Monday6 Adar 57832/27/2023
על כן ציון במר תבכה וירושלים תתן קולה
מיט ציבראכענע הערצער, איז היינט אויפדערנאכט אול"י ז' אדר פארגעקומען די מסע הלויה פון די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה וכתבי הקודש ה"י פון די העלישע שריפה בבנין קהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.
די מסע הלויה איז פארגעקומען על פני רחבת בית מדרשינו הגדול ברך משה אויף רח' יונה בירושלים עיה''ק, בהשתתפות פון הונדערטער אנ''ש בארה''ק זקנים עם נערים, אינאיינעם מיט טויזענטער בני ירושלים עיה''ק, ובראשם הרבנים הגאונים שליט''א וחברי ביד''צ העדה החרדית, וועלכע האבן באגלייט בבכיות נוראות די די צוויי ספרי תורה אינאיינעם מיט די פולע תשמישי קדושה.
אנגעהויבן בערך אום 7:00 פארנאכטס בארה''ק האט מען ארויסגעברענגט אויף רחבת בית מדרשינו הגדול די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה אינאיינעם מיט די פילע תפילין אין תשמישי קדושה, און הרה"ג ר' יעקב מענדל ניילינגער שליט"א מרבני קהלתינו הק' און בעל תפילה קבוע ימים נוראים האט אנגעהויבן פארזאגן די פרקי תהילים, און דערנאך פארגעזאגט די קינות פון תשעה באב, אויף די שרעקליכע אבידה, און ממשיך מיט פארשידענע קאפיטלעך תהלים.
דערנאך האט הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א שליט"א אנגעפאנגען זיינע פייערדיגע ווערטער בבכיות נוראות און מעורר געווען דעם גאנצע ציבור לתשובה ולתיקון המעשים, און נאך זיין דרשה האט דער דיין שליט"א פארגעזאגט אינאיינעם מיט די גאנצע ציבור די "ווידוי" בהתעוררות רב.
דערנאך האט אויפגעטרעטן הגאון הגדול רבי שמעון יצחק שלעזינגער שליט"א חבר הביד"צ בדברי הספד חיזוק והתעוררות.
נאך די דרשה איז ערשינען כ''ק פוסק הדור מרא דארעא קדישא מרן ראב''ד ירושלים שליט''א, מען האט געזאגט א קאפיטל תהילים און דערנאך האט דער רב שליט''א משמיע געווען דברות קודש בקול חוצב להבות אש דברי התעוררות זיך מחזק זיין בדברים הצריכים חיזוק, און געזאגט אז דער שטן פארלייגט'זיך אויף די אלע פעולות לטובה להעמיד הדת על תילה פון ידי"נ כ"ק רבינו שליט"א, און האט געבעטן צו העלפון צוריק בויען דעם בית הגדול והקדוש ברוב פאר והדר, וואס דאס וועט זיין דער בעסטער ענטפער פאר'ן שטן, און ס'וועט זיין "גדול יהיה כבוד הבית הזה האחרון יותר מהראשון" און האט מסיים געווען בברכות קדשו.
דערנאך האט הגאון רבי יעקב מענדל ניילינגער שליט"א פארגעזאגט די סליחות "אזכרה אלוקים", און אינאיינעם מקבל "קבלת עול מלכות שמים".
דאן האבן די גבאים פון "חברה קדישא" פארגעזאגט א קאפיטל תהילים, און די צוויי נדבנים פון די ספרי תורה הר''ר דוד פרייא שליט"א און הר''ר משה אבראמאוויטש שליט"א האבן געזאגט קדיש יתום בבכיות נוראות.
נאך די לויה האט הרה"ח ר' ישכר יאקאב הי''ו מנהל מוסדותינו הק' בירושלים אויסגערופן דעם גאנצן סדר פון די מארגנ'דיגע יום תפילה ותענית בבכי ומספד, כהוראות הקודש פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.
ארום 8:45 האט דער גאנצע ציבור אנגעהויבן מלוה זיין די ספרי תורה ווען די ירושלימער גאסן זענען שווארץ פון די טויזענטער מלוים וואס האבן באגלייט מיט א טיפן טרויער און צובראכנקייט די צוויי געשעדיגטע ספרי תורה מיט די פולע תשמישי קדושה אויפן וועג צום הר המנוחות.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️

נאך בילדער פונעם מסע הלוי' פאר די געשעדיגטע ספרי תורה וכתבי הקודש ה"י, היינט מאנטאג נאכט אול"י ז' אדר, פארענט פון בית מדרשינו אויף רח' יונה בעיה"ק ירושלים ת"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
כ"ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א איז מוסיף נייע חברי הנהלה אין אמעריקע צו שטיין בראש פון די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו
ביי אן אסיפה וואס איז אפגעהאלטן נעכטן זונטאג נאכט בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו שליט"א אין קרית יואל, האט רבינו שליט"א ממנה געווען א סגל חבורה פון פרישע ענערגישע עסקנים אלס חברי הנהלת מוסדות יטב לב אין אמעריקע צו שטיין בראש פון די הייליגע מוסדות יטב לב בארה"ק סיי פאר די חברי הנהלת המוסדות פון ארץ ישראל צו קענען מרחיב זיין די גבולי הקדושה פון די מוסדות אין ירושלים, בני ברק און בית שמש, און סיי פון די פארצווייגעטע אקטיוויטעטן פונעם אמעריקאנעם אפיס וועלכע געט זיך אפ מיט'ן שאפן די נויטיגע פאנדן צו דעקן און פינאנצירן די הייליגע מוסדות בארה"ק.
די אסיפה איז פארגעקומען דבר בעתו אין די צייט ווען מוסדות יטב לב גרייט זיך אין די קומענדיגע טעג ארויסצוקומען צום ציבור אנשי שלומינו מיט א גרויסארטיגן קאמפיין צו קענען אויסצאלן פאר די הונדערטער כלי קודש אין די מוסדות יטב לב אין ארץ ישראל אויף דעם יו"ט פסח הבעל"ט, און ס'פארלאנגט זיך אסאך כוחות אז דער אפיס דאהי אין אמעריקא זאל קענען אניאגן די שווערע ארבייט אויסצוצאלן די מלמדים וכלי קודש פון די הייליגע מוסדות בארה"ק.
ביי די אסיפה זענען אנוועזנד געווען הרבני החסיד ר' מאיר הירש הי"ו מראשי קהילתינו ומוסדותינו הק' ומראשי מוסדות יטב לב, וועלכער האט אין די לעצטערע יארן זיך אריינגעלייגט ראשו ורובו פאר די ימים טובים אז מ'זאל קענען אויסצאלן פאר די מלמדים און לערערינס אין ארץ ישראל אויף יו"ט. ואתו עמו זענען אנוועזנד געווען די צוויי געטרייע נגידים חשובים הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו מראשי קהילתינו הק' אין וומסב"ג און הרה"ח ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו מראשי קהילתינו הק' אין קר"י, וועלכע האבן זיך אין די לעצטערע יארן אריינגעלייגט בעובי הקורה ארויסצוהעלפן אין שטיין לימין מוסדות יטב לב, ובפרט מיט די הרחבת גבולי הקדושה פון קהילתינו ומוסדותינו הק' אין ארה"ק.
עס זענען נתמנה געווארן די פאלגנדע חשוב'ע לאנג יעריגע עסקנים לכל דבר שבקדושה ה"ה הרה"ח ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו (וומסב"ג), הרה"ח ר' אברהם סופר הי"ו (וומסב"ג), הרה"ח ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו (קר"י), און הרה"ח ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
כ"ק מרן רבינו שליט"א האט געגעבן ברכת קדשו פאר די נייע חברי הנהלה, און האט ארויסגעברענגט וויאזוי די מוסדות זענען זיך שיין צעוואקסן בליעה"ר סיי אין ירושלים און סיי אין בני ברק, און סיי אין בית שמש, און דערמיט איז אויך געוואקסן דער עול און די התחייבות פון די גרויסע סכומים וואס מען דארף שיקן פון אמעריקע.
דער רבי האט ארויסגעהויבן לשבח די ארבייטער פונעם אפיס און די עסקנים פון מוסדות יטב לב וועלכע האבן ב"ה מצליח געווען צו העכערן די הכנסות אסאך מער ווי אמאל, אבער עס איז נאך אלץ אין הקומץ משביע את הארי, און מען קען נוצן נאך הילף פון אינדרויסן צו קענען פארברייטערן די פעולות און אז די מוסדות אין ארץ ישראל זאלן האבן אן אוזן קשבת צו וועם זיך צו ווענדן בעת צר, און פאר דעם איז מען ממנה די פרישע געטרייע חברה הנהלה זיי זאלן אינאיינעם מיט די אויבנדערמאנטע עסקנים שטיין בראש פון די אלע אקטיוויטען בס"ד, להגדיל תורה ולהאדירה.
