בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Sunday10 Kislev 578312/4/2022

Photos · 7
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת מנחה ומסיבת לחיים בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
במוצאי יום גילה

מוצש''ק איז רבינו שליט"א אריבער צום שבע ברכות פון בת הרה"ח ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו בביתו אין קר''י, ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף א כתה וואס ער האט אפגעקויפט במוסדותינו הק' במאנסי, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיטן נדבן געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 11:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ב''פ אין די זאלן פון עטרת חי' צום יערליכן דינער 'וזכני לגדל' לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק, נאך די מייסטערהאפטע דרשה פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי''ו, האט דער רבי געזאגט דב"ק בעניני חינוך והדרכה.
בסיום דבריו האט דער רבי אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די נושא פון כשרות המזוזות און דערביי געצייגט פארן ציבור עטליכע פסול'ע מזוזות, וועלכע מ'קען כמעט נישט דערקענען זייער פסיל, און אויפגעפאדערט אנ''ש צו קויפן מזוזות בלויז ביי היימישע סופרים. נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכת קדשו פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 12:10.

נאכן דינער איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת השבע ברכות ביי מחותנו הגה''צ ר' חיים יוסף פריעדמאן שליט''א אבד''ק בערזשאן, בבית מדרשו בבארא פארק, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו און ארויס און א ריקוד מיטן חתן ומחותנים.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הגה"צ רבי אברהם ברוך זינגער שליט"א אב"ד ור"מ אלכסנדר מיט הכלה בת הרה''ג ר' ישראל לייפער שליט''א ר''מ בישיבתינו באר התורה אין וומסב''ג, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו און ארויס און א ריקוד מיטן חתן ומחותנים.

דערנאך ארום 1:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו 10'טע עוו. בבארא פארק, ווי עס איז פארגעקומען די קביעות מזוזה וחתימת שטרות אויפן נייעם פליגל 'היכל תפילה לדוד', נדבת משפחת הרה''ח ר' דוד ראזענבערג ע''ה, דער רבי האט קובע מזוזה געווען און דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם פליגל, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די בני המשפחה, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די בני המשפחה און אלע באטייליגטע. בערך אום 1:30 איז דער רבי צוריק ארויסגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
שב"ק פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן שלמה ב''ר אלי מרדכי בראך הי''ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' משה וואקס הי''ו (ב''פ).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר מוסדות דרכי שמואל אין אחיסמך עטה''ק. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר טייטלבוים בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: האדמו''ר מלייפניק בני ברק שליט''א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' יו''ט שטערן הי''ו (בני ברק), מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' משה קרויזער הי''ו (בית שמש).

קה אכסוף: הרה''ח ר' יוסף גאלדבערגער הי''ו (ירושלים), ברכהמ"ז: האדמו''ר מלייפניק שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק בעל שבט סופר זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ט''ו כסלו. קה רבון עלם: הרה''ח ר' צבי פריעדמאן הי''ו (ירושלים).

די פרישע חתנים זענען אדורך געגאנגן נעמען פירות, און עס איז פאגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר אלי בר''י גאטליעב הי''ו, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליעב הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' שלמה הערש בהר"ר אברהם עקשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע חיים שטערנליכט הי"ו (לאנדאן), פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שלום ראטטענבערג שליט"א רב דביהמ"ד תפלה למשה בקר''י.

עליות. כהן: החתן בן הר''ר מיכל טרעגער הי"ו, לוי: החתן ב"ר הערשל ווייל הי"ו - באווארפען, שלישי: החתן ב"ר שרגא פייש הערצאג הי"ו, רביעי: הרה"ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א, חמישי: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' חיים קטינא הי"ו.
ר' אברהם מאיר דים הי"ו.
ר' יעקב ברש"א פריעדמאן הי"ו.
ר' יואל ברי"א פריעדמאן הי"ו.
ר' יחזקאל שרגא ברמ"ש ווערצבערגער הי"ו.
ר' מרדכי לייב מארקאוויטש הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' וואלף ווירצבערגער הי"ו, אחרון: החתן בן הר''ר יוסף דוד לעווי שליט"א - באווארפען, מפטיר: הרה"ח ר' מרדכי וויינבערגער הי"ו (לאנדאן), הגבה: הרה"ח ר' הערשל ווייל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:15.

