן שליט''א, חמישי: הגה"צ ר' בעריש קאהן שליט"א מרבני קהלתינו אנטווערפן, שישי: הגה"צ אבד"ק מאנטשעסטער שליט"א, שביעי: החתן ישראל ישכר ב"ר אליעזר לעוו הי"ו - באווארפן, אחרון: הרבני הנגיד ר' אשר זעליג לעוו שליט"א ראה"ק לאנדאן, וועלכע האט אויך געשנדר'ט א ריזן סכום פאר'ן נייעם היכל התורה שע"י בית מדרשינו מאנטשעסטער, הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו (ב"ב), גלילה: הרה"ח ר' רפאל פערלמוטער הי"ו מראה"ק מאנסי.

מפטיר - קריאה פון שקלים: רבינו שליט"א, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו (קר"י), גלילה: הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו (מאנטשעסטער).

מוסף האט רבינו שליט"א געדאווענט פארן עמוד לכבוד שבת שקלים און געזאגט די יוצרות און פיוטים מיט א השתפכות הנפש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' שמעון יואל בראך שליט"א מו"ץ לעניני סת"ם (ב"ב).

מען האט געענדיגט ארום 12:55.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט"א אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' ישראל מאיר זילביגער  שליט''א רב הצעיר ביהמ"ד 'החדש' אין מאנטשעסטער, ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבנו למז''ט, דער רבי איז געווען סנדק און געזאגט די ברכות כרגיל.

פון דארט איז רבינו שליט"א אריבער אינעם זאל פון עדת ישורון ווי דער רבי האט זיך באטייליגט ביים שמחת הקידושא רבא פון החתן בן הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו פון לאנדאן, דער רבי האט קידוש געמאכט און ווארים געוואונטשן פארן חתן ומחותנים.

דערנאך איז דער רבי אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ג ר' לייבל טויבער שליט"א, ביים סעודת יום שב"ק האבן מיטגעגעסן די משפחה פונעם בעל אכסניא, ווי אויך הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן בדברי תורה וחסידות.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין די זאלן פון בית יעקב ארום 6:10. מנחה: הרה''ח ר' אלחנן טויבער הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' עמרם צבי טויבער הי"ו, כהן: משב''ק הרה''ח ר' שמואל הכהן פריעדמאן הי''ו, לוי: הרה"ג ר' יחזקאל אינזליכט מו"ץ קהלתינו לאנדאן, שלישי: הרה"ח ר' ישראל ישכר לעוו הי''ו בן הגה''צ ר' שמעי' שליט''א דומ''ץ קהלתינו לאנדאן, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: הרב ליפא טאגער הי"ו (מאנטשסטער).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ג ר' שלום לאנדא שליט''א מרבני איגוד הרבנים מאנטשעסטער,  שיר המעלות: הרה''ג ר' עקיבא שטערן שליט''א מו"ץ וראש חבורה בכוללינו מאנטשעסטער.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויף די קריאה פון פרשת שקלים און מעורר געווען בעניני תשובה והתעוררות.

ידיד נפש: הרה''ג ר' יחזקאל שרגא טייטלבוים שליט''א מו''ץ ומרביץ תורה בקהלתינו מאנטשעסטער, קל מסתתר: הרה''ג ר' משה מרדכי שיינפעלד שליט''א ראש חבורה בכוללינו מאנטשעסטער. שושנת יעקב: הרה"ח ר' שלום ברוך ראטבארד הי"ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' עמרם אקער הי''ו (קר''י). נאך הבדלה האט רבינו שליט''א געוואונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור, מען האט געענדיגט ארום 8:15.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביים טיפזיניגע שיעור פלפול בסוגיא דחדש יעצט מיטאג אין ביהמ"ד החדש אין מאנטשעסטער יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
געהויבענעם סעודת רעוא דרעווין און הבדלה נעכטן מוצש''ק במחיצת הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א במעמד אלפי אנ''ש תושבי אייראפע אינעם גיגאנטישער בית יעקב זאלן אין מאנטשעסטער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט ווייטער פון די נסיעה