ארום 10:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות ההדלקה. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט געזונגען נגוני התעוררות, און די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג. צווישן אנדערע זענען אנוועזענד געווען כ''ק אדמו''ר מבית יצחק ספינקא שליט''א, הגה"צ אבד"ק וואלקאן שליט"א. נאך די זמירות האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די מזמרים און פאר די קינדער פון די קאפעליע.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדרך אגדה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:40.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב"ק פרשת מקץ שבת חנוכה - א' דר''ח טבת 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג.
ערש''ק נאכמיטאג נאכן ערשטן פייף האט רבינו שליט''א געצינדן די מנורה בביתו נאוה קודש און געזאגט די הנרות ביז מעוז צור כנהוג.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה.
נאך מנחה איז פארגעקומען די אפיעל פארן בית הוראה דקהלתינו הק' בוומסב''ג, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי, ורב וועד הכשרות קר"י.
קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים העללער הי''ו. נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן און שלום נעמען, און רבינו שליט''א איז אהיים לביתו נאוה קודש.
אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבהת הכוס לקידוש: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב ביהמ"ד אוהל תורה, מנוחה ושמחה: הרב מרדכי דוב מייזליש שליט''א נכד הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'וטבח טבח והכן' בדרך פלפול ודרוש און געטייטשט אז ווייל די אכטע טאג איז אויפן נס נצחון המלחמה ווערט עס יא גערעכנט פאר הצלת הגוף און מען מאכט סעודות.
קה אכסוף: הרה''ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט"א דומ"ץ בבית מדרשינו בנין בראך, ברכהמ"ז: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק הדברי יחזקאל משינאווא זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ו' טבת. קה רבון עלם: הרה''ג ר' חיים אהרן אונגאר שליט''א דומ"ץ בית מדרשינו סאוט 8.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אויך איז פארגעקומען די שלום זכר ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. הרה''ג ר' יואל היימאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו. ר' קלמן אליעזר ברמ''ד כאירה הי''ו. ר' יואל ברא''י פרנס הי''ו. ר' ליפא ברז''ל מארקאוויטש הי''ו. ר' אליעזר ברש''י בערקאוויטש הי''ו. ר' יצחק ברא''א קארפן הי''ו.
אז ביום השביעי: הרה''ג ר' שלום טייטלבוים שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד ויואל משה. מען האט געענדיגט ארום 11:55.
וביום השבת קודש
שב"ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 9:25. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו, צו שחרית והלל איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צו חזרת הש''ץ צוגעשיקט נכדו הרב ר' חיים הערש טייטלבוים שליט''א פון ב"פ.
הוצאה והכנסה זענען נתכבד געווארן: הרה''ג ר' נחום אלישע הורוויץ שליט''א, הרה''ג ר' אהרן זילבערשטיין שליט''א, הרה''ג ר' מרדכי יצחק לאזאר שליט''א. בעל קורא: ר' יודא ארי' קויפמאן הי''ו.
עליות. כהן: הרה''ח ר' יעקב הכהן גליק הי''ו, לוי: הרה''ח ר' יואל ברא''א טירנויער הי''ו, שלישי: הגה''צ אבד''ק שליט''א, רביעי: החתן ב''ר אלימלך דאסקאל הי''ו - באווארפן, חמישי: הרה''ח ר' אברהם משה פאלקאוויטש הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. הרה''ג ר' נחום אלישע הורוויץ שליט''א. ר' אברהם שמואל שעהר הי''ו. ר' יצחק אייזיק ברי''ש זילבערשטיין הי''ו. שביעי: ר' יוסף מרדכי ברא''ש כהנא הי''ו, הגבה דעם ערשטע ספר: הרה''ח ר' משה וויינשטאק הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' שמואל פריינד הי''ו. אחרון - ר''ח: הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, הגבה דעם צווייטע ספר: הרה''ח ר' מרדכי יצחק מאשקאוויטש הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' ישעי' שלום זילבערשטיין הי''ו. מפטיר - חנוכה: הרה''ח ר' משה אליעזר לאנדא הי''ו, הגבה דעם דריטן ספר: הרה"ח ר' יודא לייב פריעדמאן הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' אלימלך דאסקאל הי''ו.
צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען לכבוד שבת ראש חודש, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שלמה גראסבארד הי''ו (לאנדאן). מען האט געענדיגט ארום 12:50. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל"ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:10. מנחה: הרה''ח ר' עקיבא הירש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין הי"ו, כהן: הרה''ח ר' יעקב יושע סאנדער הי''ו, לוי: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), שלישי: הרה''ג ר' יודא בער טעלער שליט''א, הגבה: רבינו שליט"א, גלילה: ר' יואל ברד''מ פרענקל הי''ו.
זמירות ביי של"ש האט רבינו שליט"א מכבד געווען. אודה: הרה''ח ר' יודל ווערצבערגער הי''ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' חיים לעווי הי''ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט"א געשטעלט אויפן פסוק 'וטבח טבח והכן' און געטייטשט אז ביים נס חנוכה זענען די אידן צוגעקומען צו אזא גרויסע מדריגה אז עס האט זיך געעפענט פאר זיי די זיבן הימלען און דער ערד אין א בחינה פון אתה הראית לדעת כי ה' הוא האלוקים אין עוד מלבדו אזוי ווי ביי מתן תורה און האבן זוכה געווען צו גרויסע השגות דורך די הייליגע חשמונאים, און דורך דעים ווערט ביז היינט נשפע כל מיני ישועות רוחניות וגשמיות.
ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
פאר מעריב האט דער משמש הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער געצינדן די מנורה, מעריב מוצ"ש: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, מען האט געענדיגט ארום 7:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל ה' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן רבינו תם האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש, פאר מעריב האט הב' שניאור זלמן ב"ר יואל עקשטיין הי"ו געצינדן די מנורה.
ארום 9:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג צו הדלקת נירות חנוכה ברוב עם הדרת מלך, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת מ'האט געזונגען נגוני התעוררות, און דערנאך האט די קאפעליע געזונגען די פיוטים כנהוג.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה אז דורך מצוות תפילין איז מען זיך מקשר צו הקב"ה, במילא ווערט מען נישט בטל ברוב האומות, ובסיום דבריו האט דער רבי ארומגערעדט בדברים העומדים על הפרק איבער די גזירת החינוך אין ניו יארק, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען צו זינגען ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 11:30.
פרייטאג מקץ ה' דחנוכה
אינדערפרי איז רבינו שליט''א געגאנגען אין די פריוואטע מקוה פון הרבני הנגיד מוה"ר וואלף ברי"נ לאנדוי הי"ו, און דערנאך עוסק געווען בתורה בחדרו הספרים.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג אינאיינעם מיט די הונדערטער ילדי כתות ז' ח' ט' במוסדותינו הק'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יואל טויב הי"ו. ב"ר יחיאל יודא גליק הי"ו. ב"ר יואל גליק הי"ו. ב"ר אברהם מרדכי באש הי"ו. ב"ר אברהם קלמן אליעזר מאסרי הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
ליל ד' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארנאכטס איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט. די סעודת חנוכה פאר די יתומים ויתומות פון קהלתינו הק' אויף די פערזענדליכע איינלאדענונג פונעם אב ורועה נאמן כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א. א גאר רייכע סעודה איז אהערגעשטעלט געווארן עקסטער פאר די יתומים בראשות רבינו שליט''א, און עקסטער פאר די יתומות דורך הרבנית הצדיקת תליט''א.
הנירות הללו קודש הם
ארום 9:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בביתו נאוה קודש צו הדלקת נירות חנוכה פריוואט מיט די יתומים, רבינו שליט''א האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות און מען האט אינאיינעם געזונגען די ניגונים, נגוני התעוררות והלל והודאה.
נאך די הדלקת הנירות איז פארגעקומען די מסיבה מיט גאר א רייכע פראגראם פאר די אלע באטייליגטע, מיט די השתתפות פון רבינו שליט"א, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יונתן שווארץ הי"ו און מהנה געווען בפרקי חזנות, און משמח געווען די קינדער מיט אינטערעסאנטע קונצן לכבוד היום, און דער רבי האט פערזעדליך פארברענגט מיט די קינדער א לענגערע צייט, און ס'איז געווען א געלעגנהייט פאר יעדן צו פרעגן שאלות פון רבינו שליט"א אויף וואס דער רבי האט געענטפערט במאור פנים, און אויסגעשמועסט בטוב טעם ודעת, דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען רירענדע דברות קודש א לענגערע צייט פול מיט חיזוק און געפיל, און דערביי געוואונטשן ברכות קדשו.
דערנאך האט דער רבי פערזעדליך געטיילט מתנות און חנוכה געלט פאר יעדן איינעם לויט די יארגאנג. מען האט געענדיגט ארום 12:00. רבינו שליט''א האט זיך הארציג באדאנקט פאר די חשובע עסקנים צווישן אנדערע העסקנים החשובים ר' ארי' הערשקאוויטש הי"ו, ר' אליעזר ראטה הי"ו, ר' מרדכי שעהר הי"ו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צום לחיים שמחת הווארט לרגל די שידוך שליסן פון נכדתו הכלה בת חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס מיט די חשובע זיידעס און מחותנים בשלשלת היחוס פון חתן כלה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.
דאנערשטאג מקץ ד' דחנוכה
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' בעריש לאוב הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' שמעון רובינפעלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר משה יודא יקותיאל הירש הי"ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת מקץ ג' דחנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יואל שפיטצער הי"ו. ב"ר יואל פריינד הי"ו. ב"ר שלמה זלמן געלב הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה האט שלום גענומען הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א וועלכע איז מאנטאג אהיים געקומען פון אנטווערפן, און איז געקומען פראווען א מסיבת חנוכה מיט די תלמידי המתיבתא, דער רב שליט''א האט איבערגעגעבן א ווארימע גריס פון קהלתינו הק' באנטווערפן ווי דער רב שליט"א האט געוויילט פארגאנגענעם כ"א כסלו און שב''ק וישב, און בפרט פון די ישיבה קטנה וואס איז געעפענט געווארן דעם זמן מיט א שטארקע הצלחה.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
NoticeVideo
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי הדלקת נר חנוכה פארגאנגענעם דאנערשטאג נר ה' דחנוכה, ברוב עם הדרת מלך בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Shabbos Kodesh30 Kislev 578312/24/2022
News
אין די יעצטיגע מינוטן קומט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אריין צו הדלקת הנרות בביהמ"ד הגדול אין וויליאמסבורג יצ"ו.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Friday29 Kislev 578312/23/2022
Photos · 4
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א עוסק בתורה אין חדר הספרים בבית הרבני הנגיד מוה"ר וואלף ברי"נ לאנדוי הי"ו אין וומסב"ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Thursday28 Kislev 578312/22/2022
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת מקץ - חנוכה - ר"ח טבת שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו