בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday7 Cheshvan 578311/1/2022

Notice
מתכוננים! סעודת הודאה רבתי ודינער השנתי, במקהלות רבבות אנשי שלומינו שיחי', כ"א כסלו הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים ציון הקדוש פון רבותינו הקדושים היינט נאך תפילת שחרית, אינאיינעם מיט א קבוצה פון תלמידי המתיבתא, לקראת שמחת החתונה פון נכדו ני"ו וואס קומט פאר מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף 'דברי יואל'.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב'.
דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א צום נייעם זמן, און דער רבי האט פארטיילט כתבים פאר די בחורים וואס האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף די לימודים סוף זמן הקיץ העעל"ט.

נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער צו ביהמ"ד מהרש''א דקהלתינו הק' בשכונת ראוז גארדען ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר די נייע מקוה טהרה וואס ווערט בעז"ה געבויעט פאר די ביהמ''ד, עס איז אויך אנוועזנד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א - יו"ר וועד לעניני מקואות שע"י בית הוראה דקרית יואל, הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א מו''ץ הביהמ"ד, דער רבי האט געגאסן די יסודות און מכבד געווען צו גיסן אלע רבנים שליט"א און די נדבני ועסקני הביהמ"ד, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בעניני מקואות ביי רביה"ק זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און פארטיילט שיריים פאר די אינגעלייט מתפללי הביהמ"ד וואס האבן זיך אונטערגענומען סכומים הגונים פאר די מקוה.

אין די מיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בביתו נאוה קודש דער סטעיט קאמפטראלער טאמעס דינאפעלי וואס לויפט יעצט פאר ווידערוויילונג, עס זענען אויך אנוועזנד געווען די הנהלת הקרי' קרית יואל, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' שמעי' נחום קעסלער הי"ו (וומסב''ג) - ר' חיים משה ביטמאן הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יואל הערש פילאפף הי"ו (מאנסי) - ר' יואל ברי"ח ביקעל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:50 בביתו נאוה קודש און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday6 Cheshvan 578310/31/2022

Photos · 10
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד יצוקת הבורות ומסיבת לחיים בביהמ"ד מהרש"א דקהלתינו הק' בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
הנהלת קהלתינו הק' אין וויליאמסבורג יצ"ו, פראקלאמירט טעגליכע 'קול הקהל' צו האלטן דער ציבור אינפארמירט אויף שמחות און מאורעות בקרב אנשי שלומינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב', ווי דער רבי האט ארומגערעדט בחומר האיסור פון זיך צו משתתף זיין ביי די בחירות הטמאות וואס קומט פאר דעם דינסטאג אין ארה"ק.

דערנאך זענען אלע תלמידי הישיבה אריבער שלום נעמען פון רבינו שליט"א צום נייעם זמן.

אין די פארמיטאג שעות איז דער רבי געווען אויף א באזוך אינעם בית האופה המוהדרת דקהלתינו הק' ווי מען האט שוין אנגעהויבן פארגאנגענע וואך די מאסיווע פראדוקציע צוצושטעלן מהודר'דיגע מצות לקראת חג הפסח הבעל"ט.

דער רבי האט זיך אומגעקוקט אין אלע אפטיילונגען פון די בעקעריי און געהערט א באריכט פונעם מנהל בית האופה ר' בנציון אלי' זאלדאן הי"ו איבער די פרישע הידורים און תיקונים וואס זענען איינגעשטעלט געווארן צום נייעם יאר.
דערנאך האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן נייעם שטח וואס ווערט צוגעבויעט און וועט באנייעט ווערן אי"ה אין די קומענדיגע וואכן און דערביי געהערט א באריכט פון הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק אויף די ווייטערדיגע פלענער להרחבת גבולי הקדושה.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף אין ישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר משה יודא עקשטיין שליט"א און ר' יואל בר"י שפילמאן הי"ו אין די זאלן פון כינור דוד.
און ביי די חופה פון די מחותנים ר' משה יודא גאלדבערגער הי"ו און ר' יצחק שטויבער הי"ו אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה איז געווען פון 8:00 ביז 11:30 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א.
עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס ווי מען האט ארומגערעדט איבער פארשידענע מנהגים פון חודש תשרי.
דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים, און ווארעם אנגעווינטשן און ארויסבאגלייט ביזן גאס.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת נח, שבת עלי' לתורה פון נכד רבינו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג פארן זמן הדלקה''נ האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פארן אייניקל החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א.
אזוי אויך האט דער רבי אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן.
החתן משה עמרם ב''ר יואל ליבערמאן הי''ו.

רבינו שליט''א איז ארויס פון ביתו נאוה קודש מיטן חתן בשושבינון אויפן וועג צום ביהמ"ד און מען האט באגלייט בשירה וזמרה. ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הגה''צ ר' יוסף משה מייזליש שליט''א אב''ד לאסק ב''פ.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 8:00. עס איז פארגעקומען דער אפיעל פאר מוסדות תפארת יעקב עטה''ק בארה''ק, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין לחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הר''ר הערשל אונסדארפער שליט''א (ב''פ).

פאר די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט אז דורך שב''ק איז מען זוכה צו תשובה, אין שבת איז דא צוויי חלקים איינס איז פארן גוף דורך סעודות שב''ק און דאס צווייטע איז פאר די נשמה דורך די זמירות שב''ק, דאס הייסט שומר שבת כהלכתו בשלימות.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר הערשל אונסדארפער שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הגה''צ ר' יחזקאל הורוויץ שליט''א אב''ד שטראסבורג, ברכהמ"ז: הגה''צ ר' יעקב אלי' אונסדארפער שליט''א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי אליעזר'ל מדזיקוב זצוק"ל, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג ג' חשון.

קה רבון עלם: הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן, מען האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד די שמחה בבית רבינו, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר משה ארי' פריעדמאן הי''ו.

אז ביום השביעי: הרב משה רוקח שליט''א (ב''פ), מען האט געענדיגט ארום 11:45.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלמה יעקב מערץ הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יעקב יושע פריעדמאן הי''ו (בראזיל).

עליות. כהן: הגה''צ ר' מענדל הערש כהנא שליט''א דומ''ץ קארלסבורג, לוי: הרה''ח ר' מרדכי לעווינגער הי''ו. שלישי: נכד רבינו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש שליט''א, מ'האט געזינגען ניגוני שמחה לכבוד'ן אויפרוף כנהוג. רביעי: החתן ב''ר משה יודא עקשטיין הי''ו - באווארפן, חמישי: החתן ב''ר משולם פריעדמאן הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' בנציון שווארץ הי''ו
ר' משה מערמאלשטיין הי''ו.
ר' שמואל אליעזר ברילל הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר משה יודא גאלדבערגער הי''ו - באווארפן, הוספות: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א, הגה''צ ר' יחזקאל הורוויץ שליט''א אב''ד שטראסבורג, אחרון: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, מפטיר: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, הגבה: הרה''ח ר' ישראל שפילמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי''ו.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט''א, פתיחה לאנעים זמירות: הרב משה רוקח שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הקידושא רבה בחדרי הפאליש בביהמ''ד הגדול, דער רבי האט קידוש געמאכט, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס האט אויפגעטרעטן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, דער רבי האט געוואונטשן פארן חתן מחותנים און פארן גאנצן ציבור עס זאל זיין שמחות אין אידישע הייזער. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:35. מנחה: הרה''ג ר' שמואל פריעדמאן שליט''א, הוצאה והכנסה: הגה''צ ר' אנשיל שעהר שליט''א אב''ד קלעסאן. כהן: הרה"צ ר' יצחק צבי ווייס שליט''א אב''ד אוהעל ב''פ, לוי: הרה''ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי''ו, שלישי: הגה''צ ר' דוד דוב מייזליש שליט''א מסיגעיט. הגבה: רבינו שליט"א. גלילה: נכד רבינו הרב הערשל מייזליש שליט''א.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'אלה תולדות נח' און געטיישטש אז דורך גיין אין מקוה אויסער דעים וואס איז גורם טהרה אויפן מענטש שיינט מען אריין מן השמים א אור קדושה רוחני וואס איז מוסיף יראת ה' טהורה און דעת, און איז ממתיק דינים לרחמים.

ידיד נפש: הגה''צ ר' פנחס מרדכי מייזליש שליט''א דומ"ץ קהל יראים סיגעיט, קל מסתתר: הר''ר יחזקאל ברוין שליט"א.
פארן בענטשן האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד די שמחה. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הגאון הגדול הדומ''ץ שליט''א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט 8:55.

מוצש"ק איז געווען זמני כניסה צווישן אנדערע זענען אריין בקו"פ א קבוצה יוצאי ישיבתינו הק' היכל התורה אין וומסב"ג זיך פארהערן פארשידענע לימודים פון די פארגאנגענע יארן, נאכן פארהערן האט דער רבי זיי מאציל געווען מברכות קדשו להצלחה צום נייעם זמן.

אויך איז אריין בקו"פ האדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א לקראת נישואי נכדו וואס קומט אי"ה פאר די וואך, און רבינו שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday5 Cheshvan 578310/30/2022

Show earlier days