דינסטאג ד' דחוה"מ, ערב יו"ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' יואל רייך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' יעקב נפתלי פנחס גוטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00. בעל תפילה: הרה"ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג). דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל. פתיחה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו און ר' יודל ברנ"ש שווארטץ הי"ו, כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, לוי: בעל ברית ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' ארי' אשר אינדיג שליט"א דומ''ץ ביהמ"ד מהרש"א, הגבה: הרה"ח ר' חיים הערש אפפעל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' פנחס שלמה פערלמוטער הי"ו (וומסב''ג). רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הר"ר אברהם דוד וואגשאהל שליט"א (מאנסי), גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו. מוסף: הרה"ג ר' אנטשיל גרובער שליט"א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:00.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף זונדל אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Report
מאנטאג ג' דחוה"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:00. בעל תפילה: הר''ר אלחנן טויב הי"ו. דער רבי האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו הלל. פתיחה: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו, און הר"ר שרגא גאנדעל שליט"א, כהן: בעל ברית ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: בעל ברית ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו, הגבה: הרה"ח ר' הערשל כ"ץ הי"ו - (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' יצחק משה פרענקל הי"ו. רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שמואל עקשטיין הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יצחק פייערשטיין הי"ו. מוסף: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו. מען האט געענדיגט אום 11:40.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' אפרים פישל כ"ץ הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' שלום יצחק עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
פארנאכטס זענען געווען אויף א באזוך בקו''פ די דיינים הרה"ג ר' ישראל מאיר עקשטיין שליט"א דומ''ץ לעניני ממונות וחבר בבדי''צ קר''י, הרה"ג ר' שמואל יודא בריסק שליט"א דומ''ץ טאשנאד און הרה"ג ר' יושע העשיל פריעדמאן שליט"א ראה''כ לבושי חושן, וועלכע האבן אנגעפירט דעם 'מעמד משפט צדק' אין ביהמ''ד הגדול, עס האט זיך פארמירט א הערליכע תורה'דיגע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך ביי דין תורות און איבער די צייטן ווען רביה"ק בעל ברך משה זיע''א האט געפירט דין תורות, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און אום 8:50 אריינגעקומען צו מעריב.
שפעטער איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע ידידות'דיגע שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס מאכט זיך אום יו"ט און בפרט אום פסח, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי ומח"ס אוצר הזמנים על המועדים אינאיינעם מיט הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י, עס האט זיך פארצויגן א הערליכע שמועס איבער פארשידענע הלכה שאלות בכמה ענינים און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ימי חוה''מ פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
זונטאג ב' דחוה"מ
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל יערמיאש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א איז אריינגעקומען צו תפילת שחרית ארום 10:10. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגען. פתיחה: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג), און הרה"ח ר' מנלי שעהר הי"ו, כהן: הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א, לוי: הרה"ח ר' משה בער לאנדא הי"ו, שלישי: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מ'חמעלניק מאנסי, הגבה: הר"ר שלמה הערש ראזענפעלד שליט"א (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' גבריאל ווייס הי"ו. רביעי: רבינו שליט"א, הגבה: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שלום יוסף גאלדבערגער הי"ו (מאנסי). מוסף: הר"ר מאיר פאנעט שליט''א, בן האדמו"ר מדעעש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:50.
פארנאכטס איז אריין בקו''פ הרה"ג ר' בערל טויבער שליט"א וועלכע האט שפעטער אויפגעטרעטן מיט א דרשה אין ביהמ"ד הגדול, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 8:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און ארום 9:00 אריינגעקומען צו מעריב, און צוגעגאנגן צו ספירה ציילן.
פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה, מנחה: הרה''ח ר' משה מאיר גאטליעב הי''ו, קבלת שבת: הרה''ח ר' יעקב פעלדמאן הי''ו. נאך מעריב האט דער רבי געציילט ספירה פארן עמוד.
מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15, דער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 10:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט אינעם זאל בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט די חתנים מחוץ לעיר, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה, ביז מלך תמים דרכו, און געזינגען אשת חיל.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה''ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה''ח ר' יודל שטיינמעץ הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אין שיר השירים 'כמגדל דוד צוארך', און געטייטשט אז דורך מצוות מילה איז מען זוכה צו שפירן מתיקות התורה און דורך דעים קען מען זוכה זיין צו עולם הבא.
