בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday5 Iyar 57834/26/2023

Report
דינסטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' אלטר ברוך גפן הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
לבן הנולד אצל ר' יואל ברנ"צ אפענהיים הי"ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג', בביהמ"ד ראדאשיץ אויף די פרילענד גאס בקר''י, ביים אנקומען האט זיך דער רבי אומגעקוקט אויפן גאנצן שטח פונעם בנין הישיבה.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה''ג ר' הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ בית מדרשינו בית מנחם צבי (וומסב"ג).
ב"ר חיים ווייס הי"ו.
ב"ר יואל ברי"מ טייטלבוים הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס מיטן רב הביהמ"ד הר"ר יחזקאל גליקמאן שליט"א בעל אכסניא של תורה, ווי מען האט ארומגערעדט איבער די הרחבת גבולי הקדושה אין די ארומיגע געגענטער.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 8:45 ביז אום 1 אזייגער אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו''פ תלמידי כתה ט' במוסדותינו הק' בוומסב''ג וועלכע האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' בימי הפורים העעל''ט, דער רבי האט פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר אלע בחורים און א מתנה א זילבערנע בעכער פאר די בחורים וועלכע האבן אריינגעברענגט העכער טויזענט דאלער.

אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' גרשון האפפער הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם ל"ג בעומר בבית מדרשינו אויף סאוט אכט, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:10, און דערנאך ווײטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday4 Iyar 57834/25/2023

Report
מאנטאג אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אהרן בעק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר נחמן קליין הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס ארום 8:00 איז רבינו שליט''א אנגעקומען באולם שע"י ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען א 'מעמד הכנה ומסיבת לחיים' לקראת הנסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע בראשות הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, און עס האט אויפגעטרעטן הר"ר הערשל קאהן שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק בדברי הכנה צו א נסיעה צו די קברי צדיקים וואס גדולים צדיקים במיתתן יותר מבחייהן, און די פחד וואס כאפט אן ווען מען טראכט אריין ווער די צדיקים זענען געווען, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע משתתפים, דערנאך זענען אלע משתתפים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש, מען האט געענדיגט ארום 8:30.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאלן בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מענדל אפענהיים הי"ו - ר' יקותיאל שמשון גפן הי"ו.

רבינו שליט''א האט געדאווענט מעריב ארום 10:20, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday3 Iyar 57834/24/2023

Report
זונטאג פרשת אח"ק 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מרדכי לייב לאנדא הי"ו.
ב"ר שמואל משה עהרנפעלד הי"ו.
ב"ר אברהם קליין הי"ו.
ב"ר משה שמואל רובינפעלד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אזוי אויך האט רבינו שליט''א אריינגערופן דער מנהל הישיבה הרה''ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט''א און געהייסן איבערגעבן הוראות קדשו פאר אלע אנ''ש אז דעם קומענדיגע מיטוואך ביום המר והנמהר ה' אייר זאל משנה זיין דעם סדר אמירת תהלים נאכן דאווענען, דינסטאג זאל מען זאגן פון קי''א ביז קי''ט און מיטוואך זאל מען זאגן קאפיטל קי''ט, כדי מ'זאל נישט זאגן מיטוואך ביי די טעגליכע פרקי תהילים די קאפיטלעך פון הלל.

פארמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
הרב ר' יודא בער טעלער שליט"א (וומסב''ג) - ר' ישראל שווארטץ הי"ו.
ר' ליפא פאלקאוויטש הי"ו - ר' נפתלי חיים פריעד הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים פון זקינו הרה''ק הרבי ר' אלימלך זיע''א, און איבער דעם פארלאפענעם יו"ט פסח אין קאנאדע ווי עס איז נישט געווען קיין לעקטער די ערשטע טעג, אזוי אויך האדמו''ר מטאהש שליט"א האט ארומגערעדט בשבח פון די הייליגע שטאט קרית יואל, און האט שטארק מחזק געווען רבינו שליט"א צו שטיין ווייטער על המשמר לרומם קרן קדושת העיר, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים ומאציל געווען מברכות קדשו, און ארויסבאגלייט ביז צו די גאס.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:00 בביתו נאוה קודש.

