בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday23 Shevat 57832/14/2023

News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת נכדו שתחי'
בן לנכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א
בן הגה''צ רב דקהלתינו ב"פ 18'טע עוו.
חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Audio
קטע מתוך דברות קודש מרגשי לבו הטהור של כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ב'יום האיחוד' של קרוב לאלף תלמידי כיתה ט' מרחבי ניו יארק רבתי.
בנושא: מסע הקודש לעיר האבות 'סיגעט' על שב"ק פ' שקלים הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
🎵 TASCAM 0130 · 50:00⬇ Download 7.3 MB
Photos · 10
'יום האיחוד' פון תלמידי כתה מכינה לישיבה כתה ט' במוסדותינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, היינט נאכמיטאג אין ביהמ''ד ישמח משה בקר''י בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד אבני צדק לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א וחתן הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א.
פארן דאווענען האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל טייטלבוים הי"ו.
ב"ר חיים מרדכי מיטטעלמאן הי"ו (וומסב''ג).
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה. מוהל: רבינו שליט"א, סנדק: דער זיידע האדמו''ר מקארוב שליט"א, סנדק מעומד: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט"א, ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל יצחק נאך זיין זיידע האדמו"ר מאלעסק זצ"ל.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.

דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ"ד, ביי די סעודה האט אויפגעטרעטן דער בעל שמחה דער אבי הבן שליט"א, און די זיידעס האדמו''ר מקארוב שליט"א, און חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב ברוך רוקח שליט"א וחתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט''א משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה און פאר די זיידעס, און גאנצן ציבור.
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, און מכבד געווען מיט די הרחמן'ס בני וחתני הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכמיטאג ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 אזייגער ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר שמעון ישראל הורוויץ הי"ו (וומסב''ג) - הר"ר חיים יחזקאל ווערצבערגער שליט"א.

נאך די זמני כניסה ארום 11:35 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון כינור דוד ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די שמחת השבע ברכות בבית הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א לרגל שמחת נשואי נכדיו, הכלה בת בנו הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט''א, און החתן בן בנו הרה"ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט"א מו"ץ בקהלתינו, עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בדברי תורה ופלפול אין די סוגיא פון ריבית, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן דיין שליט''א, די חתנים, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור, נאך ברהמ"ז האט דער רבי געזאגט די שבע ברכות, און זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיט די חתנים און דערנאך מיטן דיין שליט"א.

ארום 12:05 האט דער רבי געדאווענט מעריב אין ביהמ"ד בית מרדכי, נאך מעריב האט הילד מרדכי דוב בן הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א איבערגעגעבן א תירוץ אויף די קשיא וואס דער רבי האט איבערגעלאזט פאר די תלמידי כתה ט' אנהייב זמן אין פארשעי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א מפאר בראש ביים שמחת השבע ברכות פון הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, לרגל נשואי נכדיו.
הכלה בת בנו הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט''א.
החתן בן בנו הרה''ג ר' ליפא בערקאוויטש שליט''א מו''ץ בקהלתינו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday22 Shevat 57832/13/2023

Photos · 10
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביי קביעות מזוזה ומסיבת לחיים דעם מוצש''ק אינעם נייעם פראכטפולן פלייש געשעפט בקרב קהלתינו הק' במאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
זונטאג פרשת משפטים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ליפא אקערמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר הערשל בר"מ ווערטהיימער הי"ו (מאנסי).
ב"ר זלמן לייב וואלדמאן הי"ו (וומסב''ג).
ב"ר יואל גוטטמאן הי"ו.
ב"ר יואל פוקס הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:15 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ, און ארום 2:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מעמד קביעות מזוזה ומסיבת לחיים פאר ביהמ''ד החדש תפילה למשה דקהילתינו הק' בבארא פארק, דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן רב הביהמ''ד הגה''צ ר' צבי אלימלך טייטלבוים שליט"א און פארן גאנצן ציבור, און דאן משמיע געווען דב"ק וברכה. מען האט געענדיגט ארום 3:15.