קה אכסוף: הרב אלחנן חיים ט''ב חתן הגה''צ ר' שלמה רובין שליט''א אב''ד ציעשנוב קר''י. ברכהמ''ז: הגה"צ אב''ד ציעשנוב קר''י שליט"א.
עובדות וסיפורים האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק ר' אהרן הגדול מקארלין זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג י''ט ניסן. קה רבון עלם: הרה''ח ר' אהרן הערש בערקאוויטש הי''ו.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ח ר' יצחק ערענפעלד הי''ו . מען האט געענדיגט ארום 1:15.
פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל קעלנער שליט"א מנהל ישיבתינו הק' מאנטשעסטער. דער רבי איז צוגעגאנגען צו שחרית, און צוגעשיקט צו חזרת הש"ץ נכדו הרה"ג ר' זלמן טייטלבוים שליט"א רב דביהמ"ד בית מנחם זאב, און דערנאך צוגעגאנגען צו הלל. מען האט געזאגט שיר השירים כנהוג.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' יצחק אייזיק גליק שליט"א מו"ץ, און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א מו''ץ ודומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר''י, פסוקי שמע ישראל: הר"ר מאיר מאיער שליט"א (ב"פ).
עליות. כהן: הרה"ח ר' שמחה כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' אלעזר גרובער הי"ו, שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו, חמישי: הרה"ח ר' משה מאיר טייטלבוים הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל: ר' מרדכי פעקעטע הי"ו. ר' אליעזר טויב הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו, הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' יצחק שטויבער הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"נ שרייבער הי"ו, מפטיר: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' ברוך יצחק ווייס הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' אהרן ניישטאדט הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' יושע שמואל ווידער הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יוסף שרייבער הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 1:30.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש מיט די חתנים מחוץ לעיר האט מען געזינגען ניגוני שבת ויו"ט, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. ברוך ה' יום יום: די חתנים פון וומסב''ג, ברוך קל עליון: די חתנים פון ב''פ, ברח דודי: חתנים פון מאנטרעאל, שיר היחוד: חתנים פון מאנסי.
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:10. מנחה: הרה"ח ר' יודא אליעזר גאטעסמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: ר' וואלף ברי"ש פייערשטיין הי"ו, כהן: הרה"ח ר' יוסף רפאל האפפער הי"ו, לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הר"ר דוד פערל שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אייזיק הערש בערקאוויטש הי"ו (וומסב''ג).
זמירות ביי של''ש האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט אויפן פסוק אין שיר השירים 'כמגדל דוד צוארך' און געטייטשט אז דורך מצוות מילה וואס איז א אות ברית אהבה פון אידישע קינדער מיט הקב''ה קען מען זוכה זיין צו תשובה מאהבה און דורך דעים קען מען זוכה זיין צו תורה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג). רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' אלישע הורוויץ הי"ו. דער רבי איז צוגעגאנגען צו ספירה ציילן.
ליל ב' דיו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ביים זמן איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מעריב, עס האט געדאווענט פארן עמוד הר''ר זלמן לייב ברח''ב פילאפף שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 9:40 נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור, און דערנאך געגאנגען אין מקוה.
ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר, כמעשהו בראשונה כך מעשהו בשניה האט דער רבי האט אפגעראכטן די עבודת הקודש, במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה. קדש, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא עבדי לשנה הבאה בני חורין, מוזגין הכוס וכאן הבן שואל, עבדים היינו, ברוך שנתן תורה, רשע מה הוא אומר, והיא שעמדה, לגור בארץ, כל הבן הילוד, ר' יוסי הגלילי אומר, יגיענו למועדים ורגלים אחרים, ביי צפון אויף מה העבודה הזאת, שפוך חמתך.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה זיך אראפגעזעצט און געזאגט די ערשטע מאל תורה.
נכד רבינו הילד בן הרב מאיר יודא אשכנזי בן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש. הגבהת הכוס לקידוש: הרב מאיר יודא אשכנזי שליט''א.
ביי מה נשתנה האט דער רבי געהייסן אלע אייניקלעך צו פרעגן צוזאמען, נאכן אראפגיסן די מכות וויין האט דער רבי געזאגט דער מנהג פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א צו צו ווארטן ביז מען טראגט ארויס די וויין.