אין די שפעטע נאכט שעות האט זיך רבינו שליט"א פארבינדן טעלעפאניש מיט הנהלת מוסדותינו הק' אין ירושלים עיה"ק צו הערן א דעטאלענדע באריכט פונעם סדר התלמוד תורה אינעם נייעם צייטווייליגן מקום ווי די ת"ת האט זיך ענדליך אריינגעצויגן אין זיך מסדר געווען נאך די ביטערע שריפה ה"י בבניני המוסדות דעם פארלאפענעם חודש אדר, דער רבי האט אויסגעפרעגט אלע פרטים, מחזק געווען די הנהלה אין זייער עבודת הקודש און מאציל געווען מברכת קדשו להגדיל תורה ולהאדירה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת תזו''מ ר''ח אייר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

פרייטאג צונאכטס ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ח ר' עמרם אקער הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 9:50, דער עולם איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכדו הרב יואל ט"ב שליט"א בן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, מנוחה ושמחה: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'לא נתקררה דעתו של איוב עד שראה פרשת אשה כי תזריע' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.

קה אכסוף: הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האב רבינו שליט''א דערציילט פון הגה"ק רבי שמעלקא מ'ניקלשבורג זיע''א, און פון הגה"ק החכם צבי זיע''א, וואס די יארצייטן זענען געווען שב"ק א' אייר.

קה רבון עלם: הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו (וומסב''ג), די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יעקב חיים מאשקאוויטש הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 1:20.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הר"ר יוחנן העניך טייטלבוים שליט"א (ירושלים), דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו שחרית, און צו חזרת הש"ץ צוגעשיקט הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און צו הלל איז דער רבי צוגעגאנגעןַ

הוצאה והכנסה: נכדי רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א חתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און הרב יואל ט"ב שליט"א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א.

עליות. כהן: ר' ארי' כ"ץ הי"ו - דער רבי האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת בתו למז''ט, לוי: ר' דוד יצחק ברי"ב ווערצבערגער הי"ו, שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, רביעי: הרה"ח ר' ירמי' בוכינגער הי"ו (וומסב''ג), חמישי: הרה"ח ר' ישראל גאלדבערגער הי"ו, שישי: רבינו שליט''א.

נאכן עולה זײן האט דער רבי האט געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל:
ר' שלמה ברח"י ווערצבערגער הי"ו (וומסב''ג).
ר' עמרם אקער הי"ו.
ר' יואל ברי''מ בלייך הי"ו.
ר' אהרן זאלדאן הי"ו.
ר' ברוך יצחק ווערטהיימער הי"ו.

שביעי: הרה"ח ר' אברהם בראך הי"ו (וומסב''ג). אחרון: הרה"ג ר' נתן דוב שווארטץ שליט"א מו"ץ. הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' יוסף משה געלבשטיין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' הערשל ווערטהיימער הי"ו (מאנסי).
מפטיר קריאת ר''ח: הרה"ח ר' ליפא גראס הי"ו. הגבה ספר שני: הרה"ח ר' קלמן ווייס הי"ו (מאנטרעאל). גלילה: הרה"ח ר' וואלף מאיר ווייס הי"ו (וומסב''ג).

רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לכבוד שבת ר"ח. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' מנלי שעהר הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די ברית'ן.
לבן הנולד אצל ר' יואל אלי' נידערמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
לבן הנולד אצל ר' יונתן בנימין קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
מען האט געענדיגט ארום 1:25.
נאכמיטאג ארום 7:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום פרק פארלערנען, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ב' משנה ט' 'צאו וראו איזו דרך ישרה שידבק בה האדם' און געטייטשט בדברי דרוש ואגדה ומוסר.
'רבי אליעזר אומר עין טובה', אויף 7 אופנים, מען זאל קיקן אויף יעדע זאך ווי עס ליגט באהאלטן די כח פונעם אייבערשטען, דורך די ע' פון קרי''ש איז מען מבטל די עין רעה פון די חיצונים, דורך מרבה זיין בגשמיות ווערט אפגעשוואכט די כח הרוחני, תורה איז תבלין קעגן די יצר הרע נאר אז מען היט זיך די אויגן, אזוי האבן די צדיקים א כח מהפך צו זיין מות רעב צו מעות רב, עין ה' דאס איז השגחת הבורא, אויסער די סגולות פון הסתכלות אויף א צדיק דורך דעים וואס א צדיק קוקט איז עס משפיע קדושה.
'רבי יהושע אומר חבר טוב' אויף 4 אופנים, דורך אהבת חברים ווערט נתעורר שם הוי''ה און איז משפיע רחמים, דורך תשובה ברבים ווערט נתהפך די זדונות פאר זכיות, דורך מצרף זיין די מצוות פון כלל ישראל ווערט באשאפן א גאנצע מלאך, דורך טוען מצוות על דעת צדיקים קען מען מקיים זיין די מצוות בשלימות.
'רבי יוסי אומר שכן טוב' אין גלות דארף טאקע זיין אבלו בלבו אבער צהלתו בפניו.
'רבי שמעון אומר הרואה את הנולד' אויף 3 אופנים, מען זאל מטיב זיין די מעשים נישט דארפן נאכאמאל מגולגל ווערן, יעצט בזמן הגלות דארף מען שוין ארויסקוקן אויף די ליכטיגע צייט וואס וועט קומען אויף כלל ישראל, צדיקים דערקענען די מעשים אויפן פנים פונעם מענטש.
'רבי אלעזר אומר לב טוב' די עיקר עבודה פונעם מענטש איז די רצון אין הארץ, מען זאל אויסניצן די ל''ב ימים פון די ימי הספירה בעבודת ה' כראוי.
מען האט געענדיגט ארום 8:00, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:15. מנחה: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו (ב"פ), הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אשר ישעי' פייערשטיין הי"ו, כהן: הרה"ג ר' לייבוש וויינפעלד שליט"א, לוי: הרה"ח ר' ישראל אברהם שפירא הי"ו (שיכון סקווירא), שלישי: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראס הי"ו (וומסב''ג)

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'זאת תהיה תורת המצורע' און געטייטשט אז דורך זיין דבוק במדות האמת קען מען צוקומען צו תשובה שלימה, און אפילו דורך א קבלה בלב איז שוין הקב''ה משפיע אלעס גוטס, בפרט יעצט נאך פסח ווען מען האט געגעסן מצה וואס איז מרומז אויף אמת און מען האט מבער געווען דעם חמץ וואס איז שקר.

ידיד נפש: הרה"ח ר' שמואל דוד מארקאוויטש הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק: הרה''ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:35.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday30 Nissan 57834/21/2023

Report
פרייטאג פרשת תזו"מ א' דר''ח אייר

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב ישראל אלימלך ווייס הי''ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל, דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען האט עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריבער באולם שע"י ביתו נאוה קודש אויף איהעל קט., און אפגעראכטן א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט די צענדליגער בחורים פון חבורת 'ותלמודו בידו' פון די סניפי ישיבות קטנות בקר''י, וועלכע האבן זיך פארהערט אויף הונדערטער בלעטער גמרא בליעה"ר.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני ר"ח ודביקת התורה, עס האט אויפגעטרעטן הר''ר אלכסנדר בר"ש לאנדא שליט"א מנהל החבורה איבער די צילן פון די חבורה, און ארויסגעברענגט די זכיה פון די בחורים צו פראווען א סעודת ר"ח אינאיינעם מיט רבינו שליט"א, מיט ברכו נפשו האט דער רבי מכבד געווען הר''ר אלכסנדר לאנדא שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק אינעם מדרש די וואך 'אחור וקדם צרתנו' און ארויסגעברענגט דאס חשיבות פון איבער'חזר'ן אלטע לימודים און אוועקגעבן די פרייע צייט אויף לימוד התורה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען דעם פטרון החבורה הרבני הנגיד הנכבד ר' יצחק שווארץ הי"ו (וומסב''ג). מען האט געענדיגט ארום 2:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10 און מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר אברהם שלמה כהנא הי"ו.
ב"ר יואל ברמ"ד ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארמיטאג איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

אין די מיטאג שעה'ן האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מבקר חולה געווען גיסו האדמו"ר מבעלזא שליט"א, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויפ'ן מצב הבריאות און מאציל געווען מברכתו לרפואה שלימה וגמורה.

