מארגן מאנטאג וועט פארקומען די מעמד "חנוכת הבית וקביעות מזוזה" פאר ישיבתינו הק' ישיבה גדולה בארא פארק בהנהלת הגה"צ גאב"ד ציעשנוב שליט"א -ראש הישיבה, אינעם נייעם פראכטפולן בנין אין סטעטנ"ד איילענ"ד אין שפיץ פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א וועלעכע וועט אויך מאריך זיין שלחנו הטהור לרגל היומא דהילולא קדישא של הרה"ק משינאווא זי"ע מזמור שיר חנוכת הבית!
באריכט
ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה!!
היינט זינטאג האט מען באנייט די 16'טע בנין! בקרב מוסדותינו הק' בקרית יואל "בנין החדש והמפואר -בנין גאלדשטיין" ווי עס האבן זיך אריינגעצויגן בשטומ"צ די תלמידים פון די 8'טע סניף אין ישיבה קטנה "סניף דברי חיים".
און די נאנטע טעג וועלן זיך אריינציען בס"ד די הונדערטער תשב"ר. ורוח הקודש אומרת כן ירבה וכן יפרוץ!!
קומענדיגן מיטוואך וועט פארקומען די מעמד חנוכת הבית וקביעות מזוזה אין שפיץ פון די נשיא המוסדות כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א. מער פרטים וועט נאכפאלגן גדול יהיה כבוד הבית הזה!!
מודעהמודעהמודעהמודעהבאריכט
באקאנטע מפעל "חיינו" דקהלתינו הק' קרית יואל גייט א שטאפל פאראויס: נייער טעלעפאן סיסטעם ערלויבט אידן פון איבעראל צו קענען מיטהאלטן די יסודות'דיגע נעימות'דיגע "חיינו שיעורים" סעריע'ס רעגיסטרירטע טעל. נומערן וועלן קענען 'כסדר' איבערהערן די רייכע יסודות רעגיסטראציע היינט זונטאג צו 2 רייכע סעריע'ס פון 5 וואכן פרשת ויגש, ויחי, שמות, וארא, בא פאר תושבי קרית יואל איז שוין גוט באקאנט דער געוואלדיגער דערגרייכונג וואס ווערט צוגעשטעלט אין די לעצטע צוויי יאר, וואו הונדערטער אידן זעטיגן זיך מיט גאר רייכע, זיסע און הערליכע יסודות'דיגע שיעורים, וועלכע בלאזן אריין א חיות און א קלארקייט אין הונדערטער אידן.
ס'ווייסט יעדער אז דער פסוק "לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמוע את דבר ה'" איז היינט א פאקט, אידן לעכצן גאר שטארק צו הערן עפעס א טיפערע פארשטענדעניש אין אונזער מהלך החיים, און ווערטער וואס זעטיגן די נשמה, געבן אריין א חיות אין א אידיש לעבן, צו האבן א טיפערע פארשטאנד אין די זיסקייט און חדות הנפש וואס ליגט אין אונז.
אט דער דורשט, איז די סיבה פארוואס דער מפעל "חיינו" איז געווארן אויפגענומען מיט אזא ענטוזיאזם און צופרידנהייט, און דאס איז די סיבה פארוואס אזויפיל הונדערטער אידן לעכצן מיטצוהאלטן די רייכע לעכטיגע שיעורים סעריע'ס, וועלכע בלאזן אריין א חיות אין יעדן הינזיכט, צוטיילט אין מערערע נושאים, אלעס פאר א מינימאלע אפצאל (וועלכע צאלט אויס א 'טייל' פון די קאסטן דאס אהערצושטעלן).
אצינד, נאכ'ן פארלאנג פון פילע איינגעשריבענע צו קענען תיכף "איבערהערן" די גאר רייכע שיעורים, כדי דאס צו קענען קונה זיין און איינזאפן מיט'ן איבערהערן יעדער לויט זיין געשמאק, און אזוי אויך צו נוצן אין פאל מ'פארפאסט א שיעור מאיזה סיבה, האט 'חיינו' אינוועסטירט אין אויפסעטן א טעלפאן סיסטעם, וואו יעדער שיעור גייט ארויף בס"ד באופן מסודר, און יעדער וואס איז רעגיסטרירט, באקומט אטאמאטיש צוטריט (בלויז פאר זיין רעגיסטרירטע טעלפאן) צו די סעריע וואס ער האט איינגעצאלט.
דאס ערמעגליכט אצינד פאר 'חיינו' ארויסצוקומען מיט א פרישע "איין טאג רעגיסטראציע", דאסמאל נישט בלויז פאר תושבי קרית יואל וועלכע קענען האבן די געלעגנהייט מיטצוהאלטן די געוואלדיגע שיעורים לעבעדיג און דאן כסדר איבערהערן, נאר אויך פאר אידן פון איבער די וועלט וועלכע ווילן דאס קענען מיטהאלטן דורכ'ן טעלפאן, און דערמיט נהנה זיין פון די געוואלדיגע זעטיגקייט און חדוות הנפש.
שטייענדיג נאך די ערשטע 5 שיעורים פונעם "ווינטער סעריע" וועלכע איז געווארן איינגעטיילט אין 2 טיילן, איז אצינד א גאלדענע געלעגנהייט זיך צו רעגיסטרירן צום צווייטן טייל, וועלכע איז א פרישער חלק מיט נייע נושאים און פרישע גדולי בעלי דרשנים.
זעט אין די פאלגנדע מודעות די גענויע דעטאלן פון די יעצטיגע 5 "מאנטאג שיעורים" און 5 "דאנערשטאג שיעורים", וועלכע הייבן זיך אן מארגן מאנטאג!
זיך צו רעגיסטרירן קען מען רופן "קול חיינו" אויף 845.823.0461, יעדער וואס רעגיסטרירט זיך, וועט ערהאלטן א טעלעפאן קאל פון די חיינו אפיס, צו מסדר זיין אלע דעטאלן.
בלייבט נישט ארויס, טעמו וראו כי טוב!
מודעה
שבת קודשד' טבת תשפ"א12/19/2020
נייעס
ברכת מזל טוב לידידינו העסקן גדול בקרב קהלתינו הק' הרה"ח ר' אברהם מאסרי הי"ו לרגל הכנסת בנו לעול התורה והמצוות היינט מוצ"ש יהו"ר אז ער זאל ווייטער קענען עוסק זיין בעבודת הקודש להרמת קרן קהלתינו הק'.
בילדער · 2
מעמד שריפת הפתילות בשירה ובזמרה ע"י כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א דעם זאת חנוכה בחצר ישיבתינו הק' שיעור ד' ויו"ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש!