כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א ביים געבן דעם ערשטן סוגיא שיעור אלס הכנה צום דרשת שבת הגדול, היינט מאנטאג בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
Sunday19 Adar 57833/12/2023
Report
פרייטאג כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר משה שמואל סאמעט הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר ישכר דוב שמידמאן הי"ו (ב"ב). ב"ר אברהם שמואל פארקאש הי"ו. ב"ר יושע הערש גאלדבערגער הי"ו. ב"ר הלל הערשקאוויטש הי"ו (וומב"ג). ב"ר אלכסנדר משה ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' זלמן לייב פאלקאוויטש הי"ו - ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו, באולם כינור דוד. הר''ר יואל ברי"א שטיין שליט''א - ר' דוד אונגאר הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יחיאל אלטר טויב הי"ו - ר' יעקב פעלדמאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך כי תשא - שושן פורים
ארום 10:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ''ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הר"ר ליפא סאמעט שליט"א. ב"ר משה פרנס הי"ו (ב''פ). בעל תפילה: ר' קלמן אליעזר הערשקאוויטש הי"ו.
נאכמיטאג ארום 4:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און נאך מנחה זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג.
ביים אנקומען איז דער רבי ארויף אויף א באזוך בבית הרה"ח הישיש ר' חיים הערש ווייס הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס פון סיפורים פון הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע''א און הרה"צ ר' משה ארי' פריינד זצ"ל ראה"ק סיגוט, דער רבי האט געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 6:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צום שלחן הטהור לכבוד היום, ביים אנקומען האט דער רבי געטאנצען אויפן פלאץ, זיך געוואשן צום סעודה, און במשך די סעודה האט מען מרבה געווען בנגוני שמחה.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה''צ ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' ב"פ, שושנת יעקב: הגה''צ ר' אברהם שמואל ענגלענדער שליט"א דומ"ץ קהלתינו הק' לעיקוואד.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען 6 מאל דברות קודש. די ערשטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט בדרך דרוש אז ווייל מ'גייט בתר כמות און עשה דוחה לא תעשה העלפט תשובה. די צווייטע תורה איז געווען אז וויבאלד קהל גרים איקרא קהל און מען איז מקבל גרים ווייל מינן הוו ואידחו זעהט מען נראה ונדחה חוזר ונראה און עס נוצט תשובה.
דערנאך איז דער רבי אריבער בחדרו הפרטי און פארטיילט מטבעות קודש פאר די בחורים עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' פון ישיבותינו הק' פון וומסב''ג און ב"פ, וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים פון די חבורה.
ארום 10:40 האט דער רבי געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הרה"ח ר' אהרן הערש וועבער הי"ו.
נאך מעריב האט דער רבי מנחם אבל געווען בבית הרה"ח ר' חיים אברהם דוד רפאל גאטליעב הי"ו, ע"פ אשתו ע"ה. דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מנחם ברודא הי"ו, ע"פ אחיו ע"ה.
דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Report
ימי אורה ושמחה, פורים - שושן פורים 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ליל פורים
מאנטאג תענית אסתר נאכמיטאג ארום 6:15 איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט''א, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים אלימלך יאקאב הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אברהם שמחה פריעדמאן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, שלישי - מפטיר: רבינו שליט''א, הגבה: הרה"ג ר' דוד פערל שליט"א, גלילה הרה"ח ר' אהרן בינער הי"ו (וומסב''ג).
ארום 6:55 האט מען זיך געשטעלט דאווענען מעריב, בעל תפלה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו.
נאך מעריב ארום 7:10 איז רבינו שליט"א ארויף אויף די בימה מעוטף בטלית שאולה געברענגט דורך הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו, מען האט אויסגעשפרייט די מגילה כאגרת כנהוג, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד, און געמאכט די ברכות באש קודש און פארגעליינט די מגילה בהתעוררות והתלהבות אש, מען האט געענדיגט אום 8:15, מען האט געזאגט די ברכת הרב את ריבנו, אשר הניא, שושנת יעקב, ואתה קדוש און עלינו, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 11:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות. דער רבי האט געטאנצען אויפן פלאץ און זיך געוואשן צו די סעודה לכבוד היום, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני שמחה און געטאנצן בשמחה וחדוה לכבוד פורים.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ בקהלתינו, שושנת יעקב: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והשתי' כדת אין אונס', און געטייטשט בדרך דרוש בעניני פורים, אז דורכ'ן טוהן א מצוה בציבור באקומט מען יא שכר אויף די וועלט במילא איז אונסי וזוזי גמר ומקני און עס איז נישט דא קיין מודעה.
מען האט ממשיך געווען מיט לעבעדיגע ניגונים, און דער רבי האט ארויסגעברענגט ברגש קודש אז מען דארף אפגעבן א שבח והודאה פארן הייליגן באשעפער אויף די חסדים וואס השי"ת האט געטון, נעכטן איז מען אומגעפאלן און בחסדי ה' איז מען אפגעקומען מיט א בלויזע קריץ, מען דארף דאנקן און לויבן אז עס האט זיך נישט געענדיגט ערגער, און דערנאך האט מען ממשיך געווען בניגוני הודאה.
דער פורים ראב"ד הר"ר נפתלי משה ווייס שליט"א איז ארויף אויפן טיש זאגן דברי בדחנות, און צום סוף געזאגט חרוזים בענין שמירת עינים לכבוד די חבורה 'לגיון של מלך' ווי העכער צוויי א האלב טויזענט תלמידי ישיבתינו הקדושות האבן אינטערגעשריבן נישט צוצורירן צו די כלים הטמאים אלס משלוח מנות פאר רבינו שליט''א, דערנאך האט דער רבי פארטיילט מטבעות קודש פאר די גבאים אויסצוטיילן פאר אלע בחורים.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו תפילת שחרית ארום 10:10. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר קלמן וואלף הערשקאוויטש הי"ו. ב"ר יעקב ברי"מ פריעדמאן הי"ו.
בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא וויינשטאק הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' משה יודא מענדלאוויטש הי''ו, כהן: הר"ר עמרם כהן שליט"א, לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר מענדל גאלד שליט"א אב"ד לובלין, גלילה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי).
נאך קריאת התורה איז רבינו שליט"א אריין בחדרו הפרטי און אנגעטוהן תפילין ר''ת, און דערנאך ארויף אויפן בימה, און געזאגט דעם לשם יחוד און מקיים געווען מנהג מחצית השקל פאר זיך און פאר הרבנית תחי', און דערנאך ארום 11:10 געזאגט דעם לשם יחוד און די ברכות פון קריאת המגילה און פארגעליינט בהתלהבות ובאש קודש, מען האט געענדיגט ארום 12:15.
אויפן וועג ארויס פון ביהמ''ד נאכ'ן דאווענען ארום 12:30, האט רבינו שליט"א געגעבן מתנות לאביונים פאר הרה"ח ר' בערל פאלקאוויטש הי"ו מנהל תומכי שבת. בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט"א מקיים געווען די מצוות היום משלוח מנות ומתנות לאביונים, און כנהוג טועם געווען פון המן טאשן, קינדל, און נאנט, און זיך געוואשן צו די ערשטע סעודה.
נאכמיטאג פון 3:00 האט רבינו שליט''א אנגעהויבן אויפנעמען דעם ציבור לברך ולהתברך ביום הפורים.
ארום 3:15 איז פארגעקומען א ברית בביתו נאוה קודש לבן הנולד אצל ר' יואל נתן מיטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק.
דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען אויפצונעמען דעם ציבור ווי עס האבן זיך געשלענגלט לאנגע ליניעס פון אנ"ש זקנים עם נערים, און קבוצות בחורים, ווי רבינו שליט"א האט יעדעם אנגעווינטשן און געבענטשט בברכת הקודש. צווישן אנדערע זענען אריין בקו''פ די דיינים פון קהילת בעלזא פון ניו יארק מיט משלוח מנות בשליחות האדמו"ר מבעלזא שליט"א. בערך 5:30 האט דער רבי געדאוונט מנחה בביתו נאוה קודש, בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
נאך מנחה האט רבינו שליט''א אריבער שפאצירט אין ביהמ''ד הגדול און אום 6:05 אריינגעקומען צום סעודת משתה היין, ביים אריינקומען האט דער רבי געטאנצן אויפן פלאץ, און דערנאך זיך געוואשן צו די סעודת היום, נאכן עסן א כזית האט דער רבי געזאגט דעם לשם יחוד לקיים מצוות לבסומי בפוריא, און געטרונקען דעם ערשטע כוס וויין און געוואונטשן לחיים, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט נאכאמאל דעם לשם יחוד און געטרינקען דעם צווייטן כוס און געוואונטשן לחיים.
בשעת די זופ האט רבינו שליט''א פארגעזינגען כבודו מלא עולם, בהשתפכות הנפש ובבכיות עצומות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען אכט מאל דברות קודש, און צווישן איין דב"ק און די אנדערע און במשך דעם גאנצע טיש האבן די בעלי מנגנים געזינגען מערערע ניגונים, שמחה, דביקות והתעוררות.
די ערשטע תורה איז געווען אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט בדרך דרוש אז וויבאלד עס איז מלא כל הארץ כבודו איז נישט חל קיין גט אויף אידישע קינדער, און כביכול איז מחיוב מיט אלע חיובי בעל לאשה, און מוסיף געווען אז איינער וואס האט נישט קיין זיווג איז א פלגא דגופא און איז אין די כלל פון חיוב לרפאותה. די צווייטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט אז צו קענען משפיע זיין א ישועה פאר אידישע קינדער און א מפלה פאר די שונאי ישראל איז דורך תשובה ברבים וואס איז פונקט ווי תשובה מאהבה און איז משפיע ישועות פאר אידן בכל מקום שהם, און בקול חנוק בדמעות דערמאנט די גזירות החינוך אויף כלל ישראל, און געוואונטשן אז די שונאי ישראל זאלן האבן א מפלה ווי המן בשעתו. די דריטע תורה אויפן פיוט 'שושנת יעקב צהלה ושמחה', און געטייטשט אז ווען המן וואלט געוואוסט די כבוד שמים וואס וועט ארויס קומען וואלט ער נישט געמאכט די גזירה, ובדרך צחות אין וואספארא זכות ער האט זוכה געווען צו דעים.
דער רבי האט מכבד געווען כ''ק אדמו"ר מדעעש קר"י שליט"א מיט א כוס וויין, און דערנאך זיך אויפגעשטעלט טאנצן אויף השיר והשבח. די פערטע תורה אויפן פסוק 'עת צרה הוא ליעקב וממנה יושע', המן איז געווען א חכם להרע, אז אידן זאלן מכוון זיין הנאת עצמן און אזוי וועלן די דמעות פון עשו נישט בטל ווערן. די פונפטע תורה אויפן פסוק 'תנתן לי נפשי בשאלתי', און געטייטשט אז המנ'ס געלט איז געקומען דורך גניבה און דערפאר האט ער נישט געהאט קיין שליטה.
נאך די תורה האט זיך רבינו שליט''א אויפגעשטעלט טאנצן, און דערנאך מקיים געווען דעם יערליכן מנהג און גערייכערט א ציגאר, און פארגעזינגען די דזיקוב'ע תניעה, און איבערגעגעבן דעם ציגאר פאר הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו.