ביי שפוך חמתך האט מען געעפנט די טיר און מען האט ממשיך געווען באמירת הלל מיט א געוואלדיגע התעוררות און דערנאך די פיוטים מען האט געענדיגט ארום 3:45. נאכן סדר איז דער רבי אריבער אין ביהמ''ד הגדול און איז צוגעגאנגען צום עמוד ציילן די ערשטע ספירה ברשפי אש קודש און דערנאך ממשיך געווען דעם סדר ביים שלחה"ט אין צד צפון אין ביהמ''ד הגדול, דער רבי האט פארגעזינגען בנעימה אחד מי יודע און חד גדיא, געזאגט תורה אויפן זמר 'אתא מיא וכבא לנורא' און דערנאך האט מען ממשיך געווען מיט ניגונים לכבוד יו''ט. מען האט געענדיגט 4:30.
יום ב' דפסח
דעם צווייטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 11:20. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יחזקאל לאקס שליט"א מו"ץ, רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו שחרית, צו חזרת הש"ץ ויוצר צוגעשיקט הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט"א, און צוגעגאנגען צו הלל.
הוצאה והכנסה: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און הרב אלחנן חיים ט"ב שליט"א חתן הגה"צ אב"ד ציעשנוב ק"י שליט"א, פסוקי שמע ישראל: נכד רבינו הרב ליפא אשכנזי שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
עליות. כהן: הב' החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן), לוי: הרה"ח הישיש ר' גדלי' יערמיאש הי"ו (ב"פ), שלישי: הרה"ח ר' שלמה ניישטאדט הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו, חמישי: רבינו שליט"א.
הגבה גלילה זענען מכבד געווען נכדי רבינו. הגבה דעם ערשטן ספר: הרב יחזקאל שרגא ט"ב שליט"א בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, גלילה: הרב ברוך רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו, הגבה: הרב נחמן כהנא שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, גלילה: הבה"ח ליפא בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט"א חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א.
מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם דוד גאטליעב הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, מען האט אריינגעברענגט אן עקסטערן קוגל לכבוד סעודת אסתר, מען האט געזינגען ניגוני פורים כנהוג, דער רבי האט געזינגען דעם פיוט ברך דודי בקול חינוק בדמעות, און מכבד געווען מיט אשר הניא די חתנים פון בני ברק, שושנת יעקב: די חתנים פון ירושלים עיה''ק.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'שומר מצוה לא ידע דבר רע זה אסתר שהיתה עסקה בביעור חמץ' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון שלא כדרך אכילה, ובדרך אגדה א טעם פארוואס חמץ איז אסור אפילו שלא כדרך.
ברכהמ''ז: הב' החתן הרב יוסף יודא בן הרה''ג ר' אברהם שלמה כ''ץ שליט''א מרבני קהלתינו בבני ברק. מען האט געענדיגט ארום 5:00.
נאכן זמן איז דער רבי געגאנגען אין מקוה לכבוד שב''ק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום א' דפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
דעם ערשטן טאג יו''ט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען 10:45. פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' יואל גוטמאן שליט"א מו"ץ, צו שחרית והלל איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' אלכסנדר יקותיאל לאנדא שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד נועם אלימלך און הרה"ג ר' וואלף אהרן טעלער שליט"א מנהל מבצר הכוללים.
עליות. כהן: הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' שמואל בערגער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הב' החתן יצחק ב"ר יוסף מיטעלמאן הי"ו (וומסב''ג), חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זײַן האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל ר' בערל ברש"ד גאנדל הי"ו. ר' משה יואל לאנדא הי"ו. ר' חיים יודא ברא"ז פריעדמאן הי"ו. ר' אברהם ברמ"י סאמעט הי"ו. ר' נתן קרפיל מרגליות הי"ו. ר' משה בר"ל טייטלבוים הי"ו. ר' מאיר פריעד הי"ו.
הגבה דעם ערשטן ספר: הרה"ח ר' יעקב הערש פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' מרדכי וועכטער הי"ו (וומסב''ג), מפטיר: הרה"ח ר' משה דוד פריעדמאן הי"ו, הגבה דעם צווייטן ספר: הרה"ח ר' שלמה פארגעס הי"ו, גלילה: הר"ר שלום וועבערמאן שליט"א.