רעווא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 5:05. מנחה: ר' אלי' ברח"א שפיצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס טייכמאן הי"ו, כהן: הרה"ח ר' משה לייב טרעגער הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' שמואל דוד וויינבערגער הי"ו, שלישי: הרה"ח ר' יושע נחמן בר"א שרייבער הי"ו (לאנדאן), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' שמואל דוד טויב הי"ו.

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט רבינו שליט''א זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויצא יעקב מבאר שבע', און געטייטשט אז ווען מען איז עוסק בדרכי עולם הזה און מען פארדינט געלט דארף מען א געוואלדיגע סייעתא דשמיא אז די געלט זאל חלילה נישט מגשם זיין דעם מענטש נאר אדרבה מען זאל זיך קענען אויפהייבן למדריגה עליונה.

ידיד נפש: הרה"ח ר' יצחק מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הר''ר מענדל גאלד שליט"א אב"ד לובלין, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן הכוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה גאלדבערגער הי"ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט רבינו שליט''א מחדש געווען די לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול. מען האט געענדיגט ארום 7:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
היינט מיטאג צייט איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ארויפגעגאנגען פריוואט צום ציון הקדוש פון רבותינו הקדושים, לקראת שמחת החתונה פון נכדו ני''ו וואס קומט פאר מארגן מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים שמחת השבע ברכות בבית מחותנו הגה''צ ר' חיים יוסף פריעדמאן שליט''א אבד''ק בערזשאן, בבית מדרשו בבארא פארק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Video
קביעות מזוזה וחתימת שטרות אויפן נייעם פליגל 'היכל תפילה לדוד' וואס איז ארויסגעבויעט געווארן בבית מדרשינו 10'טע עוו. בבארא פארק, נדבת משפחת הרה''ח ר' דוד ראזענבערג ע''ה, בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Video
היינט מוצש''ק ביים יערליכן דינער לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק, האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי די דב''ק אויפגעשטורעמט דעם ציבור איבער די נושא פון מזוזות און דערביי געצייגט פארן ציבור עטליכע פסול'ע מזוזות, און אויפגעפאדערט אנ''ש צו קויפן מזוזות בלויז ביי היימישע סופרים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

Friday8 Kislev 578312/2/2022

Report
פרייטאג ערש''ק ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב''ר ישראל ראזמאן הי''ו (וומסב"ג).
ב''ר משה אהרן צימערמאן הי''ו (וומסב''ג).
ב''ר משה וואלף מארמארשטיין הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' יצחק בר"א טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' שניאור זלמן גאלדמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ליפא שפיטצער הי"ו.

ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה. און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם וועכנטליכן שיעור סוגיא בשיעורי השבוע, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכן דאווענען האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק יודא היימאן הי"ו ע"פ אמו ע"ה.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' משה ברוך פאללאק הי"ו - ר' משה שמואל סאמעט הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אשר זאב ניימאן הי"ו (וומסב''ג) - הרה"ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מרדכי, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו - ר' דוד יודא פריעדמאן הי"ו.
ר' אסף וואלבערג הי"ו (ב''פ) - ר' יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה"צ ר' ישראל יוסף קאהן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א אינאיינעם מיט בנו החתן, מקבל זיין ברכות קדשו לקראת דעם חתונה וואס קומט פאר קומענדיגע וואך, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן א מתנה ספרו לב אהרן בראשית, דרושים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Notice
קומענדיגע זונטאג קומט פאר בקרב קהלתינו הק' במאנסי די פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה געשריבן דורך אנ''ש תושבי מאנסי לכבודו פון הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, לע''נ אביו הר"ר משה יודא זצ''ל ולע''נ זקינו פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי זצ"ל, און וועט זיין בהשתתפןת פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Notice
דינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' בבארא פארק, מוצש''ק אין די זאלן פון עטרת חי' בהשתתפות פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Notice
ימי השמחה בחצרות קדשינו
Report
מיטוואך פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל שווארץ הי"ו.
ב"ר אברהם יעקב צבי דרוממער הי"ו.
ב"ר הערש כהנא הי"ו.
ב"ר יעקב שלום הארטמאן הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די נאכמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' חיים לייב ווייס ע"ה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו - ר' אברהם הערשקא הי"ו, באולם כינור דוד.
הר''ר יחיאל מיכל טרעגער שליט''א - ר' שלום יצחק וויינבערגער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:40 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יושע יאקאב הי"ו - ר' יעקב יוקל ברי"ד הירש הי"ו.
ר' יצחק אייזיק לעבאוויטש הי"ו - ר' חיים הלל ליכטענשטיין הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס איז געשריבן געווארן דורך אנ''ש תושבי מאנסי לכבודו פון הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, לע''נ אביו הר"ר משה יודא זצ''ל ולע''נ זקינו פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי זצ"ל, און ווערט אריינגעגעבן דעם זונטאג וישלח בביהמ"ד הגדול במאנסי בהשתתפות פון מרן רבינו שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בעניני סופרות, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן רב שליט"א און פאר די ראשי ועסקני קהלתינו הק'.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת ויצא שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שמחת חתן וכלה, ריקודין של מצוה, והמסתעף
- חלק ד -
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 ויצא חו''ל תשפ''ג11.3 MB

