בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

בילדער

← ווייזט אלעס

מיטוואךג' שבט תשפ"ג1/25/2023

בילדער · 9
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים שפאצירן אינאיינעם מיט כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ירושלים שליט"א, און דערנאך ביי א באזוך בבית אכסניתו אין די דעזערט האט ספרינגס געגענט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 6
מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד לרגל די מעמד חנוכת המקוה טהרה, בהשתתפות כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ירושלים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 4
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים זיך אומקוקן אויף די מקוה אין ביהמ"ד קערעסטיר אין די דעזערט האט ספרינגס געגענט, וואס שטייט אינטער די השגחה פון הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 4
חברת טהרינו פון ת''ת חדר דלאס אנדזשעלעס, ביי כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 6
אנ''ש וואקאנציאנערן נעמען שלום פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש.
צווישן אנדערע, דעם רבינ'ס חברותא הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל שליט"א, הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט"א, הגה''צ ר' ישראל יוסף אייזנבערגער שליט''א דומ"ץ שיכון סקווירא, הרה''ג ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה"כ וומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 6
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א אויף מנוחת הנפש בעיר הנופש פאלם ספרינגס, קאליפארניע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 6
פייערליכער מעמד קבלת פנים בבית מדרשינו הגדול בבני ברק יצ"ו, ווי עס האט אויפגעטרעטן דער יו"ר הרה"ח ר' יעקב יאזשעף הי"ו, הרה"ח ר' משה חיים ווייס הי"ו מנהל המוסדות, הרה"ג ר' שניאור ווייס שליט"א ר"מ בישיבתינו הק', משב"ק הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, דער מעמד האט זיך געשלאסן מיט א פייערליכן טאנץ בשירה וזמרה.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילדער · 5
שלוחי קודש אויף א באזוך בבית הגאון הצדיק ר' חיים שלום קליין שליט''א מרבני קהלתינו בבני ברק יצ"ו.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילדער · 3
שלוחי קודש אויף א ידידות'דיגע באזוך בבית הרה''ח המרומם ר' משה חיים ווייס הי''ו, מנהל מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו וועלכער איז נתמנה געווארן דורך רביה"ק זיע"א בשנת תשל"ו לפ"ק.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילדער · 3
שלוחי קודש מיט הרה"ג הדומ"ץ וראה"כ שליט"א ביים באזוכן בהיכל כוללינו כולל עצי חיים שע"י קהלתינו הק' בבני ברק יצ"ו.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️

דינסטאגב' שבט תשפ"ג1/24/2023

בילדער · 2
וויכטיגע ענגע אסיפה נעכטן מאנטאג מיט די אפיציעלע אוטאריטעטן, איבער די ענדגילטיגע פלענער און פערמיטן פונעם בנין האדיר תל תלפיות דקהלתינו הק' בירושלים עיה"ק.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילדער · 9
מעמד קבלת פנים ומסיבת נהדר פאר נכבדי ועסקני קהלתינו הק' בירושלים, בהשתתפות חשובע רבנים גאונים מפורסמים וחברי הביד"צ שליט"א.
עס זענען געזונגען געווארן ספעציעלע חרוזים און עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל המוסדות, הרה"ח בנש"ק ר' משה מענדל הערשקאוויטש שליט"א און דער משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו.

עקסטערע האט הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו זיך באדאנקט בשם די שלוחי קודש פאר די ארטיגע געטרייע עסקנים.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילדער · 2
ענגע אסיפה מיט די שלוחי קודש אינעם אפיס פון די מוסדות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
שלוחי קודש ביים באטראכטן פון אויבן אויפן דאך פונעם בנין הת"ת, דעם ריזן שטח ווי עס וועט בעז"ה אויפגעבויעט ווערן דער בנין האדיר תל תלפיות דקהלתינו ומוסדותי' הקדושים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 4
שלוחי קודש ברענגן א פריסת שלום פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פארן פוסק הדור ומרא דארעא קדישא ראב"ד ירושלים שליט"א.

דער ראב"ד שליט"א האט שואל געווען בשלום מרן רבינו הגה"ק שליט"א, און דערנאך אויסגעשמועסט עטליכע הלכה'דיגע ענינים וואס די בית הוראה אין קרית יואל האט געשיקט אהנפרעגן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 4
שלוחי קודש ביים באזוכן סוף סדר הלימוד בהיכל כוללינו ויואל משה שע"י קהלתינו בירושלים עיה''ק, עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' אשר זעליג לעוו הי''ו.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילדער · 3
שלוחי קודש ביים באזוכן בהיכל ישיבה קטנה אין ירושלים עיה''ק, ווי ס'האט מקבל פנים געווען דער מנהל הישיבה און דערנאך האט אויפגעטרעטן משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו. און דערנאך האט הרה''ח ר' אשר זעליג לעוו הי''ו געזאגט א פשעטיל פאר די בחורים.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילדער · 10
שלוחי קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים באזוך בקרב מוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק, פארהערט די ילדי התשב"ר, און דערנאך ביים מעמד קבלת פנים ווי עס האט אויפגעטרעטן הרה''ח ר' אשר זעליג לעוו הי''ו ראה"ק, און משב''ק הרה''ח ר' חיים שלמה פישער הי''ו.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילדער · 2
לענגערע אסיפה מיט הנהלת קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק, בענינים העומדים על הפרק, צווישן אנדערע, איבער די פלענער פונעם נייעם בנין האדיר פון קהלתינו ומוסדותינו הק', און איבער די פרטים פאר חינוך הבנות דמוסדותינו הק' און נאך פארשידענע פלענער אויפן עתיד.

פארגעקומען אין די ארטיגע דירה פון הרה''ח ר' אשר זעליג לעוו הי''ו ראה"ק קהלתינו הק' בלאנדאן יצ"ו.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
בילדער · 5
משלחת נכבדה שלוחי כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א אנקומענדיג קיין ארה"ק בשליחות הקודש, לחיזוק וביסוס קהלותינו ומוסדותינו הקדושות אין ארה"ק, ווערן אפגעווארט געווארן דורך ראשי ומנהלי קהלתינו ומוסדותינו הקדושות פון ירושלים, בני ברק, בית שמש.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️

זונטאגכ"ט טבת תשפ"ג1/22/2023

בילד
הנהלת הקהילה והמוסדות בירושלים עיה''ק זיצן אויף א אסיפה מיט די שלוחי קודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א וואס זענען געפארן זיך אומקוקן אויפן וואוקס פון די ארטיגע קהילה.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
ווייז פריערדיגע טעג