עיר עוז לנו 'קרית יואל' רבתי עם יצ"ו שאיפת קדשו ומשאת נפשו של מייסד העיר רבינו הקדוש בעל דברי יואל זיע"א
מתוך דברות קודש קילורין לעינים של מרא דאתרא קדישא כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א אצל סעודת הילולא קדישא של רביה"ק בעל ברך משה זיע"א בביהמ"ד הגדול בקרית יואל יצ"ו
יומדהל''ק של רביה''ק בעל ברך משה זיע"א כ"ו ניסן, בצל הקודש פון בנו הגדול מ''מ ומ''ד בקודש כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - פוקד ציון הק' פון מר אביו זיע''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק בעל ברך משה זיע"א כ"ו ניסן, בצל הקודש פון בנו הגדול מ''מ ומ''ד בקודש כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - תפילת שחרית ומסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', בביהמ''ד הגדול בקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
זונטאגכ"ה ניסן תשפ"ג4/16/2023
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א היינט ביי תפילת שחרית און מסיבת לחיים בביהמ''ד הגדול בקר''י, לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הגה''ק מרן הדברי חיים זיע''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעהבאריכט
שב''ק פרשת שמיני מברכים חודש אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: ר' יחיאל רובין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פאר ישיבה קטנה באר מרדכי עטה"ק בעיר בית שמש, מען האט געענדיגט ארום 9:40, דער עולם איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.
ארום 12:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' ישראל דושינסקיא בן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א, הגבהת הכוס: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב"ד צאנז קר''י.
ביי די זופ האט מען אויפגעגעבן מצות כנהוג פון פסח ביז שבועות.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א, מנוחה ושמחה: הרב חיים מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ותצא אש מלפני ה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ג ר' חיים נחום גאטליעב שליט"א מו"ץ, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אהל פיגא שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה''ק הדברי חיים זיע''א וואס די יארצייט געפאלט זונטאג כ"ה ניסן, און פון אביו רביה''ק בעל ברך משה זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ''ו ניסן. קה רבון עלם: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו"ץ.
די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב חיים אלישע שטערן שליט"א רב דקהל חסידים בעיסוואטער. מען האט געענדיגט ארום 2:20
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' פנחס בראך הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו.
עליות: כהן: ר' יואל ברמ"י מאשקאוויטש הי"ו. לוי: ר' שמעון ברש"א ווייס הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט. שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. רביעי: הרה''ג ר' יואל מייזליש שליט"א בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. חמישי: ר' מאיר דוד ווייס הי"ו - רבינו שליט''א האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: הרה"ח ר' אלי' ניישטאדט הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' חיים טאגער הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' אברהם משה לעבאוויטש הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יואל ברי"א שווארטץ הי"ו.
רבינו שליט''א האט ר''ח געבענטשט, און צוגעגאנגען צו מוסף לרגל די יומדהל''ק פון אביו רביה"ק זיע''א. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' אברהם חיים קליין הי"ו (אסטראליע). מען האט געענדיגט ארום 12:35.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 8:00. מנחה: ר' נטע מאיר דאווידאוויטש הי"ו (ירושלים). הוצאה והכנסה: ר' יעקב יודא ווייס הי"ו (וומסב''ג). כהן: הרה"ח ר' יחיאל יצחק כהנא הי"ו. לוי: הרה"ח ר' ברוך ליפא לעווי הי"ו. שלישי: הר"ר שמואל שלמה טעלער שליט"א. הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו.
זמירות ביי של"ש האט דער רבי מכבד געווען: אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו. שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זה הדבר אשר צוה ה' תעשו', און געטייטשט אז דער עיקר איז נזהר צו זיין אינעם ענין פון שקר וואס אין דעם איז תלוי די גאנצע כח פונעם יצר הרע און די עצה פארדעם איז עוסק צו זיין בתורה.