פון דארט האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג.
דער רבי איז אנגעקומען ארום 3:45 צום נייעם בנין פון ישיבות קטנות סניף 'מבצר התורה' בהנהלת הרה''ג ר' נטע מאשקאוויטש שליט"א און סניף 'אהבת התורה' בהנהלת הרה''ג ר' חיים שלמה ראטטענבערג שליט"א, צום ערשט איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ''ד סניף מבצר התורה, ווי עס זענען אנוועזנד געווען די בחורים פון ביידע סניפים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און מעורר געווען עוסק זיין בתורה בלימוד שעות רציפות פון ר"ח אדר ביז פורים אלס א הכנה צום גרויסן יו"ט, און ארומגערעדט בדברי מוסר איבער די כלים הטמאים, זינגען ניגונים פון נישט ערליכע מקורות, און מסיים געווען בדברי שבח פון די ישיבות און געוואונטשן ברכת קדשו.

דערנאך איז דער רבי אראפ אין סניף 'אהבת התורה' ווי דער רבי האט קובע מזוזה געווען אויפן שער הביהמ"ד, און זיך אומגעקוקט אין די ישיבה. מען האט געענדיגט ארום 4:15.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם בנין בית האופה דקהלתינו הק', דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אינעם גאנצן נייעם בנין און אלעס ארום און אלע שטיבלעך און סטארעדזשעס וכד', ווי דער מנהל בית האופה ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו האט צוגעצייגט די פילע הידורים און חומרות, דערנאך האט דער רבי מפריש געווען חלה.
ס'איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, אינעם קארידאר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, ובפרט פאר'ן מנהל בית האופה, און משמיע געווען דב"ק און משבח געווען די יגיעה און די חומרות וואס דער חשובער מנהל האט אריינגעלייגט דאס אהערצושטעלן לשם ולתפארת, אינטער די פרעזענדליכע השגחה פון הגה"צ אבד''ק שליט"א וואס איז עומד על המשמר, און מסיים געווען בברכת קדשו פאר אלע ארבעטערס און עוסקים במלאכת הקודש. אויפן וועג ארויס האט דער רבי איבערגעגעבן א מתנה א כוס של אליהו פאר'ן מנהל בית האופה ר' ברוך יודא שפיטצער הי"ו, און דאן קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג. מען האט געענדיגט ארום 4:50.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן כולל אהבת קדומים וואס קומט פאר אין איינע פון די חדרי התפילה, און דערנאך געדאווענט מנחה בחדר ב' פון די נייע איבערגעבויעטע חדרי התפילה בקומת ריספלער.

נאך מנחה איז דער רבי אריבער צום בנין ביהמ"ד הגדול ווי דער רבי האט אריינגעבליקט אינעם היכל הגדול וואס איז מלא על כל גדותיו פון לומדי הכולל, און געהאט א קורת רוח פון דעם מחזה הוד.

דאן איז דער רבי ארויף אינעם עזרת נשים פון ביהמ''ד הגדול צום שמחת פדיון הבן פון בן לנכדו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.
אלץ כהן הפודה האט געדינט נכד רבינו הרה''ג רבי יואל הכהן גלאנץ שליט''א חתן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, מחותנים, און פארן גאנצן ציבור. ארום 5:50 האט דער רבי פארלאזט די זאל.

פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער מנחם אבל זיין הרבנים הגאונים בני הגה"צ ר' בעריש לויפער ז"ל ע"פ אמם הרבנית ע"ה. דערנאך ארום 6:10 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים קיין קר"י.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' שמשון גפן הי"ו - ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' דוד מאיר פריעדמאן הי"ו - ר' יואל בער יאקאבאוויטש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' הלל ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל בר"ש בערגער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצש''ק 'בצל הקודש'

ארום 9:50 זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה ומתיבתא דלעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק אין קרית יואל, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים ומאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 10:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי צום מעמד חנוכת הבית פונעם פראכטפולן בנין בית רחל החדש 'בנין ניישטאדט' במוסדותינו הק' במאנסי, וועלכע איז פארגעקומען אויף אן עלעגאנטן רייכע פארנעם אינעם אונטערשטן שטאק פונעם בנין וועלכע ווערט אהערגעשטעלט אלס שמחה זאל'ן פאר אנ''ש, דערביי זענען געלאנדעט געווארן די חשובע נדבנים ובני משפחתם.
צום ערשט האט אויפגעטרעטן דער יו''ר המעמד הרה''ג ר' דוד יואל שטויב שליט''א ר''מ בישיבה קטנה סניף קנין תורה, דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א.

