זמנים לשב''ק פרשת וארא בצל הקודש בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאלעפארניע
שקיעה הנראית בערך בשעה: 4:00. הדלקת הנירות: 4:50. שקיעת החמה בשעה: 5:05. התפילות וסעודת שלישית יתקיימו בביהמ"ד בית חב"ד דפאלם ספרינגס. -250 E Palm Canyon Dr.- מנחה וקבלת שבת בשעה: 5:40. זמירות ודברי תורה אצל עריכת שלה"ט של כ"ק מרן רבינו שליט"א בביתו נאוה קודש בערך בשעה: 9:30. -1595 S Calle Rolph- שחרית בשעה: 9:30. מנחה ושל''ס בשעה: 5:40. זמן מוצש"ק בשעה; 6:19.
אנגעהויבן בערך 9:30 ניו יארקער צייט וועט מען קענען מיטהאלטן, דורך א הוק-אפ, דעם סדר פון של"ס און די דברות קודש לימי השובבי"ם פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
קול סאטמאר 845-951-1110 בעק-אפ נאמבער 351-888-7117
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו (וומסב''ג). נאכן דאווענען האבן די געסט שלום גענומען, און הב' יעקב ב"ר חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו (קר"י) האט איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה פאר די בחורים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד, פארן דאווענען האט זיך דער רבי באגריסט מיט זיין לאנג יעריגער חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל, און עס האט זיך פארמירט א רייכע ידידות'דיגע שמועס. בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו, פתיחה: הגה"צ אבד"ק ראשית חכמה שליט"א, כהן: הרה"ח ר' בנציון קאהן הי"ו (מאנסי), לוי: הרה"ח ר' יוסף משה אונגאר הי"ו (מאנסי), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר מאיר מרדכי דוד אונגאר שליט"א (ב"פ), גלילה: הרב שלום הורוויץ הי"ו ( וומסב''ג).
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' חיים וואלף פאלקאוויטש הי"ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו ( וומסב''ג).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. בעל תפילה: הר''ר אלכסנדר נחום גאטליעב שליט''א (קר''י).
אין די פארמיטאג שעה'ן ארום 10:30 איז רבינו שליט''א געגאנגען שפאצירן בנאות דשא מיט געציילטע אידן מנכבדי קהלתינו, ווי עס איז פארפירט געווארן א הערליכע שמועס בדברי תורה וחסידות, מנהגי קודש וסיפורי צדיקים פון הגה''ק הדברי יחזקאל משינאווא זיע''א און פון הגה''ק החתם סופר זיע''א.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריין געקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו (קר''י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר''י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י), נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק הבעל התניא זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט.
דערנאך האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער חסידות בזמן בעל התניא און איבער לערנען דקדוק און תנ"ך.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו (קר''י). נאך מנחה האט הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א שלום גענומען פון רבינו שליט"א, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דערנאך האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו (קר''י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע
מאנטאג
ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. בעל תפילה: ר' יעקב יוסף פילאפף הי"ו (קר"י), פתיחה: הרה"ח ר' בנימין יצחק גליק הי"ו (קר"י), כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א (קר"י), לוי: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א (קר"י), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' אברהם חיים ליכטענשטיין הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יצחק לייב פייערווערקער הי"ו (קר"י).
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 האט מען געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' מיכל פעלדמאן הי"ו (קר"י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת וארא שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: שמחת חתן וכלה, ריקודין של מצוה, והמסתעף - חלק ט - מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
זונטאג פרשת וארא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד בית חב''ד. נאכן דאווענען האבן זיך געזעגענט די געסט וועלכע האבן געוויילט אויף שבת בצל הקודש.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת ארום 6:15 געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב"ק פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.
פרייטאג צונאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד בית חב''ד, מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' שמואל וואסערמאן הי"ו ( וומסב''ג).
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 7:05. דער ציבור איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און דער רבי האט אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש.
ביים ערשה''ט בביתו נאוה קודש האט מען געעפענט פאר'ן ציבור ארום 9:30. מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי), מנוחה ושמחה: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א (ב"פ).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקם מלך חדש על מצרים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מין במינו לא בטיל.
קה אכסוף: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו (קר"י), ברכהמ''ז: הר"ר משה אונגאר שליט"א (שיכון סקווירא).
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק בעל דברי שמחה מציעשנוב זיע''א, וואס די יארצייט איז געווען פרייטאג כ' טבת.
קה רבון עלם: הר''ר ישראל משה לאנדא הי''ו (קר"י), נאך די פירות האט מען אויפגעגעבן בונדלעך און מען האט געזינגען ניגוני שמחה לרגל די שמחת השלום זכר ביי נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 11:10.
וביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו ( וומסב''ג), צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
פארן ליינען האט הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, געמאכט אן אפיעל פארן ארטיגן ביהמ''ד.
הוצאה והכנסה: הרב אברהם הערש אייזענבערגער שליט"א (שיכון סקווירא), פסוקי שמע ישראל: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. בעל קורא: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו. עליות. כהן: הבה''ח שלמה זלמן ב"ר יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג), לוי: ר' חיים יואל רובינפעלד הי"ו (קר''י), שלישי: הגה"צ אב"ד היבנוב ב''פ שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' יצחק יודא מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג), חמישי: הגה''צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, שישי: רבינו שליט''א.
