בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday21 Kislev 578312/15/2022

Report
מיטוואך פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר פנחס גלויבער הי"ו.
תאומים בני ר' ירמי' צבי ראטה הי''ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מנחה ארום 5:00 בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יואל בר"ה כ"ץ הי"ו (וומסב''ג) - ר' שלמה לייב גליק הי"ו, באולם כינור דוד.
דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, און נאך מעריב ארום 8:00 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט קיין וומסב''ג.

זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו

בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל איז געפייערט און אפגעצייכענט געווארן דעם יום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א ביים צענטראלן מעמד אדיר ונשגב סעודת הודאה בליל ההודאה כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל אין שפיץ פון צענדליגער רבניים ודיינים שליט''א ובראשם דער מנהיג העדה כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, אינעם גיגאנטישן ריזן 'בנין ההודאה' וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג, קאמבאנירט מיט'ן דינער 'עלה נעלה' לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג מיט אירע טויזענטער קינדער בליעה''ר

דער ריזן בנין ההודאה איז מייסטערהאפטיג אויסגעשטעלט געווארן צו קענען אקאמאדירן די שווערע טויזענטער אנ''ש פון איבער גרעיטער ניו יארק און ארום.

לרגל דעם געהויבענעם מעמד איז ארויסגעקומען א גאר רייכע קונטרס 'אשרינו' פון 128 זייטן מיט היסטארישע ארטיקלען און בילדער און פרטי הרחבת גבולי הקדושה אינערהאלב מוסדותינו הק' בוומסב''ג.

אזוי אויך איז פארטיילט געווארן פאר אלע נדיבים בעם די ניינטע באנד פונעם הערליכען רייכן ספר 'משולחן מלכים' שיחות קודש פון רבינו הגה"ק שליט"א משנת תשע"ו לפ"ק.

דורכאויס דעם מעמד האבן מהנה געווען בפרקי שירה וזמרה דער בעל מנגן נפלא הרב זאנוויל וויינבערגער הי''ו פון ארה''ק, באגלייט דורך די בארימטע חברה שירה און אנגעפירט דורכן דעם בארימטן מנצח על כלי שיר ר' יושע קאלער הי''ו.

אלס יו''ר המעמד האט געדינט הרה''ג ר' דוד שלמה לאוב שליט"א מגי''ש בקהלתינו הק' במאנסי ור''מ במתיבתא.
עס האט אויפגעטרעטן דער ידען נפלא הרה''ח ר' אלחנן זאב יוסף פריעדמאן הי''ו מיט די פרטים פון נס ההצלה.
דערנאך האט הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי''ו אויסגערעכנט די נעמען פון די נדיבים החשובים וואס האבן בייגעשטייערט גרעסערע סכומים לטובת המוסדות, און זיך באדאנקט פאר די עסקנים וועלכע געבן זיך אוועק פאר די מוסדות בכלל און יעצט ביים מעמד ההודאה.

ארום 9:00 האט אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות הגה''צ אבד''ק שליט''א וועלכע האט ארויסגעברענגט דעם חיוב ההודאה וואס יעדער סאטמארע חסיד דארף אפגעבן אין דעם טאג, און ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' בוומסב''ג.

ארום 9:30 האבן רבבות אנ"ש געהאט די זכי' מקבל זיין פני קדשו פון מרן רבינו שליט''א, דער רבי איז אריינגעקומען אין דער ציבור האלפים האט אויסגעבראכן אין פייערדיגע ריקודין דאנקן השי''ת על הנסים שעשית בימים ההם ובזמן הזה. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די צענדליגער רבנים און דערנאך געטאנצן און פייערדיגע ריקודי קודש בהתרגשות עילאה פאר לענגערע מינוטן.

דערנאך האט זיך רבינו שליט''א געוואשן צום שלחן הטהור לכבוד היום, און נאך די פיש געוואונטשן לחיים וברכת קדשו פאר די רבבות ישראל.
דערנאך האט אויפגעטרעטן מיט'ן דבר הנהלת המוסדות הרבני הנכבד ר' מרדכי אלעזר הירש הי"ו, און האט ארויסגעהויבן די פולע לייסטונגען דורך נדיבי לב ונגידי קהלתינו הק' וואס נאר דורך דעם קענען די מוסדות אנגיין, און ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה במוסדותינו הק' בוומסב''ג, ובפרט פונעם נייעם פראכטפולע חתונה זאל 'עטרת אסתר' וואס וועט פארענדיגט ווערן אויף היי יאר בס''ד בנדבת לבו פון די חשובע מרת ריספלער תחי' עם בנה הרבני הנגיד ר' פישל הי''ו.
דערנאך האט ר' מרדכי אלעזר הי"ו אפגעגעבן כבוד המלכות באגריסענדיג דער מעיאר עריק עדעמס יר"ה, וועלכע האט דערנאך אויפגעטרעטן איבערגעבענדיג זיין דאנק אויף די שטיצע ביי די מעיאר וואלן לטובתו, און זיך באדאנקט פארן שר העסקנים הרה''ח ר' נפתלי משה אינדיג הי''ו, און צוגעזאגט צו שטיין צו די הילף למען עתיד חינוך הטהור אינערהאלב די מוסדות החינוך אין ניו יארק.
אזוי אויך זענען במשך דעם מעמד אריבערגעקומען מערערע פאלאטישענס, צווישן זיי דער לט. גאווערנער פון ניו יארק בשליחות פונעם גאווערנער יר"ה.

דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן דעם נואם הכבוד הגה"צ ר' חיים שלמה מיללער שליט"א אבד''ק נייטרא וומסב''ג.

ארום 10:55 האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם פייערדיגע דב''ק דבר ה' והדרכת השנה פון מרן רבינו שליט"א דער רבי האט משמיע געווען דברי תורה במשנתו פון רביה"ק בעל הנס זיע"א, און דערנאך גערעדט לענגערע דברי הדרכה לימי החנוכה, און דערמאנט די גזירת החינוך אין ניו יארק און נאכאמאל קלאר געשטעלט אז דאס יהדות החרדית וועט נישט אייננגיין אויף קיין שום פשרות נאר ממשיך זיין בדרך התורה והמסורה לנו מדור דור בלי שום שינוי, און איבער דעם ביטערע מצב אין ארץ ישראל ווען די חרדישע פארטייען גרייטן זיך ארייצונגיין און אויפשטעלן די מדינה הטמאה, וואס חוץ די עצם הקמת המדינה ומרידה במלכות שמים האבן די אלע א חלק אין אלע עבירות ועקירת הדת וואס ווערט ליידער אנגעפירט אינעם מדינה של גיהנום, און ארומגערעדט אז איינע פון די צייטונגען האבן געשריבן אויפן יעצטיגע חוק הגיוס וואס מען גרייט זיך אז דאס וועט אויך זיין מיט די הסכמה פון סאטמאר, און אויסגעשריגן פאר א פליכט צו ארויסקומען און זאגן אז דאס איז שקר וכזב און חסידי סאטמאר האבן נישט קיין שייכות מיט די מדינה.

דערנאך האט דער רבי נאכאמאל ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער די שערוריה פון די פסולע מזוזות און א לענגערע צייט מסביר געווען בטוב טעם ודעת איבער די גאנצע פראבלעם און אויפגעפאדערט אנ''ש נישט צו קויפן פון סוחרים נאר לאזן שרייבן די מזוזות, און מעורר געווען און גאר שטארק מחזק געווען איבער קביעות עתים לתורה, און מסיים געווען בדברי שבח פון מוסדותינו הק' אין וומסב''ג און די התחייבות פון יעדן בלי שום יוצא מן הכלל צו שטיצן די הייליגע מוסדות ברוח נדיבה, און האט מסיים געווען בברכת קדשו פארן גאנצן ציבור.

נאך די דב''ק האט דער רבי געבענטשט אויפן כוס פאר אלע חתנים, און דערנאך געזאגט די שבע ברכות.

מען האט געענדיגט ארום 11:55. אויפן וועג ארויס האט זיך דער רבי באדאנקט פאר די עסקנים וואס האבן ארויסגעהאלפן להצלחת המעמד און פון דארט איז רבינו שליט"א אהיים געפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.


חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית מיט די תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר א בר מצוה בחור.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 8
במקהלות רבבות עמך בית ישראל ברנה יתפאר

צענטראלע מעמד ההודאה, ביום ההצלה כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

Wednesday20 Kislev 578312/14/2022

News
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א הייבט יעצט אן די דברות קודש והדרכת השנה ביים מעמד המרומם סעודת הודאה כ"א כסלו.

מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די קול סאטמאר בעקאפ נאמבערס, ווי עס איז צוגעשטעלט טויזענטער ליינס.
3518887117
3392076503

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
ובמקהלות רבבות אלפי ישראל
News
בך בטחו אבותינו

אין די יעצטיגע מינוטען קומט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריין צום צענטראלן מעמד ההודאה כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל אינעם גיגאנטישער ריזן בנין ההודאה אויפן וואטער פראנט סקווער אין וומסב"ג.

מען קען מיטהאלטן די הוק-אפ אויף די קול סאטמאר בעקאפ נאמבערס.
3518887117
3392076503

חסדי ה' כי לא תמנו כי לא כלו רחמיו


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
מעמד ההודאה כ"א כסלו, בקרב קהלתינו הק' בעיר בית שמש יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א פארלאזט יעצט ביתו נאווה קודש בקר''י, אויפן וועג אריין קיין וומסב''ג צום צענטראלן מעמד ההודאה כ"א כסלו במקהלות רבבות אלפי ישראל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו, בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק, בהשתתפות מרנן חברי הביד"צ שליט''א ובראשם כ"ק פוסק הדור הגאון האדיר ראב"ד ירושלים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
מעמד המרומם סעודת הודאה ביום ההצלה כ"א כסלו, בקרב קהלתינו הק' בני ברק יצ"ו, בראשות חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א, בשליחות הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
סֵפֶר הַזִּכְרוֹנוֹת דִּבְרֵי הַיָּמִים וַיִּהְיוּ נִקְרָאִי"ם:

גאר רייכער היסטאריש-אינהאלסטפולער

"אשרינו" בראשור – 128 זייטן

ווארט אייך אפ היינט נאכט ביים כינוס; אינפארמאטיוו פאר די גאנצע משפחה, אנשים נשים וטף!

ברייטער בליק אויף די פרעכטיגע בניני המוסדות – אריינבליק אינעם נייעם "בנין בית רחל החדש" אין הארץ פון וויליאמסבורג – רייכער אוצר מיט ארטיקלען ארום די הצלה פון רבינו הק' זי"ע, זיין השפעה שפעטער בחצרות מלכים ורוזנים ביז אמעריקאנער פרעזידענטן, דער הייליג הויז, די הייליגע שובבי"ם תורות, און נאך פיל רייכע אוצרות וואס וועט אייך האלטן געשפאנט פון די אנהויב ביז צו די ענדע – קורא"י עונ"ג!
ביטע רעכנט אייך מיט די אלפי המשתתפים, נעמט בלויז איין בראשור פער משפחה!

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Video
גיגאנטישער ריזן 50 טויזענט סקווער פיס 'בנין ההודאה' פראכטפול אויפגעשטעלט צום מעמד המרומם סעודת הודאה כ''א כסלו 'עלה נעלה' ודינער השנתי לטובת מוסדותינו הק' בוומסב''ג, ביום הצלה והשחרור פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א במעמד רבבות אלפי ישראל

ובמקהלות רבבות עמך בית ישראל ברנה יתפאר שמך


▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Notice
היום! ברבבותינו!
מעמד ההודאה המרומם, ביום ההצלה כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

Tuesday19 Kislev 578312/13/2022

Notice
מעמד ההודאה המרומם, ביום ההצלה כ"א כסלו, במקהלות רבבות אלופי אלפי ישראל, ובראשינו מלכינו כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, מיטוואך נאכט הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
מאנטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף חביב מאסרי הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר אפרים פישל דוד כ"ץ הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו - ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:45 אויפדערנאכט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יואל ברי"א זילבערשטיין הי"ו - ר' יואל ברד"ש בערגער הי"ו.
ר' יואל ברא"ה שעהר הי"ו - ר' חנא דים הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת וישב 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים פארגעס הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר''צ קאהן הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' יוסף לייב בר"א קויפמאן הי"ו - ר' יואל בר"מ פרענקל הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו - ר' יצחק ברוך מאנדל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 7:30 בביהמ"ד הגדול.

ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון קרן ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען די פריוואטע שבע ברכות פראכטפול צוגעשטעלט דורך רבינו שליט"א, פאר די נדיבים בעם וועלכע האבן מנדב געווען גרעסערע סכומים פאר די מקוה טהרה וואס ווערט יעצט איבערגעבויעט און פילפאכיג פארגרעסערט.
ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ פאר עטליכע מינוט, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודה, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג רבי יצחק ביסטריצקי שליט''א נשיא ומייסד מקוה יו עס עי, דערנאך האט דער טאלאנפולער בעל מנגן ר' אייזיק האניג הי"ו מהנה געווען בנגינה, און אויך פארגעזינגען רגש'דיגע גראמען לכבוד דעם מעמד.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און ארומגערעדט איבער די פעולות פון רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א להרבות טהרה בישראל, די חשיבות און גודל הזכות פון געבן געלט לטובת די מקוה טהרה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג רבי יצחק ביסטריצקי שליט''א, ברכות ראשונות: דעם אבי הכלה הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א, ברכה אחריתא: דעם אבי החתן הרה''ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א.
מען האט געענדיגט ארום 11:30, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:00 האט זיך רבינו שליט''א משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות פאר נכד כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, בבית הרה"ח ר' יואל זאבעל הי"ו בגלילות ק"י, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ביים בענטשן איז דער רבי מכובד געווארן מיט די שבע ברכות און זיך דערנאך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט האדמו"ר מספינקא שליט"א, די חתן ומחותנים.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days