דערנאך איז פארגעזינגען געווארן הערליכע חרוזים לכבוד המאורע, און רבינו שליט''א האט איבערגעגעבן א ספעציעלע טאוועל אלס אות הכרת הטוב פאר ר' דוד הי''ו, און אזוי אויך פאר די אנדערע נדבנים, ה''ה, הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו, הרה''ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי''ו, הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו, הרה''ח ר' יצחק מרדכי ואחיו הרה''ח ר' יעקב הערש ניישטאדט הי''ו, הרה''ח ר' יעקב יחזקי' מארקאוויטש הי''ו, הרה''ח ר' ארי' האפמאן הי''ו, הרה''ח ר' וואלף לאנדא הי''ו, הרה''ח ר' הערשל ווערטהיימער הי''ו, הרה''ח ר' אהרן ווייס הי''ו, הרה''ח ר' אהרן הערש האלענדער הי''ו, הרה''ח ר' יוסף משה אונגאר הי''ו, הרה''ח ר' יעקב יערמיאש הי''ו, הרה''ח ר' יצחק דוב פיש הי''ו, הרה''ח ר' מנחם ליבערמאן הי''ו, הרה''ח ר' מענדל טעלער הי''ו ושותפו הרה''ח ר' דוד יואל כהן הי''ו, הרה''ח ר' אנטשיל הערשקאוויטש הי''ו.

דערנאך האט הרה''ח ר' דוד ניישטאדט הי''ו אויפגעטרעטן און געמאכט א ברכת שהחיינו בשם המלכות.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור און משמיע געווען דברות קודש ארויסברעגענדיג ווי אזוי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט געגרינדעט די בית רחל און ווי שטארק דער רבי האט זיך אריינגעלייגט אין יעדע פרט, און ארומגערעדט בשבח מוסדותינו הק' במאנסי, ובפרט פונעם נדבן הבנין הרה''ח ר' דוד ניישטאדט הי''ו, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר אלע נדבנים. מען האט געענדיגט ארום 12:00.

ארום 12:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום נייעם פראכטפולן בוטשער דקהלתינו הק' במאנסי, צום ערשט האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז דער רבי ארום און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן געשעפט אין אלע אפטיילונגען און באגלייטונג פון הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א וראשי הקהילה, דאן איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ארומגערעדט א לענגערע צייט איבער אלע הידורים וחומרות פונעם בית השחיטה המהודרת אין קר''י און אזוי אויך ביי די גסות, און דערביי שטארק אויסגעלויבט די נייע מאנסי פלייש געשעפט ווי עס קומט נישט אריין נאר קרית יואל'ע פלייש און אנגעוואונטשן ברכות לרוב. בערך אום 1:10 האט דער רבי פארלאזט די בוטשער אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 6:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' שלמה זלמן הורוויץ הי''ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פאר מוסדותינו הק' אין לינדען ניו דזשערסי, מען האט געענדיגט ארום 7:45, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.

אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הרה''ח ר' ארי' ראטה הי''ו (מאנטשעסטער).

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר''י.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחד יתרו' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון כל כלו צו כל מקצתו.

קה אכסוף: הרה''ג ר' יודא דוד גרינפעלד שליט''א, ברכהמ''ז: הגה"צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט''א אב''ד צאנז קר''י.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' יהושע'לע מבעלזא זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג כ''ג שבט.
קה רבון עלם: הר''ר שמואל מענדל באב''ד שליט"א (ב''פ).

די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, און מען האט אריינגעברענגט בונדלעך לרגל דעם שלום זכר ביי נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט''א בן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, און מען האט געזינגען לכבוד די שמחה.

אז ביום השביעי: נכד רבינו הרה''ג ר' זלמן טייטלבוים שליט''א רב דביהמ''ד בית מנחם זאב, און מען האט ממשיך געווען צו זינגען מיט עליונים ששו און ובאו כולם לכבוד שבת קבלת התורה. מען האט געענדיגט ארום 11:35.

ביום השבת קודש

שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30, פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' משה יודא הירש הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שמואל יודא פעלבערבוים הי''ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' ליפא עפשטיין הי''ו (מאנטרעאל).

