חגיגת סיום מסכתא נדרים במסגרת חבורת 'יסודי התורה' בקרב קהלתינו הק' בבארא פארק, פארגעקומען נעכטן מוצש''ק אין די זאלן פון תפארת רבקה, בראשות מייסד ונשיא החבורה כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
Friday2 Nissan 57833/24/2023
NoticeNoticeReport
פרייטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ''ד הגדול, פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב''ר יעקב ירמי' פאַלקאָוויטש הי''ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ויקרא ר"ח ניסן 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. תאומים בני ר' אלי' פארקאש הי"ו. ב"ר יואל גרובער הי"ו. ב"ר יקותיאל יודא פריינד הי"ו. רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב, און ביים ליינען געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
דערנאך ארום 12:30 איז רבינו שליט''א צוריק אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ניינטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, און דערנאך ארומגערעדט דברי הדרכה לימי בין הזמנים, און דערביי געבעטן די בחורים צו לערנען ביז יו''ט פסח פרק ערבי פסחים אלס הכנה צום יו''ט, און מסיים געווען בברכת קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
פארמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין די מצה בעקעריי דקהלתינו הק', און דערנאך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג ארום 6:50 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל אברהם יעקב ברייער הי"ו - ר' יואל בר"א גאלדבערגער הי"ו, באולם כינור דוד. ר' ראובן אריאל מאוואס הי"ו - ר' יואל בר''י סאאל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
נאך די חופה אין כינור דוד האט זיך רבינו שליט''א אומגעקוקט מיט גרויס התפעלות אויף די בוי ארבייט ווי מען האט שוין אנגעהויבן אויסגראדן דעם ריזן שטח נעבן די עקזעסטירענדע בניני הת''ת בית מרדכי און בנין מארקאוויטש, ווי עס וועט בקרוב אויפגעבויעט ווערן א מבצר אדיר פאר די תלמוד תורה פון מוסדות קרית יואל.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מנייטרא שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און געגעבן ספרו לב אהרן אויף פסחים און ראש השנה.
אזוי אויך איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו האט מנדב געווען א סכום נכבד פאר א מקוה טהרה אין קר"י, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד מהרש"א - ר' משה שמחה קויפמאן הי"ו. ר' מנחם הירש הי"ו - ר' מרדכי קאהן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת ויקרא שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: מועדו של ימי חודש ניסן, מהו? מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים געבן דעם ניינטע סוגיא שיעור אלס הכנה צום דרשת שבת הגדול, און משמיע דב''ק לרגל סיום הזמן, היינט בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.
חומש סעודה פאר כיתה א' דתלמידי מוסדותינו הק' 'יטב לב' דרב''י בבית שמש יצ"ו
בהשתתפות פון די עלטערן און זיידעס, ובראשם הגאון הגדול רבי שמואל בראנדסדארפער שליט"א חבר ביד"ץ העדה החרדית, זיידע פון נכדו היקר מתלמידי הת"ת, וועלכע האט אויך פארטיילט די מתנה פאר די חתני התורה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין א לענגערע לומדישע שמועס מיט הגאון החריף רבי משה טרכטמאן שליט"א מארה"ק ת"ו, יו"ר מכון מעשה חושב, נעכטן דינסטאג בביתו נאוה קודש בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת ויקרא
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שלמה ווייס הי"ו. ב"ר אהרן יוסף באש הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
מיטאג צייט אום 1:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם אכטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:35.
נאכמיטאג ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א מעמד 'חלוקת תמיכה נכבדה' פאר אריבער הונדערט לומדי מבצר הכוללים בקר''י וועלכע האבן זיך פארהערט אויף גאנצע מקצועות שו''ע, מנדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים לכבוד המאורע, און מ'האט פארטיילט די תמיכות נכבדה פאר די רבני ולומדי הכולל, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעווינטשן פארן נדבן און פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אשר לעמיל גלויבער הי"ו - ר' חיים הערש ברמ"י גאלדבערגער הי"ו. ר' יואל יצחק סופר הי"ו - ר' ליפא ברמ"א פריעדמאן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת ויקרא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי אין ביהמ"ד מהרש"א בקר''י.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וסיום הזמן, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און פארגעלערנט א שיעור הישיבה אין מס' פסחים, דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו לב אהרן אויף פסחים פאר אלע בחורים.
