בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday18 Teves 57831/11/2023

Photos · 3
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים היינט נאך שחרית אין פאלם ספרינגס קאליפארניע, לרגל די הילולא קדישא פון הרה''ק הבני יששכר זיע''א, ווי דער רבי האט דערציילט סיפורי קודש א לענגערע צייט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. בעל תפילה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א. נאכן דאווענען האט הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו מחשובי חסידי פאפא בוומסב''ג, איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א א סעט פון די נארוואס ארויסגעקומענע 'ספרי ההצלה' פון הצלת הרה"ק ר' אהרן מבעלזא זצ''ל פונעם צווייטן וועלט מלחמה און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.

פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד בית חב''ד.
עס האט שלום גענומען הרה"ג ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא וועלכע וויילט אין די יעצטיגע טעג אויף אפרוה, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס.
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית בבית הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו.
בעל תפילה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א (קר"י), פתיחה: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ), ראשון: רבינו שליט"א, שני: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג), שלישי: חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט''א, הגבה: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו (קר"י), גלילה: הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו (קר"י).

אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 11:15 איז רבינו שליט''א - כדרכו בקודש - געגאנגען שפאצירן בנאות דשא, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים.

פארנאכטס ארום 5:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה בבית הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, בעל תפילה: הרה"ח ר' אברהם יודא לעבאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה, און הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו האט פארגעלערענט זיין טעגליכע שיעור חומש רש"י.
ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א.
נאך מעריב האבן שלום גענומען עטליכע געסט וואס זענען געקומען אויף מנוחת הנפש, צווישן זיי הגאון ר' משה שמעון הלוי וואזנער שליט"א אבד"ק שבט הלוי בלעיקוואד.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר משה סטרולאוויטש הי"ו.
ב"ר יואל ברי"ח ווייס הי"ו.
ב"ר מרדכי אפרים פישל פייערווערקער הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, און דערביי איבערגעלאזט א קשיא פאר די בחורים אין די סוגיא איידערן אפרייזן למנוחת הנפש. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט"א מיטן ניגון כי מלאכיו.

ארום 1:20 האט רבינו שליט''א פארלאזט ביתו נאוה קודש אין קרית יואל אויפן וועג צום סטוארט עירפארט פון ווי דער רבי איז אפגעפלויגן מיט א פריוואטן פליגער קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן אויף מנוחת הנפש ביז קומענדיגען מיטוואך בשלח הבעל"ט.

אום 2:33 האט זיך בשעטו''מ געהויבן די פריוואטע פליגער, אויפן פליגער האט רבינו שליט''א עוסק געווען בתורה א לענגערע צייט, און געשריבן חידו"ת.

ארום 4:55 נאכמיטאג אין פאלם ספרינגס קאליפארניע האט געלאנדעט דער פליגער אינעם פאלם ספרינגס אינטערנעשענעל עירפארט, ווי דער רבי איז אפגעווארט געווארן דורך אנ''ש וועלכע וויילן דארט אויף אפרוה.

פונעם עירפארט איז רבינו שליט''א תיכף צוגעפארן צו ביתו נאוה קודש די יערליכע אכסניא אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' הערשל שפיץ הי''ו.

פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה בבית הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה, און ביים זמן רבינו תם האט מען געדאווענט מעריב. בעל תפילה: הב' מענדל בער ווייזער ני"ו.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצש''ק פרשת ויחי 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריבער אינעם אודיטאריום בבנין הבית רחל צום סיום ששה סדרי משנה דורך די הונדערטער ילדי תשב''ר פון מתמידים רץ למשנה, ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען זייערע עלטערן און זיידעס.
עס האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' לייביש ליש הי"ו, און דערנאך איז פארגעקומען דער סיום ששה סדרי משנה ווי יעדע אינגל האט געלערענט א משנה צו ענדיגן גאנץ ששה סדרי משנה אויף איינמאל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון די קינדער וואס געבן אוועק פון זייער צייט צו לערנען משניות, און די שטאלץ וואס עס איז פאר קרית יואל אז אזויפיל קינדער ענדיגן משניות, און געזאגט אז ער האט אויך די זכי' צו זיין א זיידע פון עטליכע אייניקלעך מסיימים, און מסיים געווען בברכת קדשו.

דערנאך ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אהל פיגא צום שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה בת חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, מיט החתן בן הרה''ג רבי ארי' מנחם מענדל רובין שליט''א בן הגה"צ ר' יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק טאמאשוב שליט"א (ב"פ) וחתן הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א.
מען האט געזינגען די זמירות מלוה מלכה, און עס האבן אויפגעטרעטן די זיידעס הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, און האדמו"ר מטאמשוב שליט"א.
רבינו שליט''א האט מסדר געווען די תנאים, די עדות זענען געווען הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו און הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הר"ר יחיאל יקותיאל יודא רובין שליט"א, ערב קבלן מצד הכלה: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו.
דערנאך האט אויפגעטרעטן דער זיידע כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א, און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען האדמו''ר מדושינסקיא מיט קריאת התנאים.
רבינו שליט''א האט דערנאך משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק המגיד מראשית אחרית וכו', און געטיישטש איבער די מחלוקת הצדיקים צו הקב"ה דארף קודם משפיע זיין רוחניות אדער קודם גשמיות און מסיים געווען בברכת קדשו.
דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן חתן, מחותנים, זיידעס און פארן גאנצן ציבור, און דערנאך איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב.
ברכהמ''ז: דער חתן הרב ישעי' שליט"א, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה. מען האט געענדיגט ארום 12:10.

נאכן תנאים איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון האברך הנגיד ר' אלטר ברוך בר"מ לעווי הי"ו בגלילות קר"י, דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א חתימות שטרות ווי די 'מלוה מלכה חבורה' האבן אינאיינעם אפגעקויפט א כתה צו ווערן א שותף מיט מרן רבינו שליט"א אינעם בנין בית רחל החדש במוסדות קר''י, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרי שותפות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט קורא שם געווען פארן כתה 'חדר שבת אחים' און מאציל געווען מברכות קדשו אז אלע שותפים זאלן אליינס זוכה זיין צו קויפן א כתה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday17 Teves 57831/10/2023

Video
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת נכדתו שתחי'
בת לנכדו הרב משולם זושא ראזענבוים שליט''א בן הגה''צ ר' מאיר איתמר שליט''א מטרעבישאן, חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday16 Teves 57831/9/2023

Photos · 4
וקוי ה' יחליפו כח יעלו אבר כנשרים

כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי די טעגליכע שפאציר בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אנקומענדיג מיטן פריוואטען פליגער קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע, און ביי מנחה מעריב בבית הרה''ח ר' משה פאלקאוויטש הי''ו אין פאלם ספרינגס, צוליב די אנגייענדע ארבייט צו פאררעכטן דעם שאדן פון ביהמ"ד בית חב''ד פאלם ספרינגס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א עוסק בתורה על אם הדרך, אויפן פריוואטען פליגער אינטערוועגנס קיין פאלם ספרינגס קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days