ידיד נפש: הרה"ח ר' משה פאלקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' ליפא פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק איז דער רבי צוגעגאנגען לרגל די יומדהל''ק, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
שבת קודשכ"ד ניסן תשפ"ג4/15/2023
מודעהמודעהבאריכט
פרייטאג שמיני אסרו חג פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים: תאומים בני ר' חיים פנחס גאלדשטיין הי"ו. ב"ר יוסף ישראל גרינפעלד הי"ו. ב"ר שמעון רובין הי''ו. ב"ר יואל אויש הי"ו. ב"ר חיים לאנדא הי"ו. ב"ר בערל גאלד הי"ו. ב"ר חיים אברהם ווייס הי"ו. ב"ר וואלף פריעדמאן הי"ו. ב"ר יעקב יצחק אבערלאנדער הי"ו. ב"ר אברהם שמואל קעפעטש הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ"ד.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ליל אחרון של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פארנאכטס 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו מנחה, מנחה: הרה''ח ר' אלישע הורוויץ הי''ו. מערבית: הרה''ג ר' יוסף שלמה פייערשטיין שליט''א. דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה ציילן. נאכ'ן דאווענען איז מען אריבער זאגן גוט יו''ט, מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:15.
ארום 12:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בביהמ''ד הגדול צד צפון, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט''א מו''ץ, דער רבי האט אויפגעדעקט די מצה און אויך איינגעטינקן די מצה אין די ברויפען נאך די פיש, מען האט אריינגעברענגט מצה פערפל, מצה קיגל, און מצה כרעמזלעך געמאכט אין שטובער פון נכבדי אנ"ש, ביי די מצה כרעמזלעך איז דער גאנצער ציבור אריבער נעמען שיריים א לענגערע צייט.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען הרה''ג ר' שלמה יונגער דומ''ץ טאהש קר''י.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'הים ראה וינוס מה ראה ברייתא דרבי ישמעאל' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה ועשה.
ברכהמ''ז: הרב חיים מאיר שטיין שליט''א. מען האט געענדיגט 1:50. יום אחרון של פסח
הוצאה והכנסה: הרב חיים אלישע שטערן שליט"א רב דקהל חסידים בעיסוואטער, און הרה"ח ר' משה אליעזר ניימאן הי"ו. פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו"ץ.
עליות. כהן: הרה''ח ר' חיים וואלף ברי"א פריעדמאן הי"ו. לוי: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו. שלישי: הגה"צ רב דביהמ"ד בית ברוך שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' יעקב יוקל הירש הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א. הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' זלמן לייב קאפפעל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' שמואל שטיין הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' שמואל אהרן לאנדא הי"ו. הגבה ספר שני: הרה"ח ר' וואלף פערל הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יואל בר"מ גאלדשטיין הי"ו. נאך מפטיר איז מען איז ארויס צו יזכור.
מוסף: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' דוד יצחק פאלקאוויטש הי"ו.
נאכן דאוענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברז"ד ווערצבערגער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 2:20.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט מען אריינגעברענגט כרעמזלעך, דער רבי האט מכבד געווען מיט די זמירות נכדו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב, און דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
נאכמיטאג ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול צו מנחה ונעילת החג, מנחה: הרה''ח ר' יואל בר''ע הירש הי''ו.
נאך מנחה האט זיך רבינו שליט''א געזעצט צום טיש און מען האט געזינגען מערערע ניגוני יו''ט, הרה"ח ר' יוסף ווייס הי"ו מנכבדי החברה קדישא האט אנגעגאסן לחיים, און דער רבי האט געוואונטשן פאר די חברה קדישא, כנהוג.
מען האט אויפגעגעבן פירות, דערנאך האט מען געזינגען 'אני מאמין' בהתעוררות ובבכיות, און ממשיך געווען בדביקות ותבנהו מהרה און אחכה לו.
נאכן זמן האט רבינו שליט''א געזאגט ברוך המבדיל און משמיע געווען דב''ק אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אז ישיר משה' און געטייטשט אז ביי מצוות מילה אפילו מען נעמט אראפ די ערלה מאכט עס א דביקות, די זעלבע זאך ביי פריסות מצה אפילו מען צעברעכט איינס פאר צוויי ווערט פון צוויי איינס, קוב''ה אורייתא וישראל חד ממילא העלפֿט תשובה, במשך דעם יו''ט האמיר זוכה געווען צו זאגן 13 מאל הלל און מיט דעם מעורר געווען די י''ג מדות של רחמים און השפעות טובות פאר אידישע קינדער בכל ענינים.
רבינו שליט"א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן 'חסל סידור פסח' ברגש והתלהבות א לענגערע צייט ואתו עמו כל הקהל הקודש, און ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל 'לשנה הבאה בירושלים' כנהוג.
