בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday14 Kislev 578312/8/2022

Notice
מעמד סעודות הודאה ומלוה מלכה לרגל יום ההצלה כ''א כסלו בקרב קהלתינו הק' בלעיקוואד, מוצש''ק בהשתתפות הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
דעם מוצש''ק קומט פאר די גרויסארטיגע יערליכע דינער לנצח לטובת 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 11,500 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אין די גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
שבת של שמחה בחצרות קדשינו
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת וישלח שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
שמחת חתן וכלה, ריקודין של מצוה, והמסתעף
- חלק ה -
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 וישלח חו''ל תשפ''ג5.5 MB
Photos · 5
סעודה לגמרה של תורה בבית מדרשינו הגדול במאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
פייערליכע חגיגת הכנסת ספר תורה דורך אנ''ש תושבי מאנסי לכבודו פון הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, לע''נ אביו הר"ר משה יודא זצ''ל ולע''נ זקינו פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי זצ"ל, פארגאנגענעם זונטאג בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד וואלף עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. אןן ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
ר' אלטר צבי שטעסל הי"ו (וומסב''ג) - ר' יצחק אייזיק מיללער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' אברהם הערש ברש"י שעהר הי"ו (וומסב''ג) - ר' בערל בר"י מיטעלמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. און דערנאך האט דער רבי געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday13 Kislev 578312/7/2022

Report
דינסטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פארן דאווענען איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' אלי' בר"י גאטליעב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ברכת מזל טוב צו הרבני הנגיד מוה"ר פישל ריספלער הי''ו, בבית אמו הח' מרת ריספלער שתחי' אין קר''י, לרגל די שמחת החתונה בביתו, זייענדיג דער נדבן פון די נייע פראכטפולע חתונה זאלן וואס ווערט יעצט פארענדיגט בבניני ריספלער במוסדותינו הק' אין וומסב''ג, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות לרוב פאר'ן חתן, פארן חשובן נדבן און די מחותנים.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו - ר' יואל ברמ"י שווארטץ הי"ו, באולם כתר ריזל.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 11:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 9:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday12 Kislev 578312/6/2022

Photos · 4
יעצט פארנאכטס איז כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אריבער אויף א ברכת מזל טוב צו הרבני הנגיד ר' פישל ריספלער הי''ו, בבית אמו הח' מרת ריספלער שתחי' אין קר''י, לרגל די שמחת החתונה בביתו, זייענדיג די נדבן פון די נייע פראכטפולע חתונה זאלן וואס ווערט יעצט פארענדיגט בבניני ריספלער במוסדותינו הק' אין וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א - שמחת החתונה פון נכדת רבינו הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א, מיט החתן נכד רביה''ק זיע''א בן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט''א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א וחתן כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן:
לבן הנולד אצל ר' חיים קטינא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' זלמן לייב סימאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
בן הרה''ג ר' שלמה אלימלך שטיין שליט''א - מנהל הישיבה.
ב''ר אהרן פערל הי''ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די מרביצי תורה און אלע בחורים, און משמיע געווען דב''ק והדרכה פאר די בחורים.

ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ''ד הוניאד צום מעמד יציקת הבורות, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די בורות הטבילה, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט''א רב הביהמ''ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב''ק וברכה.

קול רנה וישועה באהלי צדיקים

ארום 5:00 איז רבינו שליט"א אריין געקומען אין ביהמ"ד הגדול אין חדר 'שמואל חיים' צו תפילת מנחה, נאך מנחה איז דער גאנצער ציבור זקנים עם נערים אריבער אין א שורה להתברך ביום החופה.

תיכף דערנאך אום 5:40 איז פארגעקומען דער מעמד קבלת פנים בהיכל ביהמ''ד הגדול, מען האט געזונגען ניגוני התעוררות, מיט חרוזים ודברי כיבושין האט אויפגעטרעטן ר' שמעון ברמ''ד עסטרייכער הי''ו. און מען האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און זיידעס, און משמיע געווען דברות קודש בקול בכח לעורר זכות אבות ביום החופה כנהוג.
נאך די דב''ק האט דער רבי מסדר געווען די כתובה, עדי כתובה: הרה''ח ר' יצחק פנחס גלאנצער הי''ו און הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
דערנאך איז רבינו שליט"א אריבער אין די זאלן פון קרן ויואל משה צום באדעקן.