דער רבי האט אויסגעפירט מיט חיזוק פאר די הנהלה און עסקנים בלשון קדשו: "אני הקטן וועל זיך אי"ה אויך צושטעלן צו אלעם וואס פעלט זיך אויס פאר יטב לב. צי מ'דארף גיין נאנט, צי מ'דארף גיין ווייט, וואס מ'דארף צו טוהן, וועלן מיר אלעס טון פאר די הצלחה פון מוסדות יטב לב! עס איז פאר אונז אלע א זכי', עס איז פאר מיר א זכי', און עס איז פאר אייך א זכי', אז מ'קען צולייגן א האנט, א פלייצע, צו די הייליגע מוסדות".
דערביי האט דער רבי אנגעוואונטשן אז דער זכות פונעם מייסד המוסד זאל ביישטיין פאר אלע וואס העלפן ארויס די מוסדות צו געהאלפן ווערן מיט אלעם גוטן, און זיין געבענטשט מיט הצלחה און מיט גרויס סייעתא דשמיא.
דערנאך האט הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו ארויסגעברענגט אין עטליכע ווערטער דעם שווערן עול וואס ליגט אויף רבינו שליט"א צו דעקן די הייליגע מוסדות בארה"ק, און שטארק משבח געווען די געטרייע עסקנים הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו און ר' אברהם יהושע גלאנץ הי"ו וועלכע געבן זיך אוועק בלב ונפש פאר די הצלחה פון די הייליגע מוסדות.
ארץ ישראל גבוה מכל הארצות
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

ערשטע בילדער פונעם מסע הלוי' פאר די געשעדיגטע ספרי תורה וכתבי הקודש ה"י, היינט מאנטאג נאכט אול"י ז' אדר, פארענט פון בית מדרשינו אויף רח' יונה בעיה"ק ירושלים ת"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאג פרשת תצוה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר מרדכי לייב צוויבל הי"ו (מאנסי).
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ג'.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הגאון הגדול רבי נתן הכהן קופשיץ שליט"א גאב"ד נחלה ומנוחה בית שמש וחבר הביד"ץ עדה החרדית ירושלים עיה"ק ע"פ אחיו ע"ה.
דאן איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי. און אום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברי"ד לאנדא הי"ו - ר' ברוך עקשטיין הי"ו, באולם כינור דוד.
הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו''ץ בקהלתינו וחבר בבדי''צ - הר''ר יואל גאטליעב הי''ו, באולם בית רחל פאראדייס.
אום 8 אזייגער איז פארגעקומען אן אסיפה בביתו נאוה קודש ווי רבינו שליט"א האט ממנה געווען פרישע כוחות צו די הנהלת מוסדות יטב לב בארה"ק ת"ו, ה"ה העסקנים הדגולים הרבני הנכבד ר' מנחם יודא שלעזינגער הי"ו (וומסב"ג). הרבני הנכבד ר' אברהם סופר הי"ו (וומסב"ג). הרבני הנכבד ר' יואל בר"ש לאנדא הי"ו (קר"י). הרבני הנכבד ר' משה אלי' ווערצבערגער הי"ו (קר"י). וועלכע וועלן אינאיינעם מיט די ביז יעצטיגע אקטיווע הנהלה עומד זיין בראש פון די הייליגע צדקה פון מוסדות יטב לב בארה"ק און די ברייטע אקטיוויטעטן פונעם אמעריקאנעם אפיס צו שאפן די ריזיגע פאנדן פאר די הייליגע מוסדות, און זעלבסט פארשטענדליך צו די זעלבע צייט שטיין בקשר מיט די הנהלות המוסדות ברחבי ארה"ק אויף אלע עניני המוסדות.