נאכמיטאג ארום 7:45 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס האט זיך דער רבי משתתף געווען ביי די שמחת הבר מצוה פון בן הרה"ח ר' יואל ברמ"ד ווידער הי"ו אין די זאלן פון עטרת פ"ז, דער רבי האט אויסגעהערט דעם בר מצוה בחור זאגן דעם פשעטיל, און דערנאך געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויך אוהעל קט.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א אסיפת מנהלים פון די עלטערע כתות פון כתה ו' און ארויף פון אלע סניפים במוסדות קרית יואל, און בעפארברייטונג צום גרויסן כינוס ואטהר ואתקדש נגע פגעי טעכנעלאגיע קומענדיגן זונטאג אח''ק.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יעקב קלעפנער הי"ו (וומסב''ג) - ר' משה יצחק ראזענפעלד הי''ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' וואלף ברי"ש פייערשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
ב"ר יצחק אייזיק לעבאוויטש הי"ו.
ב"ר שלמה זעלקא מויזקאפף הי"ו.

נאכן דאווענען זענען אריין בקו''פ בחדרו הפרטי תלמידי ישיבת עטרת תורה פון פלעטבוש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער בביהמ"ד אור החיים ווי עס איז פארגעקומען די ברית לבן הנולד אצל ר' יואל ברש"ד מארקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה.

פון דארט, ארום 12:30, איז דער רבי אריבער אויף ברכות אילנות אין הויף פון הרה"ח ר' אברהם לייב בראך הי"ו לרפו"ש, דערנאך איז דער רבי אריין אין שטוב געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקו'''פ איז געווען פון ארום 8:30 ביז 11:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 10:15, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' מאיר אפעלדארפער ע"ה.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די סעודת ראש חודש באולם שע''י ביתו נאוה קודש, אינאיינעם מיט צענדליגער בחורים פון חבורת 'ותלמודו בידו' פון די סניפי ישיבות קטנות בקר''י, וועלכע האבן זיך פארהערט אויף הונדערטער בלעטער גמרא בליעה"ר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Thursday29 Nissan 57834/20/2023

Photos · 4
סעודת הילולא של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א בקרב קהלתינו הק' בקענווי איילענד, ביומדהל''ק כ"ו ניסן.
נואם הכבוד: הגה''צ ר' אברהם חיים גאלדמאן שליט''א רב דביהמ''ד עבודת התפילה, דבר ההילולא: נכד רבינו הרב אלעזר ט''ב שליט''א בן הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
סעודת הילולא של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א בקרב קהלתינו הק' במאנטשעסטער יצ''ו, ביומדהל''ק כ"ו ניסן, בראשות הגה''צ אבד''ק קהלתינו מאנטשעסטער שליט''א.
נואם הכבוד: נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
סעודת הילולא של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א בקרב קהלתינו הק' בבית שמש יצ''ו, ביומדהל''ק כ"ו ניסן.
נואם הכבוד: הרה''ג ר' נטע מאשקאוויטש שליט''א מנה"ר ישיבתינו הק' מבצר התורה וומסב"ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
סעודת הילולא של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א בקרב קהלתינו הק' בבני ברק יצ''ו, ביומדהל''ק כ"ו ניסן, אינאיינעם מיט א סיום מס' נדרים במסגרת חבורת יסודי התורה.
נואם הכבוד הגאון הגדול ר' יושע כהן שליט''א מח''ס כרם מנחם, דבר ההילולא נכד רבינו הרב מאיר אליעזר מייזליש שליט''א בן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת תזריע-מצורע שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
מצות נגע צרעת, טומאתה וטהרתה בזמן הזה
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 תזריע מצורע חו''ל (1)13.3 MB

Wednesday28 Nissan 57834/19/2023

Tuesday27 Nissan 57834/18/2023

Report
מאנטאג תזו"מ כ"ו ניסן יומדהל''ק של רביה''ק בעל ברך משה זיע''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי הישיבות. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר חנוך אבעלעס הי"ו.

רבינו שליט''א האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה בהשתפכות הנפש און געזאגט די קדישים לרגל די יומדהל''ק, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק', מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברי הכנה לפני עלי' לציון, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'אחור וקדם צרתנו' און געטייטשט במשנת בעל ההילולא, און דערנאך ארומגערעדט איבער שיקן בחורים קיין ארץ ישראל, וואס די פראבלעם הייבט זיך נאך אן ביים אוועק שיקן אין ישיבה קטנה, און דערמאנט דעם גזירות החינוך און געוואונטשן שלא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, און מסיים געווען בברכות לרוב.