דעם רבינ'ס עליה איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו, דער רבי האט זיך באדאנקט און געהייסן מאכן א מי שברך. אזוי אויך האט רבינו שליט''א געהייסן מאכן א מי שברך ליולדות פאר די 2 אייניקליך. הולדת הבן ביי הרב שלום יחזקאל רובין שליט"א חתן הגה''צ אב''ד עצי חיים סיגוט שליט''א. הולדת הבת ביי הרב משולם זושא ראזענבוים שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, די שמחת הקידושא רבא איז פארגעקומען אין ביהמ''ד אבני צדק אין קר"י, ויקרא שמה בישראל בלומא טויבא נאך די באבע די טשערנאבילער רביצין ע''ה.
שביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה''ק קר''י, הוספות: הר"ר משה ברוך זילבער שליט"א, הרה"ח ר' ישראל משה לאנדא הי"ו, אחרון: הרה"ח ר' יצחק זאב פילאפף הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' יצחק שמואל אפענהיים הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי"ו (וומסב''ג).
מוסף: הגה''צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ''ץ שיכון סקווירא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי"ו (שיכון סקווירא). מען האט געענדיגט ארום 12:25. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 5:40. מנחה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו (קר"י), כהן: ר' יקותיאל פנחס פילאפף הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, שלישי: הרה''ח ר' משה אונגאר הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א.
זמירות ביי של''ס האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' שמחה יוסף וויזענפעלד הי"ו.
ביי די תורה האט זיך רבינו שליט''א געשטעלט אויפן פסוק 'ואלה שמות בני ישראל' און געטייטשט אז פרעה האט פראבירט מכשיל צו זיין אידן מיט ראיות אסורות ווייל ער האט פארשטאנען אז פון איין מחשבה אסורה ווערט באשאפן כוחות רעות וואס איז מונע תשובה, אבער המענג את השבת נותנים לו נחלה בלי מצרים, די דריטע סעודה פון שבת איז קעגן יעקב, דורכן מענג זיין דעם שבת בפרט סעודה שלישית נחלת יעקב כמנהג חסידים ואנשי מעשה, קומט יעקב אבינו וואס ווערט אנגערופן ישראל ווייל ער האט זיך געשלאגן מיט א מלאך און ער קומט צו הילף אין אזא מצב וואס א מענטש קען שוין נישט מיט זיין אייגענע כוחות, פארדעם האט פרעה געוואלט מבטל זיין שבת, יעצט בימי השובבי''ם וואס איז מיוחד צו מתקן זיין אלע פגמים דארף מען זעהן מאריך זיין בסעודות שלישית, אידן זאלן זיצן בצותא חדא בכסופין והתעוררות קדושה, מוסיף זיין מחול אל הקודש, אזוי קען מען צוקומען צו די ריכטיגע התבננות און צו שלימות'דיגע תשובה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלמה משה קלאגסברוין הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו. רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס כנהוג.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו. נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:00.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
שבת קודשכ"א טבת תשפ"ג1/14/2023
נייעס
שובו בנים שובבי"ם
דער זמן מוצש"ק אין פאלם ספרינגס קאליפארניע איז 6:13 - 9:13 ניו יארקער צייט.
אהנגעהויבן בערך אים 9:20 וועט מען קענען מיטהאלטן, דורך א הוק-אפ, דעם סדר פון של"ס און די דברות קודש לימי השובבי"ם פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.
קול סאטמאר 845-951-1110 בעק-אפ נאמבער 351-888-7117
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 5
אנ''ש נעמען שלום פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים חאלאקע פאר הילד ב"ר מענדל בער (ב"ר אברהם) ווידער הי"ו, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת נכדו שתחי' בן לנכדו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א בן הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג. וחתן הגה''צ אבד"ק עצי חיים סיגוט שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד, בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי''ו. נאכן דאווענען האט הבה"ח שלמה זלמן ב"ר יצחק זאב פילעפף הי"ו (וומסב''ג) איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט אין ישיבה פאר די בחורים, און די פרישע געסט האבן שלום גענומען.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 8:15 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו, פתיחה: הרה"ח ר' אברהם אשר אנטשיל פעדער הי"ו (סקווירא), ראשון: רבינו שליט"א, שני: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א, שלישי: הגה''צ ר' יוסף ישראל אייזענבערגער שליט"א דומ"ץ שיכון סקווירא, הגבה: הגה"צ אב"ד היבנוב שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' מענדל בער בר"א ווידער הי"ו (קר"י).
פארנאכטס ארום 5:35 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה, בעל תפילה: ר' חיים יעקב לעבאוויטש הי"ו (קר"י). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו (קר"י). נאך מעריב איז פארגעקומען די חאלאקע פאר הילד ב"ר מענדל בער ווידער הי"ו, דער רבי האט אפגעשניטן עטליכע האר, אנגעטוהן דאס קאפל און די ציצית און אנגעוואונטשן פארן אבי הבן, און פארן זיידן הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק בקר"י.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת שמות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש פאלם ספרינגס קאליפארניע
ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד בית חב''ד. בעל תפילה: הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל"ק פון הרה"ק הבני יששכר זיע"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און דערציילט סיפורי קודש פאר א לענגערע צייט.
נאכן דאווענען האט רבינו שליט"א אהיים שפאצירט, אויפן וועג אהיים האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבערן בני יששכר זיע"א, די גלילות פונעם שטאט סיגוט און די רבנות פון הרה"ק ר' אלעזר ניסן זיע"א אין שטאט סיגוט.
פארנאכטס ארום 5:40 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו תפילת מנחה, בעל תפילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אויף זיין פלאץ אין ביהמ''ד, און ביים זמן ר"ת ארום 6:10 געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' וואלף ברי"ד לאנדא הי"ו (קר"י).
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ' טבת תשפ"ג1/13/2023
מודעה
שבת התאחדות דורך קהלתינו הק' במאנטשעסטער, בעיר האבות סיגוט יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת שמות שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: ש'נים מ'קרא ו'אחד ת'רגום מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א