דער מעמד החופה איז פארגעקומען פארענט פונעם ביהמ"ד הגדול, מיט סידור קידושין האט רבינו שליט''א מכבד געוועהן אחיו דער זיידע פונעם חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
קריאת הכתובה: פעטער פונעם חתן הגה''צ ר' יצחק זעלטנרייך שליט''א אדמו''ר מקערעסטיר מאנסי, ברכות ראשונות: זיידע פון די כלה הגה"צ אבד''ק בערטש שליט"א, ברכה אחריתא: זיידע פון די חתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט''א.
עדי קידושין: הרה''ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו''ץ בקהלתינו און הרה"ג ר' יצחק אייזיק פוקס שליט"א מו''ץ בקהלתינו.
עדי יחוד: הרה''ח ר' ישראל אלימלך ווייסמאן הי''ו און הרה''ח ר' בצלאל חיים באש הי"ו.
ביי די חופה האט זיך אויך משתתף געווען דער עלטער פעטער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א.

נאך די חופה האט דער רבי געוואונטשן ברכות קדשו לכל הקהל הקודש און זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים מיט די זיידע'ס און מחותנים.

נאך די חופה אום 7:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין חדר 'שמואל חיים' בביהמ"ד הגדול.

ובכן צדיקים יראו וישמחו

ארום 8:00 איז רבינו שליט''א ערשינען צו די סעודת החתונה, דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגן ריקוד אויפן פלאץ און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת החתונה, נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור.

ארום 9:00 איז דער חתן אריינגעקומען, דער רבי האט געטאנצן מיטן חתן און מכבד געווען די זיידעס און מחותנים צו טאנצן, און דערנאך ארויס אין א פייערדיגע ריקוד מיט אחיו הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט''א.
בערך אים 9:30 האט דער רבי פארלאזט דעם ביהמ"ד און איז אהיים לביתו נאוה קודש אויף א קורצע הפסקה, עס איז אריין בקו'''פ הגה''צ ר' אהרן מענדל טווערסקי שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו ברכהמ''ז און מצוה טאנץ.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, ברכות ראשונות: הגה''צ הגה''צ ר' ברוך האלבערשטאם שליט''א אב''ד נאסאד וומסב''ג, ברכה אחריתא: הרה"צ ר' אלישע יונגרייז שליט''א בן האדמו''ר מגארליץ.
נאכן בענטשן האט דער בדחנא דמלכא הרב מרדכי דוד עסטרייכער הי''ו מייסטערהאפטיג אויסגערופן רבינו שליט''א צום מצוה טאנץ און מען האט ממשיך געווען בניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן חתן, מחותנים און די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און דערנאך אפגעראכטן די געהויבענע ריקודין של מצוה לפני הכלה ברשפי אש קודש פאר א לענגערע צייט, און דערנאך געטאנצן מיטן חתן, מיט הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט''א ובני משפחתו, און מיט די גאנצע משפחת המלוכה נכדי רביה''ק בעל ברך משה זיע"א.

דערנאך האט מען אויסגערופען צו מצוה טאנץ די זיידעס הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, כ''ק אדמו''ר מגארליץ שליט''א, הגה''צ אבד''ק בערטש שליט''א, דער אבי החתן שליט''א און דער אבי הכלה שליט''א, דערנאך האט דער בדחן געזאגט דברי בדחנות און אויסגערופן דעם חתן, מען האט געטאנצן אשת חיל. אויפ'ן וועג ארויס האט דער רבי געוואונטשן מזל טוב פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.

ויהי''ר שמשמחה זו ישפע שפע רב לנו ולכל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת וישלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר פאלגענגע מצוה בחורים.
ב"ר נפתלי שטערן הי"ו.
ב"ר וואלף יאקאבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר לוי אהרן עסטרייכער הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