די זעקסטע תורה אויפן שייכות פונעם תנא רבי שמעון בר יוחאי מיט די יו"ט פורים, ווייל רבי שמעון האלט כל שהוא למלקות, און לויט טייל דיעות איז אפילו שלא כדרך אויך חייב, במילא האבן די אידן נישט געמעגט נהנה זיין פון סעודת אחשורוש אפילו שלא כדרך.
מען האט אריינגעברענגט א בארג סיני קיגל פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו, און קרויט, און דער רבי האט געטיילט שיריים פאר די אויבן אן.
די זיבעטע תורה אויפן פיוט 'שושנת יעקב צהלה ושמחה' און געטייטשט אז וויבאלד מרדכי הצדיק האט זיך געפירט מיט'ן מידת החסד האט מען זוכה געווען צום נס.
דערנאך האט דער רבי מכבד געווען אלע וואס טראגן דעם נאמען דוד זאלן ארויפגיין אויפן טיש צוזאמנעמען געלט לטובת קופת רבינו 'אבני חסד'.
דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברי ברכה פארן גאנצן ציבור, און זיך אויפגעשטעלט טאנצן.
מיט אשר הניא האט דער רבי מכבד געווען הגה"צ אב"ד הוניאד שליט"א, שושנת יעקב: הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א.
ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט''א.
נאך אפאר מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו מעריב. בעל תפילה: הר"ר הערשל קאהן שליט"א, מען האט נישט געזאגט ברוך ה' לעולם. מען האט געענדיגט ארום 11:45.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Photos · 3
כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א, בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4Report
מאנטאג כי תשא - תענית אסתר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יושע הערש גאלדבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר יואל משה דאסקאל הי"ו. ב"ר יעקב הכהן גראס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת כי תשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה בנין הירש-ג"ב-לאנדא אויף די ראצפערט גאס, אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. בן הר"ר נפתלי הירצקא פריעדמאן שליט"א, מנהל. ב"ר בעריש ווייזער הי"ו. ב"ר יואל אבערלענדער הי"ו. ב"ר אליעזר גאלד הי"ו. ב"ר אהרן ישראל מאיר טייכמאן הי"ו. ב"ר יצחק פייערשטיין הי"ו. ב"ר יעקב יוחנן מיטטעלמאן הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען ניגונים און איינער פון די קינדער האבן פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, מלמדים, און אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק אז פורים איז געווען הדר קבלוה מאהבה, מען דארף זען אז ווען מען לערענט א שטיקל גמרא זאל מען עס פארשטיין און מען זאל לעבן מיט די תורה, און מסיים געווען בברכת קדשו.
נאכ'ן לחיים איז דער רבי אראפ אויפן צווייטן שטאק פונעם בנין צו ישיבה קטנה סניף השיב משה בהנהלת הרה''ג ר' שמעון אברהם ראטה שליט"א, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויף די לימודים און זיך ארומגעדרייט צווישן די טישן א לענגערע צייט מיט א שטארקע קורת רוח.
דערנאך איז דער רבי אראפ אויפן ערשטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יחיאל יצחק שפיטצער שליט"א, מען האט געזינגען ניגונים און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק אז ביים נס פורים זענען די קליינע קינדער אויך געווען א חלק פונעם נס און זיי דארפן זיך אויך מיטפרייען מיט די נס פורים, און מסיים געווען בברכת קדשו, דערנאך האט דער רבי פארטיילט שיריים פאר די מלמדים צו אויסטיילן פאר די קינדער. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל בר"ש לעווי הי"ו - ר' אברהם גאלדבערגער הי"ו, באולם כינור דוד. ר' בנציון נידערמאן הי"ו - ר' אליעזר מאיר נאווי ע"ה, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופות האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ג ר' אפרים פישל בערקאוויטש שליט"א מו"ץ, ע"פ בנו ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:15 ביז 10:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
נאך די זמני כניסה אום 10:45 האט דער רבי געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מוצש''ק בצל הקודש
נאך הבדלה זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה גדולה נתיבות התלמוד פון בארא פארק וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אויך איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה''ח ר' שמעון ווידער הי''ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 11:45 איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור גומלין ביי כ''ק אדמו''ר מפאלטישאן שליט''א בבית האכסניא פון הרה''ח ר' אלעזר הארטמאן הי''ו בגלילות קר''י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, האדמו''ר מפאלטישאן האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת תצוה שבת זכור 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 6:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר''ר ברוך עקשטיין שליט''א.