פתיחת הארון צו טל: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, צו קוה איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' סענדר ברא"י עקשטיין הי"ו (לאנדאן).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם צוויבל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האבן מיטגעגעסן די הונדערטער חתנים מחוץ לעיר, במשך די סעודה האט מען געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, מיט'ן פיוט 'ברך דודי' מכבד געווען הב' החתן משה ב''ר אברהם שלמה כ''ץ הי''ו (לאנדאן). ביים זינגען האט דער רבי געזאגט אז דער טאטע רביה''ק זיע''א פלעגט זינגען ברך דודי מיט שטארקע התעוררות ובבכיות און דערציילט פון די צרות וואס די אידן האבן מיטגעמאכט פון וואס די פיוט רעדט זיך.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה כי יאמרו אליכם בניכם' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון טענת מודעה.
ברכהמ''ז: הב' החתן ליפא בן הרה''ג ר' יואל העניך הורוויץ שליט''א חתן הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א. מען האט געענדיגט ארום 4:30.
נאכמיטאג ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה. מנחה: הרה''ח ר' יעקב חיים גוטמאן הי''ו, נאך מנחה האט אויפגעטרעטן הרה''ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט''א לטובת דעם אפיעל פון כולל שומרי החומות.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
ימים הראשונים של יו''ט פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערב יו''ט פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו, נאך מנחה האט דער רבי געזאגט דעם סדר הקרבת קרבן פסח און מעיין געווען אינעם נוסח פונעם יעב''ץ. מערבית: הר''ר דוד חנני' ווייס שליט''א, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל ברגש והתעוררות, נאכן דאווענען איז דער רבי ארויף אויפן ארון קודש און געוואונטשן 'א גוט יו''ט' פארן גאנצן ציבור און איז תיכף אהיים לביתו נאוה קודש. מען האט געענדיגט ארום 9:50.
פארן סדר האט רבינו שליט''א פארטיילט מצות פאר די אייניקלעך, און געזאגט דעם נוסח פונעם ספר הזוהר הק' 'פקודא בתר דא'.
ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום סדר מעוטף בטליתו אויפן קיטל, כשתילי זיתים סביב לשלחנו די הונדערטער חתנים תלמידי ישיבתינו הק' וועלכע האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די סדרים כשהמלך במסיבו, די טישן זענען געווען מלכות'דיג אויסגעשטעלט מיט א מייסטערהאפטיגן סדר וואס דער געטרייער הויז בחור איז מסדר כמדי שנה בשנה מיט א געניטשאפט אז יעדער אין אלע ווינקלן זאלן קענען מיטהאלטן די געהויבענע מאמענטן בצל הקודש פון קיום מצות הלילה, אמירת הגדה ודברי תורה, אמירת הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש.
דער רבי האט מסדר געווען די קערה, די מצות און די סימנים, און געזאגט אתקינו סעודתא דמלכא און רבוש''ע.
במשך דעם סדר האט דער רבי געזאגט 16 מאל דברי תורה, פאר קדש, מקרא קודש זכר ליציאת מצרים, כרפס, יחץ, הא לחמא עניא, השתא הכא לשנה הבאה בני חורין, מוזגין הכוס וכאן הבן שואל, עבדים היינו, מעשה ב"ר אליעזר, ברוך המקום, רשע מה הוא אומר, יכול מראש חודש, והיא שעמדה, והגדת לבנך.
דער רבי האט געזאגט 'קדש' בקול רם כנוסח רבותיה''ק, און געזאגט די ערשטע מאל תורה.
נכד רבינו הילד בן הרב חיים יעקב רוקח חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א האט געזאגט די סימנים אויף אידיש. דער רבי האט געזאגט הנני מוכן ומזומן לקיים מצוות כוס ראשון און זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דעם לשם יחוד פון קידוש און געמאכט קידוש בהתלהבות קודש, הגבהת הכוס: נכד רבינו הרב לוי יצחק טויב שליט"א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א. נאך קידוש האט דער רבי געווינקן אז יעדער זאל מאכן קידוש.
תיכף נאך מגיד האט דער רבי געזאגט דעם הננו מוכן פאר מצוות סיפור יציאת מצרים באש קודש, אויפגעדעקט די מצה, און פארגעזאגט די סדר ההגדה ברגש ובנעימה.