רבינו שליט"א האט געזאגט דברות קודש ווי ער האט קודם מיט גרויס צער ארויסגעברענגט די שרעקליכע פאסירונג אין ירושלים עיה"ק דעם פארגאנגענעם שב"ק. און דערנאך ארויסגעברענגט דעם גרויסן זכות צו זיין א חלק פון די עבודת הקודש און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די נייע חברי הנהלה, דערנאך האט הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו מראשי הנהלת מוסדות יטב לב, איבערגעגעבן פארשידענע ענינים פאר'ן משמר הנכנס זייענדיג יארן לאנג פון די ראשי הנהלת המוסדות, און ארויסברענגענדיג דערביי די זכי' וואס דאס איז צו שטיין לימין קדשו פון רבין שליט"א לטובת מוסדות יטב לב, וואס דאס איז אלע יארן געווען דאס הייליגסטע ביי רבותינו הק' זי"ע ויבלח"ט מרן רבינו שליט"א.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הרה''ח ר' משה אברהם שעהנברוין הי"ו - הרה"ח ר' חיים שלמה פישער הי"ו, משב"ק. נאכן ליינען די תנאים האט דער רבי געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר'ן משב''ק הרה"ח ר' חיים שלמה הי"ו און פארן חתן און פארן גאנצן ציבור.
דערנאך האט דער רבי געליינט די תנאים אין די תנאים זאל פון די מחותנים ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו - ר' יואל בר"ה ווייס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:55 בביתו נאוה קודש.

מוצש''ק תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
תיכף נאך הבדלה איז רבינו שליט''א אינפארמירט געווארן איבער די שרעקליכע טראגעדיע פון די שריפה בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה"ק.
פון ביהמ"ד איז רבינו שליט"א אריבער בבית הרה''ח ר' מאיר הירש הי''ו, לרגל נשואי נכדתו, ווי דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אום צעהן אזייגער האט רבינו שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה דורך טעלעפאנישע פארבינדונג מיט הנהלת קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק, בבית הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א, און מיט גרויס ווייטאג אויסגעפרעגט און געהערט אן ערשט האנטיגע רעפאראט פון די ביטערע טראגעדיע.
רבינו שליט''א האט באויפטראגט הנהלת קהילתינו מ'זאל קובע זיין אויף דינסטאג, ז' אדר, אלס א יום תפילה ותענית בבכי ומספד, און אלע מענער אנ''ש בירושלים עיה"ק זאלן פאסטן, בחורים העכער די בר מצוה אינטער 18 יאר זאלן פאסטן א האלבן טאג, און ווער עס קען נישט זאל זיך אויסלייזן מיט געלט אלס פדיון נפש. עקסטער זאל מען מסדר זיין א לוי' פאר די געשעדיגטע ספרי תורה כראוי.
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריבער צו די זאלן פון כינור דוד לפאר את שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה''ג ר' שלום משה ליפשיץ שליט''א דומ''ץ ביהמ''ד בית מרדכי מיט הכלה אייניקל פון הגאון הגדול דומ''ץ קר''י שליט''א, צוגעשטעלט דורך די מתפללי ביהמ''ד בית מרדכי לכבודו פונעם דומ''ץ הביהמ''ד.
עס האט אויפגעטרעטן בדברי בדחנות הרה''ח ר' הערשל פריעדמאן הי''ו, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. נאכן בענטשן האט דער רבי געזאגט די ש''ב, און איז דערנאך ארויס אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים. מען האט געענדיגט ארום 12:30.

Sunday5 Adar 57832/26/2023
שב''ק פרשת תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר החתן מאיר ב''ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 6:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
מען האט געענדיגט ארום 7:50, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' נפתלי דיימאנט הי''ו (ירושלים), מנוחה ושמחה: נכד רבינו הרב יושע לאבין חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שאמרו ישראל נעשה ונשמע מיד אמר הקב''ה ויקחו לי תרומה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון אכילה שלא כדרך.
קה אכסוף: הרה''ח ר' אהרן מתתי' דייטש הי''ו (מאנסי), ברכהמ''ז: הב' החתן ליפא בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט''א נכד הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' אייזיק'ל קאלוב'ער זיע''א וואס די יארצייט געפאלט דינסטאג ז' אדר.
קה רבון עלם: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 11:15.
ביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20, פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' אלי' שלמה קאהן הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אפרים שווארץ הי''ו (מאנסי), פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' יושע ווערצבערגער הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: החתן ב"ר יואל יעקב שעהנברוין הי"ו - באווארפן, לוי: הרה''ח ר' נפתלי צבי פסח אונגאר הי"ו, שלישי: החתן ב''ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו - באווארפן, רביעי: החתן ב''ר יושע בער שווארץ הי''ו - באווארפען, חמישי: הרה''ח ר' דוד עקשטיין הי''ו, שישי: רבינו שליט''א.
נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה.
ר' גדלי' ברח''ה אפפעל הי"ו.
ר' יעקב בר''י גוטמאן הי"ו.
ר' אלי' ברח''מ שניצער הי"ו.
ר' שמשון בר''מ סימאן הי"ו.
ר' יעקב ברח''א ווייס הי"ו.
שביעי: הרה''ח ר' הערשל מיטטלמאן הי''ו (וומסב''ג), הוספות: החתן ב''ר יודא אברהם שטיין הי''ו, החתן ב''ר וואלף אלעזר רייכמאן הי''ו, החתן ב''ר יואל ווייסמאן הי''ו, אחרון: החתן בן הר''ר שלמה לייב גליק שליט''א, מפטיר: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' יודא שטיינמעץ הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' מנלי' שעהר הי''ו (וומסב''ג).
מוסף: הרה''ג ר' חיים יודא באב''ד שליט''א ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן, פתיחה לאנעים זמירות: הרב אברהם רייכמאן שליט''א (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 12:25.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:15, מנחה: הרה''ח ר' יעקב מיטטלמאן הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' חיים יעקב שעהנפעלד הי''ו (וומסב''ג), כהן: הר''ר שלמה לייב גליק שליט''א, לוי: ר' חיים אלעזר היימליך הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' יעקב מיטטלמאן הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה''ג ר' אברהם הערש זאלדאן שליט''א.
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויקחו לי תרומה' און געטייטשט אז דורך דעים וואס מען לערנט די תורה ווערט גערעכנט אזוי ווי מען איז מקיים אלע מצוות, אויך די וואס מען קען נישט מקיים זיין בפועל, כל הלומד בתורת עולה כאילו הקריב עולה, דורך זאגן יעדע אינדערפרי פאר'ן דאווענען די סדר הקרבנות ווערט נתכפר די עבירות אזוי ווי בשעת מען האט מקריב געווען די תמיד, און אזוי קען מען זיך שטעלן דאווענען, מען דארף זיך מחזק זיין אין דעם ענין און וויסן אז אנשי כנסת הגדולה האבן מסדר געווען דעם סדר מיט א סדר נכון און אזוי דארף מען דאווענען און נישט מזלזל זיין אין דעים, ויהא אמירה זו מרוצה כאילו הקרבנו קרבן התמיד.
ידיד נפש: הרה''ג ר' יושע ווערצבערגער שליט''א, קל מסתתר: הרה"ח ר' נפתלי צבי פסח אונגאר הי"ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' הערשל מיטטלמאן הי''ו, רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה''ח ר' אברהם ווידער הי''ו, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 8:40.

מודעת יגון ואבל מטעם קהלותינו הק' בארה"ק ת"ו, לקראת הלוי' הגדולה לשני ספרי תורה וכתבי קודש שנשרפו ה"י, שיתקיים מחר אול"י ז' אדר לפני בית מדרשינו ברח' יונה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Shabbos Kodesh4 Adar 57832/25/2023
יעצט מוצש''ק האט כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט"א אפגעהאלטן אן אסיפה דורך טעלעפאנישע פארבינדונג מיט הנהלת קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק, און מיט גרויס ווייטאג געהערט און ערשט האנטיגע רעפאראט פון די ביטערע טראגעדיע.
רבינו שליט''א האט באויפטראגט הנהלת קהילתינו מ'זאל קובע זיין אויף דינסטאג, ז' אדר, אלס א יום תפילה ותענית בבכי ומספד, און אלע מענער אנ''ש בירושלים עיה"ק זאלן פאסטן, בחורים העכער די בר מצוה זאלן פאסטן א האלבן טאג, און ווער עס קען נישט זאל זיך אויסלייזן מיט געלט אלס פדיון נפש. עקסטער זאל מען מסדר זיין א לוי' פאר די געשעדיגטע ספרי תורה כראוי.
אלע פרטים פון די לוי' און דעם סדר יום בכי ומספד, וועט נתפרסם ווערן דורך הנהלת קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק.
אין די זעלבע צייט ארבייטן די געטרייע חברי הנהלה בארה"ק אינאיינעם מיט די הנהלה דאהי בארה"ב, אז ס'זאל ווערן מסודר די פרטים און סדרים אין ביהמ"ד און אין תלמוד תורה און מען האפט אז שוין אויף צופרי וועט זיך שוין אנהייבן א געהעריגע סדר התפילות והלימודים בקהלתינו ומוסדותינו הק' אומגעשטערט.

