כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים סעודת הילולא פון הגה"ק משינאווא זיע"א, אינאיינעם מיט תלמידי ישיבתינו ישיבה גדולה בבארא פארק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך ויגש
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' לייבוש אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר שלמה מיכאל מארקאוויטש הי"ו. ב"ר יצחק צבי קליין הי"ו. ב"ר אברהם לעווינגער הי"ו. ב"ר יואל קיש הי"ו. ב"ר אברהם יוסף פריעדמאן הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ב'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' דוד כ"ץ הי"ו, אין ביהמ"ד הלכה ברורה, ווי דער רבי איז געווען סנדק. נאכן ברית האט דער רבי דארט געדאווענט מנחה. דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אברהם יצחק מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג) - ר' לוי יצחק דוד לאנדא הי"ו, באולם כינור דוד. ר' עוזיאל לעפקאוויטש הי"ו - ר' יונתן בלייער הי"ו, באולם קרן ויואל משה. ר' אברהם יושע גלויבער הי"ו - ר' משה אלי' רובין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו'''פ הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אינאיינעם מיט מחותנו הגה"צ האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א, עס האט זיך פארמירט א לענגערע תורה'דיגע שמועס, דער דיין שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א זיין נייע ספר אגלי דבש חלק ב' און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' קלמן פילאפף - און ר' שמואל שלעזינגער הי"ו (וומסב''ג). ר' שאול גרינפעלד הי"ו - ר' שלמה הערש פישער הי"ו.
דינסטאג פרשת ויגש 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית מיט די תלמידי המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג', אין ביהמ"ד בית שלום אויף די שינאווא גאס.
אין די פארמיטאג שעות איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית אופה המהודרת דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 5:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו'''פ הגה''צ רבי אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א אדמו''ר מקאזלאוו, מקבל זיין ברכות קדשו לקראת די חתונה פון בנו החתן, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הגה"צ ר' אברהם יונה שווארץ שליט"א גאב"ד וויען עסטרייך, וואס געפונט זיך דאהי לקראת מערערע שמחות בביתו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער רבי האט און מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל שמחת קישור החיתון של בת הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו, ווי דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר חתן כלה און די חשובע מחותנים.
ארום 12:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין די זאלן פון אור החיים וויזניץ אין בארא פארק מפאר זיין בראש שמחת החתונה פון נכד רביה"ק בעל ברך משה זיע''א, נכד גיסו הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א החתן בן חתנו הרה"ג ר' יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד קלאסנא שליט"א, מיט הכלה בת הרה''ג ר' יעקב ישראל רובין שליט"א ר"מ בישיבת באר התורה, בן הגה"צ אבד"ק גלאגוב ז"ל וחתן הגה"צ אבד"ק ציעשנוב וראש ישיבתינו ב"פ שליט"א. רבינו שליט''א האט געטרינקן א לחיים און אנגעווינטשן פארן חתן, מחותנים, און די געהויבענע זיידעס, דערנאך האט מען אויפגערופן צום מצוה טאנץ, און דער רבי האט אפגעראכטן די ריקודי קודש לפני הכלה א לענגערע צייט בהתלהבות אש, און דערנאך געטאנצען מיטן חתן און מחותנים, און ארויס אין א עקסטערן ריקוד מיט גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעווינטשן די כלה כנהוג, און עקסטער פאר אחותו הרבנית מ'מאנטריאל תליט"א, און פארלאזט דעם זאל אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
מיטוואךד' טבת תשפ"ג12/28/2022
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת נכדתו שתחי' בת לבנו הגה"צ אבד"ק עצי חיים סיגוט שליט"א
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
דינסטאגג' טבת תשפ"ג12/27/2022
בילדער · 3
מסיבת לחיים בבית כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א בוומסב"ג, לרגל שמחת קישור החיתון של בת הרבני הנגיד ר' שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי שיעור ג' פון די 9 סניפי ישיבות קטנות בקר''י בבנין הת"ת בנין הירש - גאלדבערגער - לאנדא אויף די ראצפערט גאס
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 3
מעמד שריפת הפתילות נאך תפילת שחרית בחצר הישיבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 7
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית ומסיבת לחיים ביום זאת חנוכה בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
ליל זאת חנוכה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צו הדלקת נרות חנוכה במעמד אלפי אנ''ש, דער רבי האט אריינגעגאסן די אויל און געזאגט די ברכות באש קודש. דערנאך האט דער רבי געזאגט די זמירות בשעת מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, און די קאפעליע האט געזינגען די פיוטים כנהוג, הרה"ח ר' משה לוי ברוין הי"ו האט מהנה געווען בפרקי חזנות ביי יונים, און הרה"ח ר' שלמה הערש עקשטיין הי"ו האט פארגעזינגען מזמור שיר חנוכת כנהוג, באגלייט בשירה וזמרה. רבינו שליט''א איז געגאנגן צום טיש און מען האט מען ממשיך געווען צו זינגען א לענגערע צייט נגוני התעוררות ודביקות. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה אז דורך מצוות תפילין און הדלקת המנורה איז מען מכניע די זיבן שמות פונעם יצר הרע און מען ווערט מקודש ומחובר צו הקב"ה, און מסיים געווען בברכות קדשו.
נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני הלל והודאה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און נאכאמאל משמיע געווען דב"ק און געטיישטש אז זאת חנוכה ווייזט אז ה' הוא אלוקינו און איז א יחיד ומיוחד איז עס משפיע פרנסה, און מסיים געווען בברכות לרוב.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריין אין חדר יוסף אליהו ווי דער רבי האט פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די קאפעליע און א סעט לב אהרן פאר די מזמרים. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
בביתו נאוה קודש איז פארגעקומען א חלוקת מעות חנוכה פאר עטליכע חבורת לומדי מבצר הכוללים קרית יואל בנדבת ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט פארטיילט די תמיכות פאר די אינגעלייט, דערנאך האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פארן חשובן נדבן און פארן גאנצן ציבור. מאנטאג ויגש זאת חנוכה
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הר''ר מעכיל בערקאוויטש שליט"א. ב"ר שמעון משה ניישטיין הי"ו. ב"ר יואל לעווינגער הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א און הרה"צ האדמו"ר מסערעדנא ב"ב שליט"א - זיידעס פון א בר מצוה בחור, און מיט די ראשי הישיבה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און פארטיילט חנוכה מטבעות פאר די בחורים. דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש והתחזקות פאר די בחורים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז פארגעקומען דער מעמד שריפת הפתילות אינעם חצר פון ישיבה אינאיינעם מיט די תלמידי הישיבה, דער רבי האט אריינגעלייגט די קנויטן אין די מדורה און געטאנצן ריקודי קודש פאר עטליכע מינוט.
אום 5:05 איז רבינו שליט"א אנגעקומען אינעם בנין הת"ת בנין הירש-גאלדבערגער-לאנדא אויף די ראצפערט גאס, צום שלחן הטהור לכבוד זאת חנוכה אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי שיעור ג' פון די 9 סניפי ישיבות קטנות פון קר''י. דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום. במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני חנוכה וניגוני ימים נוראים, מיט מזמור שיר חנוכת האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א ראש המנהלים.
רבינו שליט"א האט משמיע געווען דב''ק דברי דרוש ופלפול אין די סוגיא במס' שבת פון כבתה זקוק לה, און דערנאך ממשיך געווען בדברי אגדה, און דערנאך ארומגערעדט לענגערע דברי הדרכה פאר די בחורים, און מסיים געווען בברכת קדשו. דערנאך האט מען ממשיך געווען בניגוני הלל והודאה, ברכהמ''ז: הרה"ג ר' וואלף לאנדא שליט"א מנהל סניף רב טוב. מען האט געענדיגט ארום 7:00.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים. ר' חיים הערש קאהן הי"ו - הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, באולם כינור דוד. ר' אהרן שאול סאנדעל הי"ו - ר' שלמה שעהנברוין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מעכיל גרינפעלד הי"ו - ר' מאיר זאלדאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
זונטאג פרשת ויגש ז' דחנוכה - ב' דר"ח טבת 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול בקר''י. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים. ב"ר נפתלי יעקב גאטליעב הי"ו. ב"ר יעקב נפתלי קאסירער הי"ו. ב"ר קלונימוס זאב שטיינמעץ הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 5:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.