בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday9 Cheshvan 578311/3/2022

Report
מיטוואך פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכד רבינו החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, חדב"ן, מיט הכלה בת הרה"ג רבי יהושע רובין שליט"א אב''ד ראדאוויץ ור"מ בישיבתינו הק' נזר התורה דסאטמאר וומסב"ג, בן הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א וחתן כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל בראך הי"ו, בבית אביו הרה''ח ר' אברהם לייב הי''ו לרפו''ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ישראל בנציון כ''ץ הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען ר' וואלף בר''ב פאלאטשעק הי''ו, ע''פ בתו הילדה ע''ה.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 5:10 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

תיכף דערנאך אום 5:50 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן הר"ר שמואל קרויס שליט"א. און מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, די מחותנים און זיידעס, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.

רבינו שליט"א איז אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן, ווי דער רבי האט מסדר געווען די כתובה.

דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד החופה פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן מחותנו דער זיידע פונעם חתן כ''ק הגה"צ אב''ד סיגעיט שליט"א.
קריאת הכתובה: פעטער פונעם חתן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבדק"ק בריזדאוויץ שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פון די כלה כ"ק אדמו"ר מפאפא ב''פ שליט''א.
עדי קידושין: הרה''ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו''ץ בקהלתינו און הרה"ג ר' יואל קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו.
עדי יחוד: הרה''ח ר' משה יודא גאלדבערגער הי''ו און הרה''ח ר' יהודא יעקב יוסף שטיין הי"ו.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.

נאך די חופה אים 8:10 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול, און נאך מעריב האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארענט פון ביהמ"ד הגדול.

ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 8:30 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

נאך עטליכע מינוט איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
בערך אים 9:45 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה.
דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב''ד לימנוב שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א, ברכה אחריתא: הגה"צ ר' ברוך אברהם האלבערשטאם שליט''א אב''ד קשאנוב.

נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, דערנאך האט מען פאר עטליכע מינוטן געזינגען ניגוני התעוררות בשעת רבינו שליט"א האט זיך אפגעשטעלט און איז מעודד דעם ציבור און האט דאן געטאנצן מיטן חתן, מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א.

טאנץ די זיידעס כ''ק אדמו''ר מפאפא ב''פ שליט"א, הגה''צ אבד''ק בריזדאוויץ שליט"א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:20.

ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
מזל טוב לכ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת נכדו שיחי' למז''ט, בן לנכדו הרב ברוך רוקח שליט''א, בן כ''ק אדמו''ר מקארוב שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, חדב''ן.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו"
פ' לך לך שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
את קשתי נתתי בענן (ח"ב)
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 לך לך תשפ''ג חו''ל9.7 MB
Video
שמחת נישואי נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ד' לך בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מצוה טאנץ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת נישואי נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ד' לך בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - סעודת החתונה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
שמחת נישואי נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ד' לך בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מעמד החופה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת נישואי נכד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, החתן הרב יחזקאל שרגא מייזליש בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, יום ד' לך בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מעמד קבלת פנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday8 Cheshvan 578311/2/2022

Report
בשורה טובה לאנ"ש תושבי מאנטרעאל שיחי' וכל האורחים הנכבדים הע"י!

נאך לענגערע השתדלות איז נארוואס באשטעטיגט געווארן אז דער שלחן הטהור ליל שב"ק און שלש סעודות בצל הקודש שב"ק פ' חיי שרה אין מאנטרעאל, וועט פארקומען אין א גיגאנטישע "שאטער-בנין" וואס ווערט אויפגעשטעלט אויפ'ן שטח צווישן די גאסן 'האטשאסאן' און 'דראשער', הארט נעבן די 'ווען-הארן' גאס, א קארגע צוויי מינוט גאנג פון בית מדרשינו הגדול.
דער שאטער וועט אי"ה ווערן אויסגעשטעלט מיט הונדעטער זיץ פלעצער און הויכשטאקעדיגע פארענטשעס פאר אלפי אנשי שלומינו וואס וועלן מיטהאלטן דעם געהויבענעם היסטארישן שב"ק בצל הקודש בקרב עיר מאנטרעאל יצ"ו.

יהדות מאנטרעאל, הנה מלכך בא!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת לך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי נאך די מקוה האט זיך רבינו שליט''א באגריסט מיט כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א וועלכע האלט זיך אויף די טעג אין קר"י למנוחת הנפש, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' שלום יוסף מענדלאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' אברהם דוב פארגעס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה גדולה סניף 'עצי חיים' החדש, בהנהלת הרה''ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א, אין ביהמ"ד בית שלום אויף די שינאווא גאס. ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים.

פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פאר'ן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים לרגל התחלת הזמן דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק והתחזקות פאר די בחורים, און ארומגערעדט בדברי שבח פונעם חשובן מנהל און מגידי שיעור, און מסיים געווען בברכות קדשו להצלחת הזמן בעז"ה.

דערנאך ארום 12:00 איז רבינו שליט''א ארויף אינאיינעם מיט די בחורים צום ציון רבותינו הקדושים לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס קומט פאר היינט מיטוואך אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען אין ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך אריין אין אוהל הק' און אנגעצינדן 5 ליכט ביי די ציונים הק' און ביי קבר אמו הרבנית ע''ה. דער רבי געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע"א און פארגעזאגט די קאפיטלעך פון ספר רביעי כנהוג, נאך קדיש האט דער רבי געליינט קוויטלעך בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ביים אנקומען אין ישיבה האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די בוי ארבעט אויפן אינטערשטן שטאק פונעם בנין וועלכע ווערט פראכטפול פארענדיגט לתועלת פון די בחורים. ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

ארום 7:00 איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען האט דער רבי מנחם אבל געווען בני הרה"ח ר' עזרא משה בערקאוויטש ע"ה, ע"פ אמם ע"ה.

דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א ובניו הרבנים שליט"א ע"פ אשתו /אמם הרבנית ממעליץ ע"ה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז אום 1:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מסקולען וומסב''ג שליט"א, מקבל זיין ברכות קדשו לרגל דאס זיך אריבערציען קיין וומסב''ג און עפענען דעם חצר האדמור''ת, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

שפעטער איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הר"ר ישעי' סאקס שליט"א אין דעעש'ער ביהמ"ד, נאכן אריישרייבן די אותיות האט דער רבי געטרינקן לחיים און מכבד געווען בני האדמו"ר מדעעש שליט"א מיט לחיים און האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר'ן בעל הספר תורה ולכל המשתתפים.

אזוי אויך האט רבינו שליט"א געהערט א קורצע באריכט פונעם וועד החינוך דמוסדותינו הק' אין וויליאמסבורג, איבער פארשידענע תיקונים לטובה אין די סדרי הלימודים וואס מ'האט איינגעפירט צום נייעם יאר בבנין התלמוד תורה אויפן פארלאנג פון רבינו שליט"א.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days