מאנטאג פר' תולדות 11:14 אויפדערנאכט ברוך הבא בשם ה' אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פליגער פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אינעם טעטערבארא עירפארט.
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ה'
מוצש"ק חיי שרה
נאך הבדלה האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש מלא חיזוק והדרכה דורך א הוק-אפ פאר די הונדערטער אלמנות וועלכע זענען געווען באטייליגט ביים הערליכן שבת עונג הרוחות, ביים מעמד הדלקה באתרא קדישא מירון יצ"ו.
ארום 8:20 איז פארגעקומען בבית האכסניא א מעמד הכרת הטוב דורך חברה הצלה ד'מאנטרעאל לכבודו פון הרבני הנגיד ר' מנחם ליבערמאן הי"ו וועלכע האט מנדב געווען א אמבולאנס פאר חברה הצלה, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' מנחם מאיר פייג הי"ו מראשי העסקנים במאנטרעאל וועלכע האט ארומגערעדט בשבח פון ר' מנחם הי''ו, און די איבריגע עסקני קהלתינו וועלכע שטייען צו הילף מיט אלעס וואס פעלט זיך אויס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר אלע וואלונטירן, און איבערגעגעבן א זילבערנע וויין פלאש פאר ר' מנחם הי"ו בשם די חברה הצלה אלץ הכרת הטוב פאר זיינע פילצאליגע פעולות לטובה פאר הצלה בפרט און פאר מאנטרעאל בכלל.
נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער בבית משפחת הרה"ח ר' יעקב יהושע ווערצבערגער ע"ה, וואס די אלמנה תחי' האט מנדב געווען א גרויסע סכום פארן ביהמ"ד אינאיינעם מיט אירע קינדער לע"נ בעלה /אביהם, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער פארשידענע היסטארישע כתבים וואס ר' יעקב יהושע האט געהאט איז זיין באזיץ, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן אלמנה און די גאנצע משפחה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מוה"ר אהרן משה שווארץ שליט"א וואס זיינע קינדער האבן מנדב געווען א סכום נכבד פארן ביהמ"ד, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די קרובי המשפחה הגה"צ ר' שמעי' שווארץ זצ"ל אב"ד סאטמאר מאנטרעאל רבות בשנים, און הרה"ח ר' אשר שווארץ ז"ל הנקרא ר' אשר גבאי, משב"ק ביי רבותינו הק' לבית סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
נאכן באזוך ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום גיגאנטישן שאטער - בנין, צום מעמד סיום כתיבת האותיות פאר'ן ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן סופר הי"ו, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, במשך דעם מעמד האט מען געזינגען ניגוני התעורורות און האברך ר' דוד קליין הי"ו האט פארגעזינגען ספעציעלע חרוזים לכבוד המעמד, דערנאך האט דער נדבן הרבני הנגיד ר' יעקב זוסמאן הי"ו אריינגעברענגט די ספר תורה און אראפגעלייגט אויפן רבינ'ס טיש, און מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט און אריינגעשריבן די אותיות. דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק במצוות כתיבת ס''ת, ארויסברענגענדיג דאס חשיבות פון א דיבור, א שורה גמרא, דאווענען, וכו' אבער דאס קען נאר זיין אויב מען איז ממעט בהבלי עולם הזה און תאוות הגשמיות, דער רבי האט מסיים געווען בדברי שבח פונעם חשובן נדבן און ארויסברענגענדיג זיינע פילצאליגע פעולות לטובה, און אנגעוואונטשן ברכות לרוב פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק איז רבינו שליט''א געגאנגען הגבה, און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערליכע טאנץ מיטן אפענעם ספר תורה, מיט גלילה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' אליעזר שפיטצער הי"ו און מיט אנטוהן דעם כתונת הרה"ח ר' יעקב לייב סופר הי"ו (וומסב''ג), דערנאך האט דער נדבן איבערגענומען די ס''ת און דער רבי האט מעטר געווען די ס"ת מיט'ן כתר תורה, און דערנאך איבערגענומען די ס''ת און געטאנצן א לענגערע צייט, דערנאך האט דער רבי מכבד געווען דעם נדבן צו טאנצן מיט די ס''ת. מען האט געענדיגט ארום 12:40, דער רבי האט געווינטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור און איז ארויסבאגלייט געווארן בשירה וזמרה. בבית האכסניא איז אריבערגעקומען אויף א ביקור גומלין הגה"צ ר' יוחנן וואזנער שליט"א ראב"ד סקווירא, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער דיין שליט"א האט געגעבן פארן רבין ספרו שו"ת חיי הלוי חלק י"א, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.