מען האט געענדיגט ארום 8:00, דער עולם איז אריבער געגאנגען גוט שבת זאגן, און רבינו שליט''א איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א בן האדמו''ר מדעעש בני ברק שליט''א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ג ר' נחום שמשון שווארץ שליט''א, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'ואתה תצוה את בני ישראל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה.
קה אכסוף: הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א, ברכהמ''ז: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הגה''ק רבי שמעון סופר זיע''א מקראקא, וואס די יארצייט געפאלט דאנערשטאג ט''ז אדר. קה רבון עלם: נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' מענדל עקשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 11:35.
ביום השבת קודש
שב''ק צופרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:20, פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל ברי''א שטיין שליט''א, צו שחרית ויוצר איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי''ו און הרה''ג ר' גדלי' משה פאנעט שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי''ו (וומסב''ג).
עליות. כהן: הרה''ג ר' זלמן לייב פריעדמאן שליט''א מו''ץ בקהלתינו, לוי: החתן ב''ר יעקב יחזקי' היימליך הי"ו, שלישי: החתן בן הר''ר יואל שטיין שליט''א - באווארפן, רביעי: הרה''ג ר' מאיר לייב קטינא שליט''א, חמישי: דער פורים רב הרב שלמה לייב וויינבערגער הי''ו, שישי: החתן ב''ר יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו, שביעי: החתן ב''ר יואל לאנדא הי''ו, אחרון: החתן ב''ר יו''ט לעווי הי''ו, הגבה דעם ערשטן ספר: הרה''ח ר' יצחק דוד לאנדא הי''ו, גלילה: הרה''ח ר' יעקב יצחק שטיינמעץ הי''ו.
מפטיר - קריאת זכור, האט רבינו שליט''א עולה געווען און אליינס געליינט. נאכ'ן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' ירוחם יאקאב הי"ו. ר' שמואל פילאפף הי"ו. ר' חיים אלעזר היימליך הי"ו. ר' שלום יצחק ווידער הי"ו.
הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' מאיר יוסף טייטלבוים הי"ו, גלילה: הרה''ח ר' יואל זאלדאן הי''ו.
מוסף: הרה''ח ר' יעקב אהרן לעווי הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרב אפרים טייטלבוים הי''ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית ביי בן הנולד אצל ר' וואלף ווייסמאן הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 6:25, מנחה: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו, הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' פנחס שפירא הי''ו, כהן: הרה''ח ר' ליפא פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ח ר' יעקב יחזקי' היימליך הי''ו (מאנטרעאל), שלישי: הרה''ח ר' אליעזר ווייס הי''ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הר''ר מרדכי שמעיה קויפמאן שליט''א.
זמירות ביי של''ש האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין די קריאה 'זכור את אשר עשה לך עמלק' און געטייטשט אז עמלק האט אריינגעברענגט אז מען זאל זיך נאכגעבן אלע תאוות ההיתר און דורך דעם גורם געווען א קרירות אין יעדע דבר שבקדושה, שבת און מילה האבן די כח צו מחליש זיין כח המתאווה און מיט דעם אויסרייסן דעם עמלק ס'איז די כח הרע און הארץ פון יעדע איד, מען גרייט זיך צום גרויסן יו''ט פורים דער אייבערשטער זאל העלפן מען זאל זיך קענען אויפווארימען דאס הארץ פאר הקב''ה, און מקבל זיין אלע השפעות קדושות כי קדוש היום לאדונינו.