Wednesday6 Kislev 578311/30/2022

Photos · 8
מעמד יציקת הבורות בביהמ"ד קהל עצי חיים סיגוט אין מאנסי, בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת ויצא

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. און נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', בדברי הדרכה וחיזוק פאר די בחורים.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

ארום 6:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אויף מאנסי צום 'מעמד יציקת הבורות' אין ביהמ"ד 'עצי חיים סיגוט' בראשות הרה"צ רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א, דער רבי האט געגאסן די יסודות און אויך מכבד געווען די אנדערע רבנים שליט''א צו גיסן, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען ניגונים לכבוד המאורע, און עס האט אויפגעטרעטן רב הביהמ''ד שליט''א, דערנאך האט רבינו שליט''א אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט הרה''ח ר' מנחם ליבערמאן הי''ו וועלכע האט אפגעקויפט דעם שם המקוה און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אחיו הגה"צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט"א און פארן רב הביהמ"ד שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון גיין אין מקוה יעדן טאג, און פארציילט עטליכע סיפורים פונעם קדושת יו"ט זיע''א איבער דאס חשיבות פון א מקוה, און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:40.

נאכן מעמד איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:00, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז דער רבי געפארן קיין ב"פ און זיך באטייליגט בבגדי שבת ביים שמחת החתונה פון הכלה בת בנש"ק הר"ר מאיר יוסף לויפער שליט"א חתן הר"ר יעקב הורוויץ ע"ה נכד רביה"ק בעל עצי חיים זיע''א, אין די עמינענס זאלן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן מחותנים און די זיידעס, אוו דערנאך געטאנצט מצוה טאנץ לפני הכלה און מיטן חתן און מחותנים, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה.
און פון דארט איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש בקר"י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חיים יחזקאל שרגא פערל הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ד פסוק ו'.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו - ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' בעריש שעהנברוין הי"ו - ר' ישראל ניימאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 9:50, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו'''פ הרה"צ ר' אברהם מרדכי סאפרין שליט"א מקאמארנא ביתר, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת ויצא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' הערשל ברמ"י ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב סימאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יצחק מרדכי כ"ץ הי"ו, בבית זקנו הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר אהרן יעקב שווארץ הי"ו.
ב"ר יעקב יוסף מזרחי הי"ו.
ב"ר שלמה יאקאבאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת, און דערנאך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' הערשל הערשקאוויטש הי"ו - ר' שאול בראך הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש, פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' ברוך מאיר בראדער הי"ו - ר' שמעון יצחק פילאפף הי"ו.
ר' שמעון עוזר ווייס הי"ו - ר' אשר מענדל כהנא הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday3 Kislev 578311/27/2022

Report
במוצאי יום גילה

נאך הבדלה זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה גדולה באבוב 45 פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער זייערע לימודים און געגעבן א שמועס בדברי הדרכה און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך זענען אריין בקו'''פ א קבוצה בחורים תלמידי ישיבה קטנה באבוב פון ב"פ וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש, דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער זייערע לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו, און די בחורים זענען אריבער זיך געזעגענען.