דערנאך זענען אריין בקודש פנימה די קבוצה מזמרים מאנשי שלומינו וועלכע האבן אנגעפירט די מעמדים במשך די פארלאפענע טעג, דער רבי האט געזאגט דברי ברכה און אלע מזמרים זענען אריבער און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 2
הגה''צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט''א גאב''ד מאנטרעאל באזוכט ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בבית האכסניא במאנטרעאל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ו מרחשון תשפ"ג11/20/2022
באריכט
באריכט ביקור המרומם ומסע הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א קיין מאנטרעאל, קאנאדא - חלק ד'
השבת נועם הנשמות פרשת חיי שרה 'בצל הקודש' דורכאויס די מסע הקודש קיין מאנטרעאל לחיזוק וביסוס אנ''ש תושבי מאנטרעאל ולרגל די הרחבת גבולי הקדושה, חנוכת הבית פון בית מדרשינו הגדול והמופאר 'בנין שמואל בנימין'.
מיט געהויבענע געמיטער בחדרת קודש בהתרגשות ובהתרוממות עילאה האבן הונדערטער אנ''ש תושבי מאנטרעאל מיטגעלעבט דעם היסטארישן שבת קודש במחיצת הקודש פון רבינו שליט''א בקרב קהלתינו הק' במאנטרעאל און זיך אנגעווארימט לאורו הבהיר ביי די הייליגע תפילות און געהויבענע טישן.
במשך דעם שבת קודש ביי די תפילות איז דער ביהמ''ד הגדול, און ביי די עריכת השלחנות אינעם גיגאנטישער שאטער בנין געווען איבערגעפילט מקצה אל קצה עד אפס מקום מיט הונדערטער אנ''ש תושבי מאנטרעאל און די הונדערטער געסט, וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענער שבת לחסות בצל הקודש.
עקסטער איז אהערגעשטעלט געווארן דער אולם וויזניץ הארט נעבן ביהמ"ד הגדול, ווי עס איז געווען צוגעשטעלט די סעודות שב''ק פאר די הונדערטער געסט.
ערש''ק נאכמיטאג איז רבינו שליט''א געגאנגן אין די פריוואטע מקוה בבית הרבני הנגיד ר' רפאל הערצאג הי''ו מחשיבי חסידי בעלזא, ווי דער רבי איז געגאנגן אין מקוה במשך די ימי ביקור המרומם. רבינו שליט''א האט דארט טועם געווען טועמי' און ס'האט זיך פארמירט א שיינער שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' רפאל הי''ו ובני משפחתו.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, צוליב דעם שרעקליכע געדרענג וואס האט געהערשט אין ביהמ"ד האט מען אויך געעפענט דעם עזרת נשים צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור ווי ווייט מעגליך. קבלת שבת: הרה"ח ר' אברהם לייב ליכטמאן הי''ו (וומסב''ג).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:30. דערנאך איז דער ריזן ציבור אדורך געגאנגען גוט שבת זאגן אינאיינעם מיט נאך הונדערטער אידן מבני העיר וואס האט זיך פארצויגן פאר א לענגערע צייט, און דערנאך איז רבינו שליט''א אהיים לבית האכסניא.
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט אינעם גיגאנטישן שאטער - בנין במעמד אלפי ישראל, ווי עס האט זיך אנגעזעהן די השתתפות פון אלע רבני ודייני עיר מאנטרעאל.
רבינו שליט''א האט אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהות הכוס לקידוש: הרה''ג ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ"ץ קהלתינו הק'.
פאר די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען הגה''צ ר' אשר גרינפעלד שליט"א רב דקהל וויזניץ ארה''ק במאנטרעאל צו זינגען רחם. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' יונתן בנימין ווייס שליט"א גאב''ד מאנטרעאל. מנוחה ושמחה: הגה''צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל' ובדברי החתם סופר אז בכל במילוי איז בגמ' שופר, און געטייטשט בדרך דרוש אז כל מיינט אפילו א כל שהוא, במילא אפילו א איד טוהט נאר אביסל תשובה איז עס גענוג.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע"א, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ל' חשון. קה רבון עלם: הגה"צ ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש.
ביי די פירות זענען אלע חתנים פון מאנטרעאל אריבער נעמען שיריים, נאך די פירות איז פארגעקומען דער שלום זכר פאר עטליכע מאנ"ש.
