בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday11 Elul 57808/31/2020

Report
מאנטאג כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים ר' יודא הערש שווארץ -ק"י ר' חיים אפרים ווייס -ק"י באולם כינור דוד
און ביים חופה פון די מחותנים ר' יושע וואלף שלעיזינגער -וומ"ס ר' אברהם יואל שלעיזינגער -ק"י באולם בית רחל פאראדייס

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' זלמן לייב קאפל -ק"י ר' משה יודא גאלדבערגער -ק"י

נייע הארציגע ניגון "זכרנו לחיים" ארויסגעקומען אין דעי טעג וואס וועט געזינגען ווערן בצל הקודש פון כ"ק רבינו הגה"ק שליטא בימי הרחמים והרצון
הערט די הערליך ווארימדיגע ניגון אויף קול סאטמאר
845-951-1110
exc. 77

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2From: די קופקע
העפטיגע בוי ארבעט צי פארענדיגען דעם ביהמ"ד הגדול דקהל יטב לב ד'סאטמאר לעיקוואד

Sunday10 Elul 57808/30/2020

Report
זונטאג כי תבוא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

נעכטן מוצ"ש איז פארגעקומען ביי כ"ק רבינו הגה"ק שליטא די התחלת כתיבת ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' וואלף פערל -ק"י

כ"ק רבינו הגה"ק שליטא האט געדאווענט היינט שחרית בישבתינו "מתיבתא הקדושה" סניף ברך משה פארן דאווענען האט די רבי תפילון געלייגט פאר די בחור בר יואל מיטלמאן -ק"י

היינט איז פארגעקומען א אסיפה מיט אלע ראשי קהלתינו הקדושה אין די עטרת פ"ז זאל בבנין הבית רחל בנין אלטע פיגא אויף די קאזניץ גאס אין קרית יואל בנוגע בני ברק

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט מסדר קידושין געווען היינט ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר שמעון אברהם ראטה -ק"י ר' חיים מאיר גרינפעלד -ק"י באולם כינור דוד

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט געליינט תנאים היינט אינעם תנאים זאל בביתו נאוה קודש מרביה"ק זי"ע פון די מחותנים ר' משה קויפמאן -ק"י ר' יואל ב"ר אשר ניימאן -וומ"ס

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט היינט מפאר געווען בראש פונעם חומש סעודה פון תלמידי כתה א' דמוסדותינו הק' מאנסי וואס איז פארגעקומען אין די עטרת טשארנע זאל די רבי האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און געווינטשען ברכות קדשו

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
NewsFrom: Satmar 🌴 סאטמאר
דעם שבת וועט זיך עפענען אין ק"י די נייע ביהמ"ד צאנז בנשיאות הגה"צ קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז ק"י
די רב שליט"א האט ביז היינט געדינט אלס מנהל בישיבתינו ישיבה לצעירים וומ"ס און איז אויפגענימען געווארן דורך כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אלס מנהל בישיבתינו מתיבתא הקדושה סניף קדושת יואל

דאס איז אלעס.