בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday20 Cheshvan 578311/14/2022

News
היינט נאכט קומט פאר די שמחת החתונה פון נכדת רביה"ק בעל ברך משה זי"ע, הכלה בת הרה''ג ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א רב בית מדרשינו 18 בב''פ חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, אין די עטרת חי' זאלן אין בארא פארק.

כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועט אי"ה מפאר זיין בראש השמחה און אפרעכטן די ריקודי קודש ביים מצוה טאנץ.

סימן טוב ומזל טוב יהא לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא 'סניף קדושת יואל'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים:
ב"ר פנחס לעמיל קיש הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר חיים פארגעס הי"ו.
ב"ר אברהם מנחם בוכינגער הי"ו.
ב"ר יואל מענדלאוויטש הי"ו.
ב"ר אברהם פויגל הי"ו.
ב"ר שמואל אהרן מיטטעלמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בקו"פ ביי רבינו שליט"א מחותנו הגה"צ רבי חיים יוסף פריעדמאן שליט"א אב"ד ברעזשאן, מקבל זיין ברכת קדשו לרגל די חתונה פון בתו הכלה, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה 'סניף דברי יואל' ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מפאר געווען בבגדי שבת ביי די קבלת פנים פון הכלה בת הרה"ח ר' יואל ברמ''ב ווידער הי"ו מיט החתן ב''ר מענדל בער ווידער הי''ו, באולם כינור דוד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים און זיידעס. פאר די חופה האט דער רבי געבענטשט דעם חתן און דער רבי האט מסדר קידושין געווען.

דערנאך האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' נפתלי יעקב דרעזנער הי"ו - ר' יואל ברמ"א ראטה הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:00 ביז ארום 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 9:30 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפגענומען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי אנגעקומען צו די שמחת החתונה פון בת הרה"ח ר' יואל ווידער הי"ו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, נאכן בענטשן האט דער בדחן אויפגערופן רבינו שליט"א צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה און געטאנצן מיטן חתן, מיט'ן אבי הכלה ר' יואל, מיט די מחותנים און די זיידעס. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 11:50.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday19 Cheshvan 578311/13/2022

Report
שב"ק פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה אלעזר בערקאוויטש הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:45. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הרב נחמן כהנא שליט''א בן האדמו''ר מסערעדנא בני ברק שליט''א.

פאר די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט פאר די בחורים אפאר ווערטער, איך האף אי''ה צו זיין די וואך אין מאנטרעאל באזוכן די קהילה, עס איז געווארן א רייץ צווישן די בחורים צו פארן, לא באלה חפצתי איך בין ממאס אין פראפעגאנדע, די אלע זאכן ברענגן נישט קיין כבוד, נאר מען זאל בלייבן אין ישיבה עוסק זיין בתורה.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרב נחמן כהנא שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' חיים העכט הי''ו (ביתר).

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והוא עומד עליהם תחת העץ ויאכלו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אכילה שלא כדרך.

קה אכסוף: הרב יואל יוסף טייטלבוים שליט''א (וומסב''ג), ברכהמ"ז: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.

נאכן בענטשן האט הרה"ח ר' יצחק שמעון עסטרייכער הי"ו מחשובי חסידי בעלזא ב"פ געברענגט פארן רבי'ן א זילבערנע בעכער וואס הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זיע''א האט געניצט אין די תקופה וואס ער האט זיך אויפגעהאלטן אין מונקאטש ביי די ערשטן וועלט מלחמה, דער רבי האט געמאכט א ברכה, און געטרינקען פונעם בעכער, און געוואונטשן לחיים און זיך באדאנקט.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק מהרי''ד מבעלזא זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך כ''ב חשון. קה רבון עלם: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו (לאנדאן).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אהרן יוסף ווייס הי''ו (ב''פ). מען האט געענדיגט ארום 11:30.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' משה שווארץ הי''ו (לאנדאן), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' ישכר בער הירש הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה דוד אקערמאן הי"ו.

עליות כהן: ר' זלמן לייב ברש"מ פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שמואל מאיר אפפעל הי"ו, שלישי: החתן ב"ר ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו - באווארפען, רביעי: החתן ב"ר יואל מערץ - באווארפען, חמישי: החתן בן הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב"ג, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' יוסף בלומענטאהל הי"ו.
ר' דוד יעקב ווידער הי"ו.

שביעי: החתן ב"ר שלום אליעזר גראד הי"ו, אחרון: החתן ב"ר שלמה אלעזר בערקאוויטש הי"ו, מפטיר: הרה''ג ר' אברהם יוסף אקערמאן שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' וואלף ווייס הי"ו (ב"פ).