עַל כֵּן צִיּוֹן בְּמַר תִּבְכֶּה. וִירוּשָׁלַיִם תִּתֵּן קוֹלָהּ. כי אַתָּה ה' בָּאֵשׁ הִצַּתָּהּ.
א שרעקליכע שריפה האט אויסגעבראכן שבת פארטאגס אין די בניני קהלתינו ומוסדותי' בעיה"ק ירושלים ת"ו, אין וועלכע ס'איז ליידער צווישן אנדערע אויך חרוב געווארן בעוה"ר צוויי ספרי תורה און מערערע תפילין און מזוזות רח"ל.
די פייער האט זיך אהנגעהויבן פרייטאג צו נאכטס בערך אום 1.30 פארטאגס אינעם בנין הת"ת, און דער גאנצער עס זאל איז אפגעברענט. די איבעריגע חלק פונעם בנין האט געליטן שווערע שאדענ'ס, און איז ארויס אינגאנצן פון באנוץ. אזוי אויך דער בנין ביהמ"ד הסמוכה לה האט זיך אהנגכאפט ביים ווינקל פון מזרחית דרומית ביים שטיבל תהילות משה ארי' וואס דארט זענען די ס"ת געשעדיקט געווארן ה"י און געמאכט גרויסע שאדן צום גאנצן בנין, אז א גרויס חלק פונעם דאך אינעם היכל ביהמ"ד איז איינגעפאלן.
און די לעצטערע מוצאי שב"ק שעות זיצט די הנהלת הקהילה והמוסדות אין אר"י צו זוכן פלעצער ווי צו אקאמאדירן דעם ביהמ"ד מיט די ישיבה און די תלמוד תורה. פארשידענע קהלות און מוסדות האבן זיך אנגעטראגן צו העלפן קהילתינו הק' און מ'האפט בס"ד צייטווייליג מסדר זיין אלע אפטיילונגן פון די מוסדות שוין אויף מארגן אינדערפרי בעז"ה. אזוי אויך האט הנהלת מוסדותינו אין בני ברק אנגעטראגן פאר די ירושלימער הנהלת המוסדות אלע סארט הילף וואס איז שייך כדי שלא יבוטל התמיד. שוין פון מארגן וועט דער בית התבשיל פון די בני ברק'ע מוסדות אי"ה קאכן פאר ביידע מוסדות און אפשיקן נארהאפטיגע פרישטאג און מיטאג פאר די תלמידי הת"ת אין ירושלים.
כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א איז אינפארמירט געווארן פון די בשורה לא טובה מוצש"ק תיכף נאך הבדלה, און וועט אי"ה אפהאלטן א טעלעפאנישע אסיפה מיט הגה"צ דומ"ץ ירושלים שליט"א אינאיינעם מיט הנהלת קהלתינו פון ירושלים אין די קומענדיגע שעות, כדת מה לעשות איבער די ביטערע פאסירונג און דעם חובת השעה בנוגע א יום התענית והספד און א לוי' פאר די ספרי תורה וועלכע זענען געשעדיגט געווארן ה"י.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו

Friday3 Adar 57832/24/2023
פרייטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענגע בר מצוה בחורים.
ב"ר דוד יודא קאהן הי"ו.
ב"ר יואל ברד"ל האלפערט הי"ו.
ב"ר יואל פריעדמאן הי"ו.
ב"ר מנחם מנלי בראך הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

דאנערשטאג תרומה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יואל בר"מ עקשטיין הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ט גרינפעלד הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ו', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
ר' שלום בערקאוויטש הי"ו - ר' יעקב אשר גרינבלאט הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ר' יואל ווייסמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל דוד שווארטץ הי"ו, באולם כינור דוד.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 1:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

מיטוואך תרומה ב' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול לרגל די שמחת הברית מילה פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יעקב מארקאוויטש הי"ו.
ב"ר צבי יאזשעף הי"ו.
ב"ר יואל הערשקאוויטש הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתעוררות רב.
