תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' אין ב"פ ביים אדורכגיין און ערהאלטן מטבעות קודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פארגאנגענעם מאנטאג ביים באזיך פון רבין אין שטאט צוליב'ן לערנען שעות
מאנטאגי"ח אלול תש"פ9/7/2020
באריכט
היינט און די פארמיטאג שעהן נאך שחרית איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין בארא פארק ווי עס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' אין ב"פ ווי די רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש
נאכדעם איז די רבי אראפ צום היכל התורה בית חי"ל ווי די רבי האט זיך צוגעקיקט צו די קול תורה און ארימגעגאנגען צווישען די טישן פון דארט איז די רבי אריבער צו די כולל און ארימגעגאנגען צווישען די טישן און געשעפט א געוואלדיגע קורת רוח פון די התמדת התורה אין שטאט
זונטאגי"ז אלול תש"פ9/6/2020
מודעה
היינט קומט פאר די שמחת הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צו ישיבה קטנה סניף רב טוב בנין עצי חיים דמוסדותינו הק' בק"י אין שפיץ פונעם נשיא הישיבה כ"ק רבינו עט"ר הגה"ק שליט"א שישו ושמחו בשמחת התורה !!!
פרייטאגט"ו אלול תש"פ9/4/2020
מודעה
התעוררות פון אנ"ש בבני ברק צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען די 5 קאפיטלך תהילים להפקד בדבר ישועה ורחמים
מאנטאגי"א אלול תש"פ8/31/2020
בילדער · 2פון: די קופקע
העפטיגע בוי ארבעט צי פארענדיגען דעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר לעיקוואד
זונטאגי' אלול תש"פ8/30/2020
נייעספון: Satmar 🌴 סאטמאר
דעם שבת וועט זיך עפענען אין ק"י די נייע ביהמ"ד צאנז בנשיאות הגה"צ קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז ק"י די רב שליט"א האט ביז היינט געדינט אלס מנהל בישיבתינו ישיבה לצעירים וומ"ס און איז אויפגענימען געווארן דורך כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אלס מנהל בישיבתינו מתיבתא הקדושה סניף קדושת יואל