פאר מה נשתנה האט דער רבי דערציילט איבער דעם מנהג קודש מקובל מאביו רביה''ק זיע''א צו צוזאמקלאפן ביידע הענט עפ"י מנהג בעלזא, און געגעבן א קלאטש מיט די הענט כף על כף.
הילד בן הרב חיים יעקב רוקח ני"ו האט געפרעגט די קשיות און דערנאך אלע אייניקלעך צוזאמען, ביי די מכות האט דער רבי אראפ געגאסן וויין פונעם בעכער כנהוג, און תיכף געהייסן ארויס טראגן.
נאכן צווייטן כוס האט דער רבי אויסגעטוהן דעם טלית, דער רבי האט זיך געוואשן און געזאגט דעם לשם יחוד וברכת המוציא און על אכילת מצה ברגש קודש און געגעסן די כזיתים מצה און שפעטער די כזיתים ביי מרור און כורך מיט א דביקות. ביי שלחן עורך האט דער רבי געגעסן די איי פון די קערה, און דער רבי אליינס האט תיכף געגעסן דעם אפיקומן פאר חצות, דער אפיקומן איז גע'גנב'ט געווארן דורך נכד רבינו הב' מאיר אליעזר בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. נאך ענדיגן דעם אפיקומן, האט דער רבי צוגעווארט מען זאל סערווירען די סעודת יו''ט פאר אלע מסובין, און דערווייל האט דער רבי מעיין געווען און פארשידענע ספרים און הגדות, דערנאך האט דער רבי אראפגענומען א שטיקל אפיקומן און ארומגעשיקט פאר אלע מסובין, נאכן עסן די אפיקומן האט דער רבי פארציילט דעם סיפור פונעם דברי חיים זיע''א ווי עס האט זיך פאר יעדען געדאכט אז ער עסט דעם קרבן פסח, די צדיקים עסן דאס בטהרה וקדושת ארץ ישראל.
מען האט אנגעגאסן דעם כוס של אליהו, געעפענט דעם טיר און דער רבי האט געזאגט תורה. נאך די תפילה פון שפוך חמתך בהתעוררות וברגש האט מען אנגעפילט דעם רבינ'ס כוס רביעי פונעם כוס של אליהו און מען אראפגעשיקט שריים פאר אלע מסובין, און דאן האט מען ממשיך געווען באמירת ההלל בהתעוררות רב ובגעגועים, ובפרט ביי פיוט פון נשמת כל חי ווי דער רבי האט מאריך געווען ברגש קודש בבכיות ובהשתפכות הנפש. נאכן סדר האט מען ממשיך געווען מיט די פיוטים און זמירות כנהוג. מען האט געענדיגט ארום 3:45, און דער רבי איז ארויף בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט געזאגט שיר השירים מיט א דביקות ברגש קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך ערב יו''ט 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול. בעל תפילה: הרה"ח ר' יואל וויינבערגער הי"ו.
תיכף נאכן דאווענען איז דער רבי אריין בחדרו הפרטי און געמאכט א לחיים אויף חמץ'דיגע ביר כנהוג, דערנאך איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט פארקויפט דעם חמץ פארן גוי, געמאכט די קנינים און איבערגעגעבן דעם שטר.
ארום 10:40 איז דער רבי אריבער פארנט פון ביהמ''ד הגדול צו שריפת חמץ, דער רבי האט געזאגט דעם לשם יחוד אך ביום הראשון תשביתו שאור מבתיכם, אריינגעווארפן דעם חמץ און דעם לולב כנהוג, צוגעווארט ביז עס ווערט פארברענט כהלכה, און געזאגט כל חמירא מיט די יהי רצונ'ס בהתעוררות רב, און ביים ענדיגן געוואונטשן א גוט יו''ט.
נאכמיטאג ארום 2:15 איז רבינו שליט''א געגאנגען אין מקוה לכבוד יו''ט. דערנאך איז דער רבי אריבער בבית האופה בבנין הישיבה אויך געציל בערגער, דער רבי האט זיך געוואשן די הענט, אריין געגאסן די וואסער אין די מעל, דערנאך צוגעגאנגען צום טיש און פארטיילט טייגלעך און דערביי פארגעזאגט הלל ברגש קודש ובהשתפכות הנפש, און געוועלגערט א מצה, דערנאך זיך אומגעקוקט ביי די מלאכת האפי' ביי די אויווענעס, און מפריש געווען חלה מיט א ברכה.