ביים ליינען האבן עולה געווען, שלישי: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
מוסף: דער בעל שמחה הרב מרדכי יודא שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, מוהל: רבינו שליט"א, סנדק: דער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, סנדק מעומד: הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו ב"פ 18'טע עוו., ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל ברוך נאך זקינו הרה"ק ר' ברוכ'ל מגארליץ זיע''א וואס זיין יארצייט איז געפאלן בו ביום.
נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.
דערנאך איז פארגעקומען די סעודת ברית מילה אין חדר שמואל חיים בביהמ''ד הגדול, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, און די זיידעס הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א, און הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א, און מיט יום ליבשה נכדו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, חתני הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור.
ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 1:45.
דערנאך איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם מצה בעקעריי דקהלתינו הק'.
נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענגע מחותנים.
הר''ר זאב אלעזר רייכמאן שליט''א (וומסב''ג) - הר"ר אברהם הערש זאלדאן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' ליפא פרידריך ע"ה - ר' פנחס יחזקאל ברייער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מרדכי גאלדבערגער הי"ו, ע"פ אביו ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' עמרם נתן פעלבערבוים הי"ו - ר' משה ברוך כ"ץ הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:50 בביתו נאוה קודש.

דינסטאג פרשת תרומה א' דר"ח אדר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל פריינד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' מרדכי אהרן מעזעי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה סניף קדושת יו"ט בהנהלת הרה''ג ר' שמואל מאיר לעווי שליט"א.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר שמואל פייערשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו אמירת הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און דערנאך געבענטשט גומל נאכן זיך צוריקקערן פונעם מסע הקודש לעיר האבות סיגוט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן בר מצוה בחור, מגי"ש, און אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק והדרכה ללימוד התורה און אויפגעפאדערט די בחורים זיך צוצוגרייטן צום יו"ט פורים הבעל"ט מיט שעות רציפות, און ארומגערעדט בגנות פון זינגען פראסטע ניגונים און בפרט אינעם הייליגן יו"ט פורים, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכמיטאג ארום 5:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מעריב בביתו נאוה קודש אויף היוז סט., דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ ביז אום 11:00 אויפדערנאכט.
נאך די זמני כניסה איז דער רבי אריבער בבית בנו הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א בן הגה"צ רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א רב דקהלתינו ב"פ 18'טע עוו שליט''א חתן הגה"צ אב''ד סיגוט שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די בני המשפחה איבער הרה"ק ר' ברוכ'ל מגארליץ זצ"ל וואס די יארצייט איז געפאלן מיטוואך ב' דר"ח אדר, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, און פאר די זיידעס און גאנצן ציבור, אויפן וועג ארויס ארום 11:30 האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פאר'ן יולדות. און אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.

גליון "קול התאחדותינו"
פרשת תרומה שנת תשפ"ג לפ"ק.
(מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
ועשו לי מקדש ושכנתי בתוכם, בעבר ובהוה
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועוד מאמרים ורשימות מהשבת המרומם 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט יצ"ו

Thursday2 Adar 57832/23/2023
"א היכל התורה ביי אונז אין ביהמ"ד וועט אי"ה טוישן מאנטשעסטער...."
אט די הייליגע ווערטער יוצא מפורש מפ"ק של כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א, האבן אריינגעבלאזן א פרישע גייסט ביי אנ"ש תושבי מאנטשעסטער, ווען שטייענדיג געציילטע טעג נאך דעם געהויבענעם מעמד היסוד וחתימת שטרות מיט נגידים ובוני ההיכל התורה וועלכע איז פארגעקימען בבית נאוה קודש פון רבינו שליט"א בעיר האבות סיגעט, ווי רבינו שליט"א האט באויפטראגט דעם ועד בנין היכל התורה אין שפיץ פון הרבני הנגיד ר' חיים יוסף גרינפעלד הי"ו, וועלכער האט זיך תיכף אריינגעווארפן ווי א געטרייער גענעראל ממלא זיין רצון קדשו אין האט באוויזען וואונדער ווען אין דעם היינטיגען פרימארגן, בלויז 3 טאג פון ווען מ'האט זיך אהיים געקערט פון סיגעט, האבן זיך באוויזען די טראקטארן על פני שטח הביהמ"ד און האבן זיך תיכף גענומען צי די גראבונגען פארן היכל התורה וואס ווערט געבויעט ברוב פאר והדר הינטער דעם עקזיסטירענדן בנין ביהמ"ד.
ובנה אותה בקרוב בימינו