עליות. כהן: החתן ב"ר יעקב פריעדמאן הי"ו, לוי: החתן ב"ר אברהם לעווי הי"ו, שלישי: החתן ב''ר משה יודא הירש הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן בן שמשון גפן הי''ו - באווארפען, חמישי: הרה''ג ר' ישראל חיים גוטמאן שליט''א (מאנסי), שישי: רבינו שליט''א.

נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' יואל יושע פעלבערבוים הי"ו.
ר' מנחם נחום ראזענבערג הי"ו.
ר' אליקים יודא גרינוואלד הי"ו.
ר' מרדכי יוסף בראדער הי"ו.
ר' יצחק יודא קליין הי"ו.

שביעי: הרה''ח ר' נח גפן הי''ו, אחרון: הרה''ח ר' משה יודא הירש הי''ו, מפטיר: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה''ח ר' שמשון גפן הי''ו.

מוסף: הרה''ח ר' יחזקאל יואל סאמעט הי''ו (וומסב''ג), פתיחה לאנעים זמירות: ר' בערל אקער הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:05, מנחה: ר' מענדל גוטמאן הי''ו (מאנטרעאל), הוצאה והכנסה: הר''ר שמואל מענדל באב''ד שליט''א, כהן: הרה''ג ר' אייזיק גליק שליט''א מו''ץ בקהלתינו, לוי: הרה''ג ר' אלעזר רובינפעלד שליט''א, שלישי: נכד רבינו הרב ברוך רוקח שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ארי' ראטה הי"ו (מאנטשעסטער).

זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והודעת להם את הדרך ילכו בה' און געטייטשט אז יעצט בימי השובבי''ם ווען מען איז עוסק בתשובה, איז די עצה אז עס זאל נתקבל ווערן די תשובה אפילו אויף דעם וואס עס שטייט אז עס העלפט נישט קיין תשובה, דורך עוסק זיין בתורה וואס לייגט צוריק דעם צלם אלוקים אויפ'ן פנים און אזוי ווערן די תפילות נתקבל, יעצט ווען מען האלט שוין ביי די לעצטע וואך מלא השבוע הזאת מיט די ריכטיגע התבננות בתורה בתפילה ובתשובה, ובפרט מיט א חרטה על העבר וקבלה לעתיד.

ידיד נפש: הרה''ג ר' ישראל חיים גוטמאן שליט''א, קל מסתתר: הרה"ח ר' ליפא עפשטיין הי"ו, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.

מעריב מוצש''ק: הר''ר אברהם לייב לאנדא שליט''א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך, און מען האט ארויסבאגלייט רבינו שליט''א מיט'ן ניגון קה זכות אבות און כי מלאכיו יצוה לך לכבוד דעם מסע הקודש די וואך צום עיר האבות סיגוט, מען האט געענדיגט ארום 8:35.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

באשמורת הבוקר ארום 5:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום 'מעמד עת רצון' אמירת כל ספר תהילים" לרגל די ימי השובבי"ם כנהוג, במעמד אלפי אנ''ש בביהמ''ד הגדול בקר''י, בעל תפילה איז געווען הרה"צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב. מען האט געענדיגט ארום 7:00, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר יחזקאל שרגא שטיין הי"ו.
ב"ר יצחק עקשטיין הי"ו.
ב"ר אפרים יצחק אדלער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Report
דאנערשטאג פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
בן הר"ר אליעזר צבי הורוויץ שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א.
ב"ר מאיר משה מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר אשר אנטשיל יאזשעף הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ג'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט"א וועלכע געפינט זיך אין ניו יארק פאר עטליכע משפחה שמחות, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער זקינו הגה"צ מראחוב זצ"ל מתלמידי מרן העצי חיים זצ"ל, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט"א נשיא ישיבת תורת חסד לאנדאן, דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו לרפו"ש וגמורה.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מענדל וואלף שטערן הי"ו - ר' יצחק אייזיק פישער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
שמחת פדיון הבן פון נכד כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בן לנכדו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א, בן הרה"ג ר' חיים דוד רובין שליט''א רב דביהמ"ד אוהל תורה וומסב"ג, וחתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי קביעות מזוזה וחנוכת הבית פאר'ן נייעם בית האופה דקהלתינו הק' בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Photos · 8
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביי קביעות מזוזה וחנוכת הבית פארן נייעם בנין פאר ישיבות קטנות סניף מבצר התורה און סניף אהבת התורה במוסדותינו הק' בוומסב''ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים קביעות מזוזה ומסיבת לחיים פאר ביהמ''ד החדש תפילה למשה בקהלתינו הק' בבארא פארק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday21 Shevat 57832/12/2023

