בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Tuesday3 Sivan 57835/23/2023

Photos · 10
דינער השנתי 'עלי עשור' און חגיגת יובל העשור פון התייסדות מוסדותינו הק' אין מאנסי בראשות נשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
אינהאלטסרייכע מעמד 'שלום העיר סעמינאר' פארגעקומען דעם זונטאג נשא א' פאר אברכי אנ''ש בקרב קהלתינו הק' בלאנדאן יצ"ו, וועלכע ווילן זיך ארויסציען קיין קענווי איילענד צוליב דעם שווערן דירות קריזיס אין לאנדאן. צוגעשטעלט דורכ'ן 'וועד לעניני דיור' שע''י התאחדות אברכים דקהלתינו הק' בקענווי איילענד יצ''ו.

צווישן אנדערע האבן אויפגעטרעטן הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א, און הרה''ח ר' יושע לייב לעווי הי''ו ממייסדי קהלתינו ומוסדותינו הק' אינעם נייעם בליענדן שטאט לינדען ניו דזשערסי, בנושא: דער סוד פון הצלחה אינעם נייעם ישוב לינדען.

אין אן איבערראשענדען שריט האט הרבני הנגיד ר' אליעזר לעוו הי''ו געמאלדן אז ער איז מנדב דעם נייעם בנין ביהמ''ד דקהלתינו הק' וואס וועט בקרוב געבויעט ווערן אין קענווי איילענד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת נשא א' 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה בר"מ פאלקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יצחק טאבאק הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, אוו נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט א בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אזוי אויך זענען אריין די גבאי קופת חתנים מקבל זיין ברכת קדשו לקראת די בעפארשטייענדע 'מצוה טאנץ' ראפעל קאמפיין לטובת הקופה נאך יו"ט שבועות הבעל"ט, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר די גבאים.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

שפעט נאכמיטאג איז פארגעקומען א אסיפה בביתו נאוה קודש פון רבינו שליט''א מיט הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל אינאיינעם מיט די חברי וועד העירובין שע"י בית הוראה בקר"י, איבער די פארענדיגטע עירוב און די תחומין פון עיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ''ו אין אירע אלע ווינקלען.
דער רבי איז איבערגעגאנגען די פריש פארענדיגטע עירוב מאפע, און מען האט אויסגעשמועסט די פילע דעטאלן וואס די עירובי תחומין און עירובי חצרות נעמט אריין, און פארשידענע שאלות וואס מאכן זיך יעדע שטיק צייט, און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו שלא יצא מכשול מתחת ידינו, אזוי אויך האט מען אויסגעשמועסט פארשידענע שאלות בהלכות בשר וחלב אוו איבער בעטי-קראקערס, וואס זענען לעצטענס אויפגעברענגט געווארן אינעם בית הוראה, און דער רבי מיטן הגה''צ הדומ''ץ שליט"א האבן אינאיינעם אויסגעארבעט די מהלכים לכאן ולכאן.
נאך די אסיפה אום 8:20 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דער רבי האט זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין מאנסי מפאר זיין ביים דינער השנתי 'עלי עשור' און חגיגת יובל העשור פון התייסדות מוסדותינו הק' אין מאנסי, וועלכע שטייט שוין היינט מיט אריבער 2,000 קינדער בליעה''ר לשם ולתפארת, די דינער איז פארגעקומען אויף א רייכע פארנעם אין די זאלן פון וואלי טעררעס.
ביים אנקומען האט רבינו שליט''א געדאווענט מעריב אין א זייטיגע שטיבל, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ"ל.

ארום 9:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אינעם זאל און זיך באגריסט מיט רבני קהלתינו הק', דער יו"ר הרה"ח ר' נחמן ליווי הי"ו האט ממשיך געווען מיט זיין דרשה און האט אויסגערופן די נדיבים בעם וואס האבן זיך משתתף מיט גרעסערע סכומים פארן דינער, דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' יעקב יצחק אבערלענדער הי"ו וועלכע האט איבערגעגעבן די פינאנציעלע מצב פון מוסדותינו הק' און ארויסגעברענגט די הרחבת גבולי הקדושה ווען מען האט נארוואס באנייט דעם בנין הבית רחל המפואר 'בנין ניישטאדט' און מען האפט בקרוב צו פארענדיגן דעם גיגאנטישער בנין התלמוד תורה 'בנין גאלדשטיין' און צו די זעלבע צייט גרייט מען זיך שוין צו בויען נאך צוויי בנינים אדירים פאר די בית רחל.
דערנאך זענען געווארן פארגעזינגען חרוזים לכבוד המעמד דורך ילדי מוסדותינו הק', א שפאציר אין די צען יאר פון קיום המוסדות, דערנאך האט הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א אויפגעטרעטן מיטן דבר המעמד.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון מחזיקי תורה און ארומגערעדט בשבח פון קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי זאגענדיג אז יעדע מאל מען קומט קיין מאנסי דערקענט מען נישט דאס פלאץ וואס ס'ווערט בעסער און גרעסער בכמות ובאיכות. און דערנאך ארומגערעדט איבער דעם סדר הלימוד פון צוויי שעה פארן דאווענען דעם צווייטן טאג שבועות פארגאנגענעם יאר בבתי מדרשינו איבער די וועלט, און מען זאל עס ממשיך זיין ביתר שאת ועוז, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח פון אנ''ש וואס פאלגן אויס די תקנות וואס מען האט מתקן געווען איבער די כלים הטמאים, און מעורר געווען איבער די מלבושים פון די קינדער, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 11:00.

נאכן דינער איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור גומלין ביי מחותנו הגה"צ רבי משה ראזנער שליט"א אבד"ק טערצאל, לרגל די שמחת הכנס"ת וואס ער האט נעכטן אריינגעגעבן בבית מדרשו, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער מנהגים פון הכנס"ת און איבער הרה''ק הקרן לדוד זצ"ל וואס איז נעכטן געווען די יארצייט, דער טערצאל'ע רב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

ארום 11:45 האט רבינו שליט''א פארלאזט זיין שטוב אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף ביקור גומלין ביי הגה"צ רבי משה ראזנער שליט"א אבד"ק טערצאל, נאכן דינער אין מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מיט הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל אינאיינעם מיט די חברי וועד העירובין שע"י בית הוראה בקר"י, איבער די פארענדיגטע עירוב און די תחומין פון עיר הגדולה לאלוקים עיר עוז לנו קרית יואל יצ''ו אין אירע אלע ווינקלען, אזוי אויך האט מען דן געווען א שאלה איבער בעטי-קראקערס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday2 Sivan 57835/22/2023

Photos · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד 'קביעת מזוזה ומסיבת לחיים' פארן מבצר האדיר תלמוד תורה 'בנין קליין' במוסדות קרית יואל צוגעשטעלט פאר די בוני הבית וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך צו אהנשליסן מיטן סכום פון 1,800 דאלער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת נכדו למז''ט.
בן לנכדו הרב חיים יעקב רוקח שליט''א
בן הגה''צ אב''ד אהל משה מאנסי שליט''א
חתן הגה''צ רב דביהמ''ד ישמח משה שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
אסיפה פון הנהלת קהלתינו הק' בבית כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א, מיט'ן מייסטער אריכטעקט הרה"ח ר' אהרן עסטרייכער הי"ו פון ארה"ק, איבער די יעצטיגע פלענער העומדים על הפרק להרחבת גבולי הקדושה בבנין ביהמ"ד הגדול אין קרית יואל, דאס צו פארדאפלן בעז"ה לויטן איצטיגן גרויסן פארלאנג, פאר די רבבות אלפי ישראל הבאים להסתופף בצל הקודש בכל עת וזמן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת נשא א' ר"ח סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר משה ברוך בענדיט ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר עמרם הכהן קאהן הי"ו.
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגן צו אמירת הלל און ביים ליינען עולה געווען רביעי, און נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארמיטאג איז פארגעקומען די רייכע גראנדיעזן מעמד 'פת שחרית וסעודת ראש חודש' פאר די 1,500 בוני הבית וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך צו אהנשליסן מיטן סכום פון 1,800 דאלער, בהקמת מבצר האדיר תלמוד תורה החדש 'בנין קליין' במוסדות קרית יואל.
אום 10:00 אינדערפרי האט זיך געעפענט די טויערן פונעם בנין המפואר ווי עס איז פארגעקומען אויף א רייכע פארנעם די סעודת ראש חודש אין די פראכטפול 'גינת קליין' זאלן, אויך איז געווען א געלעגנהייט פאר אלע נדבנים בוני הבנין ארומצוגיין באזוכן דעם גאנצן בנין האדיר.

ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מבצר האדיר צום 'מעמד קביעת מזוזה ומסיבת לחיים', ביים אנקומען האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג, און איז דערנאך אריין אין די הערליכע שמחה זאלן 'גני קליין' אויפן ערשטן שטאק ווי עס איז פארגעקומען די מסיבת לחיים, ביים מעמד זענען אויך געווען די תלמידי כתה ט' סניף הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א וואס זענען פלאצירט אינעם בנין.
מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און הרה"ח ר' שמעון משה קעפעטש הי"ו חבר הנהלת המוסדות האט אויפגעטרעטן מיט פאסיגע דיבורים. דער מנהל הר"ר בנימין בער שליט"א האט איבערגעגעבן פאר רבי'ן א מתנה פון אריבער 2,500 טויזענט שעות רציפות, וואס די בחורים האבן זיך צוגעגרייט במשך די לעצטע וואך צום חנוכת הבית.
רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארים אנגעוואונטשן פארן בונה ומקים הבנין הרבני הנגיד מוה''ר עקיבא הערש קליין הי"ו און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די חשיבות פון מחזיקי התורה ובפרט פון בעלי בתים און אברכים וואס האבן זיך אנגעשטרענגט מיטן געבן די סכום פון 1,800 דאלער און מיט דעם איז מען אנגעקומען צו ריזיגע סכומים, און דער רבי האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע נדבנים הקטנים עם הגדולים.