נאכן מסיבת לחיים ארום 12:15 איז רבינו שליט"א ארויף פוקד זיין דעם ציון הק' ברב עם.
ביים אנקומען אין ביה''ח האט דער רבי געמאכט די ברכה מחיה המתים, דער רבי איז אריין אין אוהל הק' און געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה לעכט, דער רבי האט געזאגט די תפלה 'שלום עליך' פון מרן הישמח משה זיע''א בהתעוררות רב, און דערנאך פארגעזאגט די פרקי תהילים פון צ' ביז ק''ז כנהוג, און דעם יהי"ר און קדיש, און דערנאך געלערענט משניות און געזאגט קדיש דרבנן. דער רבי האט געליינט די קוויטלעך ביים ציון המציונת בשעת דער ציבור האט געזינגען ניגוני התעוררות וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פון רביה''ק בעל ההילולא זיע''א, דערנאך האט זיך דער רבי שליט"א משתטח געווען אויף ציון הק' פאר א לענגערע צייט און געפועלט אלעס גוטס לנו ולכל ישראל. מען האט געענדיגט ארום 1:15.

נאכמיטאג ארום 7:30 האט רבינו שליט"א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא.

ארום 8:20 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען בביהמ"ד הגדול צום ערשה''ט וסעודת הילולא, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, און דערנאך געמאכט דעם סיום אויף ששה סדרי משנה און א סיום הש"ס וועלכע איז געלערנט געווארן דורך אנ''ש צו די יומדהל''ק און געזאגט קדיש.
נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן לחיים פארן גאנצן ציבור 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'. במשך דעם גאנצן טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פון רביה''ק בעל ההילולא זיע''א. מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"ג ר' ברוך ווייס שליט"א.
דערנאך האט רבינו שליט"א משמיע געווען דברות קודש במשנתו פונעם בעל הילולא, און דערנאך ארומגערעדט זכרונו הטוב און דרכו בקודש אין עבודת ה' בג' עמודי עולם, זיין התמדת און הרבצת התורה לתלמידים, זיינע הייסע ווארימע תפילות און זיסע פייערדיגע דרשות, ער איז געווען דער אביהן ורבן של ישראל בכל ענינים, געפויעלט ישועות פאר אידישע קינדער, און א אב הרחמן ללבות נשברות, א תל תלפיות שהכל פונים אליו אבער ומשה היה עניו מאד מיט א געוואלדיגע ענוה יתירה, זיין מלחמת ה' ובפרט בטומאת הציונות, מרחיב געווען גבולי הקדושה בכמות ובאיכות, עס ליגט א חוב צו געדענקען זײנע מעשים און טוהן אלעס וואס ער האט אונז געלערנט.