מוסף: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מנחם אשר בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:20.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:10. מנחה: ר' בנציון חיים זאלדאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג), כהן: ר' יואל ברי"פ גלאנצער הי"ו, לוי: הרה''ג ר' חיים יושע לעווי שליט"א, שלישי: הרה"ג ר' מאיר לייב קטינא שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' פנחס מרדכי קליין הי"ו (וומסב''ג).

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ואקחה פת לחם און געטייטשט אז דורך דעים וואס מען גלייבט און מען איז דבוק אינעם בוכ''ע ואתם הדבקים בה' אלוקיכם חיים כלכם היום איז מען א בחינה פון חיים און מען ווערט קיינמאל נישט נדחה, און אפילו מען איז חוטא חלילה קען מען אלץ צוריק קומען דורך תשובה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' אלי' דוד גרינפעלד הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה''ח ר' יצחק יוסף גראד הי''ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 7:30, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א בשירה ובזמרה מיט 'כי מלאכיו' לרגל דעם ביקור המרומם די וואך הבעל"ט בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל יצ''ו.

נאך הבדלה איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, וועלכע האלט זיך אויף אין די טעג בבית חתנו הגה"צ ר' שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י, ס'האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:00 האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביים שמחת השבע ברכות לבן הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים.

דערנאך ארום 10:20 איז דער רבי אריבער אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס ווי עס איז פארגעקומען אן אסיפת מרביצי תורה ומסיבת מלוה מלכה פאר די מגי"ש פון די 9 סניפי ישיבה קטנה אין קר"י, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה. דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 10:40.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Shabbos Kodesh18 Cheshvan 578311/12/2022

Friday17 Cheshvan 578311/11/2022

Report
פרייטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן יוסף בר"ל פריעדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יוסף משה גלאנץ הי"ו.
ב"ר יואל אלימלך נויאוויטש הי"ו.
ב"ר אהרן קרויס הי"ו.
ב"ר שמואל דייטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת וירא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברי''פ שעהנפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אהל פיגא לרגל די שמחת ברית מילה פון בן הנולד לנכדו הרב ברוך רוקח שליט"א בן הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, חדב"ן.
עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל בריעף הי"ו.
ב"ר יואל מאשקאוויטש הי"ו (מאנסי).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דערנאך איז פארגעקומען די שמחת ברית מילה.
מוהל: דער זיידע כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט"א, סנדק: כ''ק רבינו שליט"א, סנדק מעומד: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
רבינו שליט''א האט מכבד געווען מיט אמירת הברכות דעם זיידן הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'מאיר' נאכן זיידן האדמו"ר מקאזלאוו זצ"ל.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער אין א רייע ווינטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א.

דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ''ד, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן בדברי תורה דער בעל שמחה אבי הבן שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א, כ''ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יהושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען האדמו''ר מדושינסקיא שליט"א, און מיט די הרחמן'ס הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א מנהל ישיבתינו סניף דברי יואל, און די רמ"י הישיבה, הרה"ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א, הרה"ג ר' הערשל גאלדבערגער שליט"א, הרה"ג ר' דוד ליכטענשטיין שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
אויפן וועג ארויס איז דער רבי אריין אינעם פראכטפול איבערגעבויטע מקוה וואס מען האט פארדאפעלט און מחדש געווען דעם זומער העעל"ט, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו רוח החיים פון ביהמ"ד.

נאכמיטאג ארום 5:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, מקבל זיין ברכות קדשו לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס איז פארגעקומען היינט אויפדערנאכט אין די זאלן פון בית רחל פאראדייס, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט מכבד געווען האדמו''ר מספינקא שליט"א מיט סידור קידושין, און מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

פארנאכט'ס איידער די זמני כניסה האט די אמטירענדע גאווערנער פון ניו יארק, זיך פארבינדן לבית מרן רבינו שליט"א זיך צו באדאנקען אויף די שטיצע ביי די פארגאנגענע וואלן, און ווידערהוילט איר קראנטע הבטחה צו שטיין צו די רעכטע האנט לטובת חרדי'שע אידן אין ניו יארק מיט וואס נאר מעגליך, ובפרט אויפן געביט פון די מערכה כלפי דעם ערליכן חינוך.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברב"י קראוס הי"ו - ר' יחזקאל כ"ץ הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:15 ביז אום 11:45 אויפדערנאכט.

בעת די זמני כניסה האט רבינו שליט''א געליינט תנאים פון די מחותנים ר' יואל בר"ש פריעדמאן - ר' אלחנן טויב הי"ו.
און פון די מחותנים ר' משה אברהם שמעי' שאלאמאן ע"ה - ר' יצחק אלי' ביטמאן הי"ו.
אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:20 און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
רבינו שליט''א ביים זיך אומקוקן אויפן נייעם פראכטפולע מקוה אין ביהמ"ד אהל פיגא.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
שמחת הברית מילה פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל הרב ברוך רוקח שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, חדב''ן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days