ידיד נפש: הרה''ח ר' יוסף דוד היימליך הי''ו (מאנסי), קל מסתתר: הרה"ח ר' יצחק דוד לאנדא הי"ו, שושנת יעקב: הרה''ח ר' אברהם יהושע ווייס הי''ו (וומסב''ג), רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
א שמחה און פון פרייד הערשט ביי חסידי סאטמאר איבער די וועלט בכלל און ביי חברי קהל יטב לב דסאטמאר ירושלים בפרט אויף די פריידיגע נייעס, אז בהסכמת וברכת קדשו פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א, האט די הנהלת הקהילה והמוסדות אין ירושלים, מיט גרויס סייעתא דשמיא געשלאסן א קאנטראקט מיט הנהלת ישיבת חברון היינט ערב שבת קודש לסדר כי תשא את ראש בני ישראל, צו אפדינגען זייער מעכטיגע געביידע אויף רחוב חגי, סמוך ונראה צום שטח פון די בניני הקהילה והמוסדות וואס איז ארוף ליידער אין פלאמען, וואס וועט דינען בעזר ד' אויף די קומענדיגע פאר יאר אלס צענטער פון א בית המדרש, א ת"ת און אלע צרכי הקהילה והמוסדות, ביז דער בנין הגדול לד' ולתורתו אויף דעם שטח פון די קהילה וועט בעזר ד' פערטיג ווערן לשם ולתפארת.
דער מעכטיגער פראיעקט איז צושטאנד געקומען א דאנק און מיט פינאציעלע שטיצע פון די 2 חשוב'ע פילאנטראפן מראשי קהלתינו הק', ה"ה הרבני הנכבד המפואר מוה"ר אברהם בראך הי"ו ואתו עמו הרבני הנכבד המפואר מוה"ר אברהם יהושע גלאנץ הי"ו, וואס שטייען בראש פונען מעכטיגן פראיעקט פון קרן הבנין דקהלתינו הקדושה פעיה"ק.
פון די הנהלת הקהילה ווערן אנשי שלומינו איבער דער גארער וועלט געבעטן צו מתפלל זיין ווייטער אויף סייעתא דשמיא מ'זאל קענען מוציא זיין מהכח אל הפועל אלע ריזיגע פלענער וואס מ'ארף נאך אויספירן אין די קומענדיגע תקופה בעז"ה.
חפץ ה' בידינו יצליח!
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
PhotoFile
גליון "קול התאחדותינו" פרשת כי תשא - פרה שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
רבינו שליט"א ביי ניחום אבלים בבית הרה"ח ר' חיים אברהם דוד רפאל גאטליעב הי"ו ע"פ אשתו ע"ה, אין וומסב''ג יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Photo
רבינו שליט"א ביים מנחם אבל זיין הרה"ח ר' מנחם ברודא הי"ו ע"פ אחיו ע"ה, אין וומסב''ג יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Photo
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פארטיילן מטבעות קודש פאר די עסקנים פון חבורת 'לגיון של מלך' נגע פגעי טעכנעלאגיע פון וומסב''ג און ב"פ, וועלכע וועלן ווערן פארטיילט פאר די הונדערטער בחורים וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די חבורה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴
Photos · 8
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים עריכת שולחן הטהור לכבוד שושן פורים במעמד אלפי אנ''ש בבית מדרשינו הגדול בוויליאמסבורג יצ"ו.
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Wednesday15 Adar 57833/8/2023
Photos · 2
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אויף א באזוך בבית הרבני הנכבד הישיש מוה"ר חיים הערש ווייס הי"ו
▫️סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
News
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א קומט יעצט אריין צום עריכת שולחן הטהור לכבוד שושן פורים בבית מדרשינו הגדול אין וויליאמסבורג יצ"ו
◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מקיים זיין מנהג מחצית השקל און ביי קריאת המגילה, יום הפורים בביהמ''ד הגדול בקר''י.