היינט און די פארמיטאג שעהן נאך שחרית איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אין בארא פארק ווי עס איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול א מסיבת לחיים אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' אין ב"פ ווי די רבי האט פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש
נאכדעם איז די רבי אראפ צום היכל התורה בית חי"ל ווי די רבי האט זיך צוגעקיקט צו די קול תורה און ארימגעגאנגען צווישען די טישן פון דארט איז די רבי אריבער צו די כולל און ארימגעגאנגען צווישען די טישן און געשעפט א געוואלדיגע קורת רוח פון די התמדת התורה אין שטאט
Photos · 2
הרבני הנגיד המרומם ר' מאיר זעליג ריספלער הי"ו ראה"כ דקהלתינו הק' בוומ"ס באזוכט די בוי ארבעט ביים ביהמ"ד החדש דקהלתינו הק' וומ"ס שכונות קעיסקעי"ד ווי מען האלט אצינד ביי די לעצטע פאזעס בס"ד אינאיינעם מיט נגידי ועסקני קהלתינו הק'
Report
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה ! היינט מאנטאג האט מען בקרב מוסדותינו הק' בק"י באנייט 3 שטאקן פונעם גיגאנטישען בנין לאה אסתר בבית רחל נדבת הרבנית הצדיקת תליט"א ווי אין דעי 3 שטאקן וועלן נתחנך ווערן אריבער 1000(!) בנות ישראל על דרך ישראל סבא !
און די זעלבע צייט גייט אן די העפטיגע בוי ארבעט צו פארענדיגן אויף חודש חשון די איבריגע 3 שטאקן פונעם בנין האדיר מעמד לחיים וקביעות מזוזה אין שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וועט געפראוועט ווערן ברוב פאר והדר אחר ימי החג הבעל"ט ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ !!!
Report
מאנטאג נצבים-וילך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט היינט אן קיין בארא פארק אויפנעמען אנ"ש לקראת די ימים נוראים ווי עס וועט זיין זמני כניסה בקודש פנימה בבית האכסניא אויף 13/32-50 פון 4:00 ביז 10:00
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א וועט זיך אויך באטייליגן ביי די מסיבה לטובת "קופת רבינו" 'קופת אבני חסד' וואס קומט פאר אין שטוב פון הר"ר משה כהנא הי"ו
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה נאכן דאווענען האט די רבי -ראש ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" פארגעלערנט די 5'טע סגיא שיעור בסגיא חצי שיעור
היינט אין בארא פארק איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר אברהם ברוך ב"ר וואלף לאנדא -ב"פ
פארגאנגענעם מוצ"ש איז פארגעקומען די סיום מסכת קידושין דורך תלמידי כתה ט' דמוסדותינו הק' בקרית יואל וואס די בחורים האבן זיך עס געלאזט פארהערן ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פארגעקומען אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס
מיט די השתתפות פון די בחורים און די עלטערן און זיידעס און שפיץ פונעם נשיא המוסדות כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ווי די רבי האט געטיילט מתנות און אויפגעטרעטן מיט דברות קודש
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Sunday17 Elul 57809/6/2020
Photo
מעמד התמנות פון הגה"צ אב"ד נייטרא וומ"ס שליט"א דורך כ"ק רבינו עט"ר הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש אין וומ"ס פארגאנגענעם דאנערשטאג כי תבא
Photo
די בנין הישיבה הערליך אנגעגרייט לכבודה של תורה
Notice
היינט קומט פאר די שמחת הכנסת ספר תורה וואס ווערט אריינגעגעבן צו ישיבה קטנה סניף רב טוב בנין עצי חיים דמוסדותינו הק' בק"י אין שפיץ פונעם נשיא הישיבה כ"ק רבינו עט"ר הגה"ק שליט"א שישו ושמחו בשמחת התורה !!!
Report
זונטאג נצבים-וילך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף דברי יואל פארן דאווענען האט די רבי תפילון געלייגט פאר די בחור ב"ר שלמה אליעזר גליקמאן -בארא פארק
נאכן דאווענען איז כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אנגעקומען אויף ניחום אבלים ביי די קינדער פון הרה"ח הישיש ר' אליעזר סופר ע"ה
נעכטן מוצ"ש איז כ"ק רבינו עט"ר הגה"ק שליט"א אנגעקומען צום נייעם ביהמ"ד צאנז ק"י וועלעכע שטייט בנשיאות הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם אב"ד צאנז ק"י ומנהל ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף קדושת יואל ווי די רבי האט קובע מזוזה געווען.
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ראש ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" האט היינט פארגעלערנט די פערדע סגיא שיעור בסגיא חצי שיעור און היכל ישיבה גדולה "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמעון שווארץ -ק"י ר' אליעזר יו"ט מיהאלי -ק"י באולם כינור דוד און ביים חופה פון די מחותנים ר' שמואל שפיצער -ק"י ר' אהרן ווייס -ק"י באולם בית רחל פאראדייס
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Friday15 Elul 57809/4/2020
News
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה פארן דאווענען האט די רבי תפילון געלייגט פאר די בחור ב"ר אייזיק בהר"ר אלימלך שווארץ -ק"י
Notice
התעוררות פון אנ"ש בבני ברק צו זאגן יעדן טאג נאכן דאווענען די 5 קאפיטלך תהילים להפקד בדבר ישועה ורחמים
Notice
צוליב דעם וועט -לויט ווי עס הייסט יעצט- מורינו הגה"צ די רב שליט"א אויפטרעטן מיט דב"ק דברי חיזוק פרייטאג בערך 6:00 דורך א לייוו הוק-אפ פאר אנ"ש בבני ברק חזקו ואמצו