דערנאך האט דער רבי ארומגערעדט באריכות איבער דעם עיר עוז לנו 'קרית יואל' רבתי עם יצ"ו, די שאיפת קדשו ומשאת נפשו פונעם מייסד העיר רביה''ק בעל דברי יואל זיע"א צו גרינדען דעם ישוב קרית יואל מחוץ לעיר מיט א ציהל פון הן עם לבדד ישכון זיין אפגעשיידט פון די גויאישע גאס און אויך פון די אידישע גאס וואס האבן אנדערע מיינונגען און אנדערע מנהגים ובפרט מיט השקפה בעניני ציונית, עס זאלן וואױנען דארט דוקא אנשי שלומו תלמידיו סרים למשמעתו בכל מכל כל, ער האט א נאמען געגעבן די שטאט קרית יואל לשמו ולכרו, שמו חתם עליו און זיין זכות איז מגין אויף דעם ישוב און איז אויך א סגולה מרחיק צו זיין פרעמדע זאלן נישט וועלן קומען וואוינען דא, דער כח הקדושה האט נישט קיין גבול יעדער וואס וואוינט אין די אלע געגענטער ארום קר''י וואוינט אין קרית יואל, עס ליגט א פליכט זיך אויפצופירן ווי א תושב קר''י לויט אלע הוראות פונעם מייסד קר''י רביה''ק זיע''א, און ווער ס'וויל נישט וואוינען אין קר''י זאל נישט קומען וואוינען אין די גלילות אויך נישט, אלעס איז קרית יואל.
דער רבי האט דערקלערט מיט שארפע און קלארע ווערטער אז אלע געגענטער ווי קרית יואל פארשפרייט זיך זענען א חלק פון קר''י און סיי וועלכע געגענט דאהי איז נישט ווי אן אנדערע שטאט און אוודאי דארף מען זיין עומד על המשמר נישט איינצופירן סיי וועלכע מנהג און אייגענע הוראות קעגן דעת ורצון קדשו פונעם מייסד העיר, דער רבי האט קלאר ארויסגעברענגט אז דער פעטער רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א האט געגרינדעט דעם אידישן ישוב קר''י אבער האט נישט געגרינדעט די ווילידזש אוו קר''י, קרית יואל איז נישט מוגבל אויף די ווילידזש גרעניצן נאר אלעס ארום איז קרית יואל, והיה מחנינו קדוש, דער זכות פונעם פעטער ז''ל וועט מגין זיין אויף אלע תושבים די אלטע און די נייע, ומכלל הן אתה שומע לאו אן אזהרה חמורה פאר די פורצי גדר, איך וויל זיי ווארענען הזהרו בגחלתו שלא תכבה, דאס איז א געפערליכע זאך דער פעטער ז''ל איז א גרויסע בעל קפדן, ער וועט זיי נישט מוחל זיין.
דער רבי האט געבעטן אנ''ש תושבי הגלילות זאלן אנרופן די שטחים מיטן נאמען קרית יואל, 'אמירה לגבוה כמסירה להדיוט' און דורכדעם וועט שורה זיין א שפע קודש אויף די אלע פלעצער, און איז מעורר זכותו הגדול מיט א שמירה מעולה.

בסוף דבריו האט דער רבי דערמאנט דעם קשר אמיץ וחזק וואס דער טאטע רביה''ק הבעל הילולא זיע''א האט געהאט צו קר''י, און איבער דעם כולל עצי חיים וואס ער האט מייסד געווען לשמו ולזכרו פון אביו מרן העצי חיים זיע''א, און שטייט היינט בנשיאות אחיו הרה''צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט"א וואס איז נושא בעול מיט א נאמנות און א מסירות, און מען דארף זעהן ארויסצוהעלפן מיט וואס מקען. און מסיים געווען בברכת לרוב פארן גאנצן ציבור.

מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען אחיו הגה"צ אב''ד קהלתינו ב''פ 15 שליט''א.

נאך די סעודת הילולא האט רבינו שליט"א געדאווענט מעריב בחדר אברהם יודא, און איז צוגעגאנגען צו ספירה צום עמוד. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת תזו"מ 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מאיר משה שפיטצער הי"ו.
ב"ר שלום יצחק שעהר הי"ו.
ב"ר יעקב בערגער הי"ו.
ב"ר שמעון ישראל שטיינמעץ הי"ו.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה''ק בעל דברי חיים זיע''א.

נאכן דאווענען זענען אריין בקו'''פ בחדרו הפרטי א קבוצה בחורים מתלמידי המתיבתא סניף ויואל משה מקבל זיין ברכת הקודש לקראת די נסיעה די וואך למקומות הקדושים קיין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און מאציל געווען מברכות קדשו.

דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים ברוב עם אין 'חדר אברהם יהודא' בביהמ''ד הגדול לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הק' מרן בעל דברי חיים זיע''א, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 12:20.

נאכמיטאג ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:45 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 9:45, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון אביו רביה"ק בעל ברך משה זיע''א.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן) - ר' יואל בר"י יאקאב הי"ו.
ר' אביש אקער הי"ו - ר' הערשל בראדער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו האט אפגעקויפט א זכות פון א חדר שינה אינעם נייעם בנין הכנסת אורחים בעיר האבות סיגוט יע"א, דער רבי האט גע'חתמ'ט די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און מאציל געווען מברכות קדשו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
יומדהל''ק של רביה''ק בעל ברך משה זיע"א כ"ו ניסן, בצל הקודש פון בנו הגדול מ''מ ומ''ד בקודש כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - סעודת הילולא רבתי בביהמ''ד הגדול בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days