Photos · 7
כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א ביים מעמד חנוכת הבית פארן בנין בית רחל החדש 'בנין ניישטאדט' במוסדותינו הק' במאנסי, נעכטן מוצש''ק בבנין הבית רחל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
בשורה טובה לאנשי שלומינו תושבי אייראפע יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴

Friday19 Shevat 57832/10/2023

File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת יתרו שנת תשפ"ג לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
קריאת עשרת הדברות בעמידה או בישיבה
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 יתרו תשפ''ג חו''ל20.2 MB

Thursday18 Shevat 57832/9/2023

Report
מיטוואך פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל מנחם קלאגסברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר רפאל וויינגארטן הי"ו.
ב"ר יצחק ליכטענשטיין הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור, און ארומגערעדט בהכנה לקבלת התורה ותיקון ימי השובבי"ם ובפרט באמירת תהילים, און מעורר געווען אלע אנ''ש זיך משתתף צו זיין ביים 'מעמד עת רצון' וואס קומט פאר דעם פרייטאג פארטאגס ברוב עם הדרת מלך אין ביהמ"ד הגדול.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א אפגעשטאט א באזוך אין שכונת ויואל משה אין קר''י, אין באגלייטונג פונעם בונה ומקים פונעם שכונה הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו אינאיינעם מיטן בוי מייסטער פון די שכונה הרבני הנגיד ר' מאיר יעקב אינדיג הי"ו, צום ערשט איז דער רבי צוגעפארן ביי די בוי ארבעט ביים צענטראלן ביהמ"ד 'בית אלעזר' בשכונת ויואל משה, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה פון די גאנצע שכונה און געהערט די ווייטערדיגע פלענער.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבערגעפארן צום דערנעבנדיגן בנין הת"ת האדיר 'בנין קליין' וועלכע האלט ביי די לעצטע פאזעס צו פארענדיגט ווערן, דער רבי איז ארויף אויף אלע שטאקן און זיך אומגעקוקט אינאיינעם מיטן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, מיט א שטארקע קורת רוח.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און ארום 6:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו - ר' אביגדור מאיר סאמעט הי"ו (מאנטרעאל), באולם פון כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 7:40 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א לרגל די שמחת החתונה פון זיין אייניקל וואס איז פארגעקומען אויפדערנאכט אין קר''י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

אזוי אויך איז אריין בקו''פ הגאון רבי אפרים זלמן שטערענבוך שליט"א בן כ"ק פוסק הדור ומרא דארעא קדישא ראב"ד ירושלים שליט"א, און האט אריבערגעברענגט פאר רבי'ן בשליחות הקודש פון אביו הגדול די ספרי 'מועדים וזמנים החדש' פונעם ראב"ד שליט"א, דער רבי האט דורש געווען בשלום אביו הגדול, צוריק געשיקט א ווארימע פריסת שלום און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מנחם ליבערמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יוסף שמואל ראזענפעלד הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת יתרו 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר שלמה פילאפף הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יואל בר''ב ראזענבערג הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' יצחק מזרחי הי"ו, ע"פ בתו ע"ה.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 5:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:30 בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור גומלין צו כ''ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א, בבית האכסניא של הרבני הנגיד הנכבד מוה"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו מראה"ק בוומסב"ג.
עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, און צווישן אנדערע האט ר' שלום יצחק געוויזן אינטערעסאנטע כת"י פון צדיקים וקדושים ובפרט מרבותיה"ק עצי התמרים זיע"א, האדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
כ"ק אדמו"ר ממעליץ שליט"א בביקור בקו''פ אצל כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש בקר''י, לרגל די שמחת החתונה פון זיין אייניקל היינט נאכט אין קר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days