ארום 4:00 האט דער רבי פארלאזט די מצה בעקעריי און אריבער צו די גרויסע מצה בעקעריי בקר''י אויף דינוב גאס. דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן סדר האפיה און אין אלע אפטיילונגען, דערנאך אריינגעגאסן וואסער אין די מעל און גענומען חלה, און דערנאך אהיים לביתו נאוה קודש. שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי אראפגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש אפגעברענט די לעכט און געמאכט א עירוב תבשילין, און דערביי זיך אומגעקוקט אויפ'ן מלכות'דיגע סדר טיש אנגעגרייט מיט די מאקסימום פלעצער צו קענען אקאמאדירן די קרוב צו 300 חתנים מאנ''ש וועלכע זענען פלאצירט געווארן צווישן ביידע הייליגע סדר נעכט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
יום בדיקת חמץ - שריפת חמץ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
דינסטאג פרשת שמיני א'
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף רייכמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט"א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים. ב"ר משה יצחק זילבערשטיין הי"ו. ב"ר אלכסנדר נחום גאטליעב הי"ו. נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג ארום 7:30 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה אין ביהמ"ד הגדול, נאך מנחה איז פארגעקומען דער מעמד המרומם 'שאיבת מים שלנו' במעמד אלפי אנ''ש, מען האט געזינגען מערערע ניגוני שמחה והתעורורות.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק 'ושאבתם מים בששון' און געטייטשט אז די מים התחתונים האבן געוויינט אנן בעינן למהוי קדם מלכא, ווען די אידן זענען פארטריבן געווארן מבית המלך האבן זיי געוויינט צוזאמען מיט די וואסער, פסח אויפדערנאכט ווען די שכינה הקדושה קומט אראפ ווערן די אידן נתקרב צום אייבערשטען און דורך מצוות מצה ווערן די מים התחתונים אויך נתקרב, מען נעמט ארויס א מוסר השכל פון די וואסער וואס זענען משתוקק צו הקב''ה, 'אתא מיא וכבא לנורא' עס לעשט אויס אלע דינים וואס איז שולט אויך כלל ישראל און געוואונטשן אז די מצות זאל משפיע זיין אלע השפעות טובות.
מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני התעורורות און געזינגען ויהי נועם, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט ברגש קודש און געזאגט די לשם יחוד לשם מצות מצוה און געשעפט מים שלנו פונעם קראן אויפן בימת הכבוד און אריינגעגאסן און עטליכע קריגלעך, און דערנאך מכבד געווען הרבנים הגאונים בני וחתני רבינו שליט"א ורבני ודייני קר''י צו שעפן, און זיך בשמחה של מצוה וקדושה ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין א לענגערע צייט. ביים אראפגיין האט דער רבי געוואונטשן א גוט יו''ט פארן גאנצן ציבור. מען האט געענדיגט ארום 8:35.
תיכף נאכן מעמד האט דער רבי געדאווענט מעריב בהיכל הביהמ"ד. בעל תפילה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי מארקאוויטש הי"ו.
נאך מעריב איז דער רבי אהיים לביתו נאוה קודש. ארום 9:20 איז רבינו שליט''א ארויס אינעם פאדערשטן שטוב אויסגעלייגט די 10 ברעקלעך ארום דעם טיש כנהוג, געמאכט די ברכה על ביעור חמץ בהתלהבות און צוזאמגענומען די ברעקלעך און דערנאך ממשיך געווען בטירחא דגופא דעם גאנצן הויז בודק חמץ זיין, ביים ענדיגן האט דער רבי געזאגט כל חמירא בהשתפכות הנפש.
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אין א הלכה'דיגע שמועס מיט הרה"ג ר' אהרן מרדכי בריסק שליט"א דומ"ץ טאשנאד מאנסי ומח"ס אוצר הזמנים על המועדים און הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ דינוב קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
NoticePhotos · 2
הגאון הצדיק אבד"ק נייטרא-מאנסי שליט"א אויף א ביקור חג יעצט אויפדערנאכט בבית כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א.