בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

דאנערשטאגי"ד אלול תש"פ9/3/2020

בילד
עס איז געשלאסן געווארן די שידוך פון החתן ישעי וואזנער ממציוני תלמידי ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" דסאטמאר בן הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א אייניקיל פונעם פוסק הדור בעל שבט הלוי זי"ע

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

ביים מסיבת לחיים
באריכט
דאנערשטאג כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

קול רנה וישועה באהלי צדיקים
היינט קומט פאר די חתונה פון החתן איר אייניקיל ביי רבינו הקוה"ט זי"ע בן לנכדו הרב אהרן טייטלבוים בן כ"ק הגה"צ אב"ד סאטמאר 15 שליט"א מיט הכלה בת הרב אלימלך לייפער בן הרה"צ מטעמעשוואר-י"ם שליט"א חתן הרה"צ ר' מאיר לייפער מחוסט,

די שמחה קומט פאר אין זאל פון כתר ריזל אין וומסב"ג
אין שפיץ פון די גרויסע פעטער כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ווי די רבי וועט מפאר זיין בראש השמחה און אפרעכטן די עבודת הקודש ביים געהויבענעם מצוד טאנץ
שישו ושמחו בשמחת רבינו

היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר אברהם ב"ר עזריאל שעהר -ק"י

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ישיבה קטנה סניף רב טוב בהנהלת הרב וואלף לאנדא
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די מעמה כתיבת האותיות אין די ס"ת וואס ווערט אריינגעגעבן אין ישיבה קומענדיגע זינטאג נאכדעם איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ודברות קודש

פארן דאווענען האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א תפילון געלייגט פאר די בחורים
ב"ר חיים הערש סופר -ק"י
וב"ר הלל שפיצער -ק"י

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ראש ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" האט היינט פארגעלערנט די דריטע סגיא שיעור בסגיא חצי שיעור און היכל ישיבה גדולה "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א מכובד געווארן מיט סידור קידושין ביים חתונה פון א אייניקיל פונעם ברידער הגה"צ אב"ד דקהלתינו 15 שליט"א

כתובה ליינען: הגה"צ בנימין לייפער זיידע פון די חתן
ברכות: 1 הגה"צ אב"ד 15 זיידע פון די חתן
2 האדמו"ר מבארדיטשוב פעטער פון די כלה
3 האדמו"ר מטעמעשוואר -ב"ב פעטער פון די כלה
4 הרב מאיר ט"ב זיידע פון די חתן
ברכה אחריתא: האדמו"ר מחוסט זיידע פון די כלה

היינט איז געווען אויף א באזוך אל הקודש פנימה ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בביתו נאוה קודש בוומ"ס הגה"צ אב"ד נייטרא וומ"ס שליט"א און באגלייטונג פון הנהלת קהלת נייטרא וומ"ס מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די נייע התמנות און ברכות השנה לימי הרחמים והרצון

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 4
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים מעמד קביעות מזוזה אין "גדר" -מאנסי פארגאנגענעם ו' אלול יודהל"ק מרביה"ק הייטב לב זי"ע

מיטוואךי"ג אלול תש"פ9/2/2020

בילדער · 5
היינט האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ראש ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" פארגעלערנט די צווייטע שיעור אין די סגיא פון חצי שיעור בהיכל הישיבה

ביים איבערגיין נאכן שיעור די שיעור מיט תלמידיו הקרובים ללבו הטהור
און ביים ארויסגייען פון ישיבה ארימגענימען מיט די באליבטע תלמידים
באריכט
מיטוואך כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

היינט איז פארגעקומען די ברית ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פון ב"ר מענדל בהר"ר יוסף פריעדמאן -ק"י

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית אין ישיבה קטנה סניף הישב משה בהנהלת הרה"ג שמעון אברהם ראטה
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ודברות קודש ווי די רבי האט איבערגעגעבן דברי הדרכה און געווינטשען ברכות קדשו

פארן דאווענען האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א תפילן געלייגט פאר די בחורים
ב"ר ישראל לייב כהן -ק"י
וב"ר שלמה פנחס שענברוין -ק"י
וב"ר יואל ב"ר משה יוסף ווערטהיימער -ק"י

היינט נאך שחרית אין ישיבה קטנה סניף השיב משה (אויף די ראצפערט גאס) האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א באטראכט די הרחבת גבולי הקדושה ביי די בוי ארבעט ביים נייעם גיגאנטישע בנין הת"ת "בנין קליין" (אויף די ראצפערט גאס)

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' ישראל מאיר רובין -וומ"ס ר' אלי יודא ראטה -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' מיכל וויינגארטן -וומ"ס ר' אהרן משה גאלדנבערג -ק"י באולם בית רחל פאראדייס

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים
הר"ר שלמה קליין -ק"י ר' אביגדור מאיר סאמעט -מאנטריאל

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
מודעהפון: די קופקע
שקל הקודש, א מאסיווער פאקט!

דינסטאגי"ב אלול תש"פ9/1/2020

באריכט
דינסטאג כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ויואל משה פארן דאווענען האט די רבי תפילון געלייגט פאר די בחור ב"ר מאיר וואלף גאלדבערגער -מאנסי

היינט דינסטאג האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ראש ישיבתינו "מתיבתא הקדושה" אנגעהויבן פארלערנען סוגיא בהיכל הישיבה און בעפארברייטונגען צום שבת שובה דרשה און די סגיא פון חצי שיעור
דעם זמן אין סניף ברך משה

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדפון: Heimishe Media
הגה"צ אב''ד סאטמאר מאנסי שליט''א ופוסק העיר נעכטן און א שמועס מיט ר' חיים יהושע האלבערשטאם רב דביהמ''ד ויואל משה מאנסי.
מודעה
ספעציעלע זמני כניסה לברך ולהתברך בקודש פנימה אל כ"ק רבינו עט"ר הגה"ק שליט"א פאר אנ"ש תושבי וומ"ס דעי וואך לקראת הימי הרחמים והרצון
בילדער · 6
כ"ק רבינו עט"ר הגה"ק שליט"א ביים מאריך זיין שלחנו הטהור פארגאנגענעם ו' אלול יודהל"ק פון זקינו רביה"ק הייטב לב זי"ע אין ביהמ"ד הגדול אין מאנסי

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די דברות קודש און אין א ידודות'דיגע שמוס מיט הגה"צ אב"ד סאטמאר מאנסי שליט"א
ווייז פריערדיגע טעג