תיכף ביים אהנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א צוריק געקויפט די חמץ פונעם גוי.
חסל סידור פסח כהלכתו ככל משפטו וחוקתו כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
יום שביעי של פסח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 10:45, און צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה שחרית והלל. מען האט געזאגט הלל הגדול און די שירה פסוק בפסוק, כנהוג. אויך האט דער רבי פארגעזאגט וכרות.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יושע ווערצבערגער הי"ו, און הרה"ח ר' אברהם שלום לאנדא הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.
רבינו שליט''א איז געווען בעל קורא, און געליינט די שירה בהתעוררות ובהתלהבות אש. עליות. כהן: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. לוי: ר' יוסף גרובער הי"ו (וומסב''ג). שלישי: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו, רביעי: הרה"ח ר' ישעי' בנימין שפילמאן הי"ו. חמישי: רבינו שליט"א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל: ר' אפרים פישל טעללער הי"ו. ר' חיים מענדל אקער הי"ו. ר' בנציון אונגאר הי"ו.
הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' חיים בנציון ראזענבערג הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל ברב"י ווייס הי"ו. מפטיר: ר' בעריש פעלדמאן הי"ו. הגבה ספר שני: הרה"ח ר' חיים אברהם ראזענפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יוסף מרדכי רובין הי"ו.
מוסף חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד קול אליהו שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ג ר' הערשל טעלער שליט''א (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ירחמיאל גרובער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 2:45.
ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א מכבד געווען מיט די זמירות וברכהמ''ז חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אהל פיגא שליט''א.
נאכמיטאג פאר מנחה האט רבינו שליט''א משמיע געווען בביתו נאוה קודש דברי מוסר והדרכה פאר די חתנים מארה''ק וועלכע האבן געוויילט אויף יו"ט בצל הקודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ימים האחרונים של חג הפסח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערב יו''ט נאכמיטאג בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א אנגעצינדן די יזכור ליכט לע''נ הוריו רביה''ק זיע''א והרבנית הצד' ע"ה.
פארנאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד הגדול און צוגעגאנגען צו מנחה און אנגעהויבן הודו כנהוג, מערבית: הרה''ג ר' דוד בר''מ עקשטיין שליט''א, ביי ואמונה כל זאת האט מען געזינגען כנהוג, דער רבי איז צוגעגאנגען צום עמוד צו ספירה ציילן נאכ'ן דאווענען איז מען אריבערגעגאנגן זאגן גוט יו''ט, מען האט געענדיגט דאווענען 9:15.
ארום 12:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בביהמ''ד הגדול, הגבהת הכוס לקידוש: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י.
במשך דעם טיש האט מען מאריך געווען בשירה ובזמרה לכבוד יום טוב, מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ. נאך די זמירות האט רבינו שליט''א געהייסן מען זאל ממשיך זיין זינגען לכבוד היום.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אז ישיר משה ובני ישראל', און געטייטשט אז ווען די אידן זענען אריין אין ים דעמאלטס זענען זיי געווארן קודש, כי עם קדוש אתה לה' אלוקיך, און עס איז נפקע געווארן די שיעבוד פון די מצריים, יעצט שביעי של פסח חזר'ט זיך עס איבער, עס ווערן נפקע אלע שיעבודים פון אידישע קינדער סיי בגשמיות און סיי ברוחניות, חירות פון די יצר הרע, עס קומט אראפ א שפע קודש פון הימל מיט אלעם גוטן.
נאך די תורה ארום 1:30 האט מען געזינגען בבקעך ים סוף, און רבינו שליט''א האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן די שירה בדביקות ובהתלהבות אש, ואתו עמו דער ריזן ציבור האלפים א לענגערע צייט.
ברכהמ''ז: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. מען האט געענדיגט 1:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
פרייטאגכ"ג ניסן תשפ"ג4/14/2023
מודעהמודעהמודעהמודעהווידיאו
קומם קהל עדת מי מנה!
מעמד נעילת החג מוצאי יו"ט פסח בצל הקודש, במעמד אלפי ישראל בביהמ"ד הגדול בקרית יואל.
חסל סידור פסח כהלכתו ככל משפטו וחוקתו כאשר זכינו לסדר אותו כן נזכה לעשותו