מיטאג ארום 12:30 איז רבינו שליט''א ארויף פריוואט מיט א ענגע מנין צום ציון רבותינו הקדושים לרגל די שמחת החתונה פון נכדו וואס איז פארגעקומען נעכטן מאנטאג אין ביהמ"ד הגדול אין קר"י, ביים אנקומען צום ביה"ח האט דער רבי געמאכט די ברכה און דערנאך אריין אין אוהל הק' און אנגעצינדן 5 ליכט ביי די ציונים הק' און ביי קבר אמו הרבנית ע''ה. דער רבי האט געזאגט די תפילה פונעם ישמח משה זיע"א און די ערשטע פיר קאפיטל'עך און דערנאך ספר רביעי כנהוג, נאך קדיש האט דער רבי געליינט קוויטלעך, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף די ציונים פון רבותינו הק' און פון אמו הרבנית ע"ה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכמיטאג ארום 5:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי בהיכל ישיבה גדולה עסק התורה בהנהלת הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידענפעלד שליט"א וועלכע איז סטאנציאנירט אין ביהמ"ד תפילה למשה קאלאשין, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די לימודים אין ביהמ"ד, און נאך עטליכע מינוט האט דער רבי געדאווענט מנחה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה.
נאך מנחה איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע נגונים, און דער מנהל שליט''א האט איבערגעגעבן פארן רבי'ן די פולע תירוצים פון די בחורים אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די בחורים ביים לחיים לרגל פתיחת הזמן אין ישיבה, און דער רבי האט מעיין געווען פאר א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די מרביצי תורה און פאר אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק בדברי פלפול אין די סוגיא וואס מען לערענט אין די ישיבה אין מסכת פסחים, און איבערגעלאזט עטליכע לומד'ישע קושיות פאר די בחורים און געבעטן צו זיכן תירוצים, און ארומגערעדט בקורות רוחו פון די גוטע גריסן וואס מען הערט כסדר צוריק אויף די ישיבה און מסיים געווען בברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 6:00.

ארום 6:10 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין מאנסי צו די חגיגת הכנסת ספר תורה געשריבן דורך אנ''ש תושבי מאנסי לכבודו פון הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, לע''נ אביו הר"ר משה יודא זצ''ל ולע''נ זקינו פוסק הדור מרן בעל שבט הלוי זצ"ל, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת פונעם רב שליט"א און אפגעראכטן די ריקודי קודש, און דערנאך מכבד געווען דעם רב צו טאנצן, מיט אריינלייגן די ס''ת אין ארון קודש איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' משה גאלדשטיין הי''ו, דערנאך האט דער רבי פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 6:30, און דער רבי איז אהיימגעפארן קיין קר"י.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' בנימין גאלדבערגער הי"ו (ב''פ) - ר' חיים שלמה זילבערמאן הי"ו (מאנטרעאל), באולם כינור דוד.
ר' חיים פאללאק הי"ו - ר' משה הערש קליין הי"ו, באולם ן בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש די מחותנים ר' אשר אנשיל צין הי"ו (ב''פ) - ר' אברהם מרדכי גליק הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
שמחת נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ב' וישלח בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מצוה טאנץ.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video

Monday11 Kislev 578312/5/2022

News
שמחת נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ב' וישלח בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - סעודת החתונה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ב' וישלח בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מעמד החופה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
שמחת נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ב' וישלח בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - מעמד קבלת פנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת נישואי נכדת כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, הכלה בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א, יום ב' וישלח בביהמ"ד הגדול קרית יואל יצ"ו - ברכות הקודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
קול רנה וישועה באהלי צדיקים

היינט אויפדערנאכט קומט פאר די שמחת החתונה הגדולה בחצרות קדשינו, הכלה נכדת כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בת הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א חתן הגה"צ אבד"ק בערטש שליט''א.
מיט החתן נכד רביה''ק בעל ברך משה זיע"א בן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א וחתן כ"ק אדמו"ר מגארליץ שליט"א.

אום 4:45 נאכמיטאג וועט רבינו שליט''א אריינקומען צו תפילת מנחה בביהמ''ד הגדול בקרית יואל, און דערנאך וועט דער ציבור אריבערגיין אין א שורה לברך ולהתברך ביום החופה, תיכף דערנאך וועט רבינו שליט''א ערשיינען צום מעמד הקבלת פנים בביהמ''ד הגדול, די חופה וועט פארקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול, הופעת רבינו תיכף נאך די חופה, ברכהמ''ז אום 11:00, און דערנאך וועט רבינו שליט''א אפרעכטן די געהויבענעם מצוה טאנץ.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days