דערנאך זענען אריין א קבוצה בחורים וועלכע האבן ארויסגעהאלפן ביי די מעמדים בצל הקודש במשך חודש תשרי העעל"ט אינאיינעם מיט הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק, דער רבי האט פארטיילט א מתנה פאר די בחורים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות, ווי הרה"ח ר' חיים הי"ו האט אפגעקויפט א זכות אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים וואס ווערט געבויעט בעיר האבות סיגוט יצ"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס איבער פארשידענע שטעט אין אונגארן און רומעניע, און איבער די נסיעות פון רבינו שליט''א אין אייראפע, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:15 איז דער רבי אנגעקומען קיין מאנסי בבית האברך הנגיד ר' וואלף ברא"מ לאנדא הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף די צוויי כיתות וואס ר' וואלף הי"ו האט אפגעקויפט בבניני מוסדותינו הק' במאנסי, אינעם בנין הת"ת החדש, און אינעם בנין הבית רחל החדש, עס איז אויך אנוועזענד געווען הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריבער בבית האברך הנגיד ר' יואל ברא"ז שפיטצער הי"ו ווי עס איז פארגעקומען א רייכע באנקעט מיט חשוב'ע נדיבי בעם וועלכע האבן געקויפט כיתות אין די נייע בניני המוסדות אין מאנסי, ווי בלויז מוצש''ק איז אפגעקויפט געווארן 17 כיתות בליעה''ר.
עס האבן געעפנט דעם מעמד הרה''ג דוד שלמה לאוב שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' במאנסי, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, במשך דעם מעמד איז געזינגען געווארן פאסיגע ניגונים לכבוד המאורע.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו, און משמיע געווען דב"ק וברכה איבער דאס חשיבות פון קויפן א כתה און די געוואלדיגע טובות הנאה דערפון אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין א זייטיגן צימער ווי אלע נדבנים זענען אריין עקסטער בקו"פ, דער רבי האט אונטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט די נדבנים און מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 12:05 האט דער רבי פארלאזט מאנסי אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת תולדות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר החתן בנציון ב''ר יואל זאלדאן הי''ו.

פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה. קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי''ו.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 6:40. דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה"ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש 'שלום עליכם' ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: נכד רבינו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר''ר משה יצחק לעוו שליט''א (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' אברהם פייערווערקער שליט''א ראה"כ בבית מדרשינו באלעד.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו ויברכהו, און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון קנין בדבר שאין לו קצבה.

קה אכסוף: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט''א, ברכהמ"ז: נכד רבינו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי ר' הערש מרימנוב זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען דאנערשטאג ל' חשון. קה רבון עלם: הרה''ח ר' יוסף צבי קריצלער הי''ו (ירושלים).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר הערשל ברמ''י ווערטהיימער הי''ו, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' אברהם דיימאנד הי''ו (בית שמש). מען האט געענדיגט ארום 11:30.

וביום השבת קודש

שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:20. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יעקב משה מיטטלמאן הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' אברהם פייערווערגער שליט"א.

עליות. כהן: הרה"ח ר' יעקב קאסטו הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' מענדל קלאגסברוין הי"ו (וומסב''ג), שלישי: החתן ב"ר יואל זאלדאן הי"ו - באווארפען, רביעי: החתן ב"ר הערשל הערשקאוויטש הי"ו - באווארפען, חמישי: הרה"ח ר' יואל דוד ווייס הי"ו, רבינו שליט''א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' ישעי' בר''י טויב הי"ו.
ר' הערש אלימלך זילבערשטיין הי"ו.

שביעי: ר' נסים סאאל הי"ו, רבינו שליט''א האט געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט, אחרון: ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי"ו, רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט, מפטיר: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' ישעי' בנימין ענגלענדער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' הערשל הערשקאוויטש הי"ו.

מוסף: הרה"ח ר' אליעזר ווייס הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל שערצער הי"ו (מאנטרעאל). מען האט געענדיגט ארום 12:10.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:10. מנחה: הרה"ח ר' יעקב יחזקי' טויב הי"ו (מאנסי), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מיכל מייזעלס הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הר"ר משה יצחק לעוו שליט''א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יואל ברש"ל זאלדאן הי"ו.

זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'וירח את ריח בגדיו' און געטייטשט אז ווען מען שטרעקט אויס די האנט פאר עניים, מדה כנגד מדה ידיו פון הקב''ה פרוסה לקבל שבים און איז מקרב די גאולה.

ידיד נפש: הרה''ח ר' מרדכי הערשקאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ג ר' יחזקאל לאקס שליט''א מו''ץ בקהלתינו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' אליעזר ווייס הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 7:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days