אז ביום השביעי: הגה''צ ר' יחזקאל טויבער שליט''א אב''ד באבוב מאנטרעאל. מען האט געענדיגט ארום 12:15.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ארום 9:20. ביים אנקומען האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביי די חברת תהילים פון די ילדי תשב''ר בהיכלי התפילה, דער רבי האט מיטגעזאגט עטליכע קאפיטלעך, און משמיע געווען קורצע דב''ק איבער די חשיבות פון א קאפיטל תהילים בפרט דורך תשב''ר.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר''ר חיים אליעזר גראס שליט''א. הולכת הס"ת לבימה: הר"ר אליעזר ווייס הי"ו (קר"י).בעל קורא: הרה''ח ר' יצחק נח פערלמוטער הי''ו. ביים ליינען האבן עולה געווען נגידי אנ''ש וועלכע האבן געש'נדר'ט ריזיגע סכומים להשלמת בנין ביהמ"ד הגדול, און איז אנגעקומען צום אסטראנאמישע סומע פון אריבער אנדערט האלבן מיליאון דאלאר. עליות. כהן: הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, לוי: הרה''ג ר' יואל הערש מאשקאוויטש שליט''א דומ"ץ קרית טאהש, שלישי: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, רביעי: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, חמישי: הרה''ח ר' עקיבא הערש קליין הי''ו, שישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט"א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' הערש אלימלך זילבערשטיין הי''ו (וומסב''ג).
שביעי: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, הוספות: הרה''ח ר' אהרן משה שלאגער הי''ו (וומסב''ג), הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו (קר''י), הרה''ח ר' מנחם ליברמאן הי''ו (וומסב''ג), אחרון: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), מפטיר: הרה''ח ר' יעקב זוסמאן סופר הי''ו, הגבה: הרה"ח ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' משה יצחק שטערנליכט הי''ו (לאנדאן).
נאכן ליינען האט רבינו שליט''א ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.
רבינו שליט''א איז אהיים לבית האכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' אשר ישעי' ווערצבערגער הי''ו מראשי קהלתינו, ביים סעודת יום שב"ק האבן מיטגעגעסן נגידי אנ''ש וועלכע האבן מנדב געווען גרויסע סכומים פאר קהלתינו הק' במאנטרעאל.
רבינו שליט''א האט קידוש געמאכט כנהוג, און מען האט געזינגען נגוני שמחה לרגל די שמחת הקידושא רבא פון נכדת רבינו בת הנולד אצל הרב מנחם שלמה אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.
רבינו שליט''א האט זיך געוואשן צום סעודה, ביי די סעודה האט זיך דער רבי באנוצט מיט א זמירות ברך משה און דער רבי האט א לענגערע צייט אריינגעקוקט אין די מנהגים. עס האט זיך פארמירט שיינע שמועסן בסיפורי צדיקים און פארשידענע מנהגים ביי רבותינו הק' זיע"א. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: ברוך ה': הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, ברוך קל עליון: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דער בעל אכסני' הרבני הנגיד ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי"ו. נאכן בענטשן האט דער רבי אנגעוואונטשן פארן בעל אכסני' און בני משפחתו.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם ריזן שאטער - בנין ארום 4:45. מנחה: הרה"ח ר' שמעון ישראל כהנא הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יודא משה געלב הי"ו, בעל קורא: הרה"ח ר' יחיאל קליין הי"ו, כהן: הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א (קר"י), לוי: הרה"ג דומ"ץ קהלתינו שליט"א, שלישי: הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטעלמאן הי"ו (ב"פ).
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה הרה"ג ר' יואל אשר פישער שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל, שיר המעלות: הרה"ג ר' חיים אלעזר הירשפעלד שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'ואברהם זקן בא בימים וה' ברך את אברהם בכל' און געטיישטש אז ווען א איד טוט א מצוה לאזט עס איבער א רישומא דקדושה, און דאס ערמעגליכט נאכדעם צו קענען תשובה טון.
ידיד נפש: הרה"ג ר' אפרים זלמן מרגליות שליט"א מו"ץ בקהלתינו מאנטרעאל, קל מסתתר: הרה"ג ר' יעקב יוסף וואזנער שליט"א מו"ץ בסקווירא ומראשי כוללינו במאנטרעאל. מיט ברכהמ''ז האט רבינו שליט''א מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק שליט"א.