ביים ארויסגיין האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויף די מקוה פונעם ביהמ''ד וואס איז נארוואס אריין אין באנוץ.
מיטאג צייט אום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם זיבעטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'שלא כדרך הנאתן' אין בעפארברייטונג צום דרשת שבת הגדול, מען האט געענדיגט ארום 2:40
נאכמיטאג ארום 5:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען האט זיך די רבי משתתף געוועהן ביי די שמחת השבע ברכות פון נכד גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה''ק שליט''א בבית חתנו הרה''ג ר' משה מרדכי כ''ץ שליט''א בן כ''ק אדמו''ר מוויען שליט''א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און פאר די זיידע'ס האדמו"ר מוויזניץ שליט"א, און האדמו"ר וויען שליט"א און איז ארויס אין א טאנץ מיטן חתן און די מחותנים.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך בבית מחותנו הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א לרגל נישואי נכדתו הכלה בת בנו הגה''צ ר' הערש אלימלך טייטלבוים שליט"א רב בית מדרשינו תפילה למשה ב"פ, ווי עס האט זיך פארמירט א לענגערע שמועס בקורות משפחת רבותינו הק' עצי התמרים זי"ע, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן מחותן הגה"צ שליט"א און די גאנצע משפחה.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעפ פראכטפולן לאקאל פון 'גדר' אין וומסב''ג, דער רבי האט קובע מזוזה געווען און זיך אומגעקוקט אויפן גאנצן פלאץ, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ווי דער רבי האט געהערט א רעפאראט פון די גדר אקטיוויטעטן לקדושתן של ישראל, און משמיע געווען דב"ק וחיזוק פאר די הנהלה עסקנים ארויסברענגענדיג די זכי' וואס מען האט צו העלפן אידן זיין אפגעהיטן פון די טעכנעלאגישע כלים, און מסיים געווען בברכות קדשו
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריבערגעקומען די תלמידי ישיבת מאור החיים פון ב"פ ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וכתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך די תלמידי הישיבה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט משמיע געווען דב"ק וחיזוק פאר די בחורים, און אלע בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
אזוי אויך זענען אריין בקו''פ הנהלת התאחדות אברכים פון וומסב''ג און ב"פ לרגל די סיום מסכת נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה וועלכע קומט פאר דעם מוצ"ש אין ב"פ, און קומענדיגן זונטאג צו אין די זאלן פון קאנטינענטל אין וומסב''ג, בהשתתפות מרן רבינו שליט"א, דער רבי האט געהערט א רעפאראט פון די ארבייט וואס די עסקנים לייגן אריין להגדיל תורה ולהאדירה און ווארעם אנגעוואונטשן.
אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגאון החריף רבי משה טרכטמאן שליט"א מארה"ק ת"ו, יו"ר מכון מעשה חושב, ווי עס האט זיך פארצויגן א לענגערע לומדישע שמועס בדברי פלפול בכמה סוגיות הש"ס, הגאון ר' משה שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א עטליכע בענדער חידושי תורה, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו און געגעבן במתנה אלע ספרי לב אהרן אויף בדרוש ופלפול, און דער רבי האט אריינגעשריבן דערין דברי ברכה ברוב ידידות.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
חלוקת תמיכה נכבדה פאר לומדי מבצר הכוללים בקר''י, היינט נאכט בביתו נאוה קודש פון כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א, מנדבת הרבני הנגיד ר' משה יעקב יוסף בראך הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
מסיבות לחיים וכתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך תלמידי ישיבה מאור החיים, נעכטן בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בוומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך נעכטן אין וומסב''ג בבית מחותנו הגה''צ אבד''ק בית אהרן שליט''א לרגל נשואי נכדו למז''ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די שמחת השבע ברכות פון נכד גיסו כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה''ק שליט''א בבית חתנו הרה''ג ר' משה מרדכי כ''ץ שליט''א.