נאך די מסיבת לחיים איז דער רבי אראפ אויפן אינטערשטן שטאק צו די פראכטפולע חתונה זאל 'גינת קליין', דער רבי האט זיך אומגעקוקט אינעם גאנצן זאל אין באגלייטונג פונעם חשובן נדבן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו און הרה"ח ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו אדמיניסטראטער פון די מוסדות, מ'איז ארום געגאנגן אין די גרויסע קאך און אין אלע שטיבער. מען האט געענדיגט ארום 2:15.

אין די נאכמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש, ראשי והנהלת הקהילה בק''ק קר"י אינאיינעם מיטן מייסטער ארכיטעקט הרה''ח ר' אהרן עסטרייכער הי''ו פון ירושלים עיה''ק, זיי האבן אריבערגעברענגט די פלענער וואס איז נארוואס באשטעטיגט געווארן פון מאסיוו אויסברייטערן און פארדאפלן דעם ביהמ''ד הגדול בקר''י, וועלכע איז שוין אויסגעוואקסן און קען שוין נישט אקאמאדירן דעם ריזן ציבור לאלפים הבאים להסתופף בצל הקודש, דער רבי האט איבערגעקוקט די פלענער פאר א לענגערע צייט און איז איבערגעגאנגן די פילצאליגע דעטאלן וואס די פלענער נעמען אריין, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו אז חפץ ה' בידכם יצליח.

פארנאכטס ארום 8:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 12:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר'''ר יוסף משה גלאנץ שליט''א - ר' אלעזר מערמלשטיין הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול בקר''י קומענדיגן אסרו חג השבועות, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Sunday1 Sivan 57835/21/2023

Report
שב''ק פרשת במדבר מברכים חודש סיון 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א, בקרב קהלתינו הק' בוומסב''ג

פרייטאג צונאכטס ארום 8:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' מאיר האלבערשטאם שליט''א דומ''ץ בבית מדרשינו בנין בראך, מען האט געענדיגט ארום , דער ציבור איז אריבער א לענגערע צייט זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.

ארום 10:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל תהילות יהוסף אינאיינעם מיט די קרוב צו 200 תלמידי שיעור ג' פון די אלע סניפי ישיבות קטנות, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הב' יחזקאל ט''ב בן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, הגבהת הכוס: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנה''ר בישבתינו הק' בלאנדאן.

פאר די פיש האט רבינו שליט''א געזאגט תורה פאר די בחורים אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב''ה תורה לישראל נתקנאו בהן אומת העולם' בחיזוק ללימוד התורה בהתמדה ווען מען לערנט תורה שפירט מען א געוואלדיגע תענוג במילא איז נישטא קיין טענות מודעה, און דערמאנט די סדר הלימוד שבועות אינדערפרי צוויי שעה פארן דאווענען, און געלאדענט די בחורים וסעדו לבכם קומט'ס ענק דערכאפן דאס הארץ בלימוד התורה.

מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען די מנהלי הישיבות: כל מקדש: הגה''צ ר' הערשל אשכנזי שליט''א מנה''ר ישיבה סניף באר התורה, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א מנה''ר בישבתינו הק' בלאנדאן.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די סמיכות פון סוף סדר ויקרא צו התחלת סדר במדבר און געטייטשט מיט א לענגערע דרוש גג על גג, און מפעם לפעם דערמאנט די בחורים מ'זאל צולייגן קאפ כדי צו קענען מיטהאלטן.

קה אכסוף: הרה''ג ר' נתן נטע מאשקאוויטש שליט''א מנה''ר ישיבה סניף מבצר התורה, ברכהמ''ז: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק ר' מאיר מפרעמישלאן זיע''א וואס די יארצייט איז געווען שב''ק כ''ט אייר.

קה רבון עלם: הרה''ג ר' יואל ראזענבערג שליט''א מנה''ר ישיבה סניף נזר התורה, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען די שלום זכר ביי ב''ר דוד פליישמאן הי''ו.
אז ביום השביעי: הרה''ג ר' משה אשר צאהלער שליט''א מנה''ר סניף חכמת התורה. מען האט געענדיגט ארום 1:50.

וביום השבת קודש

שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה''ח ר' יעקב גליק הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען, און צוגעשיקט צו חזרת הש''ץ הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א.

הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' יצחק שווארץ הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' פנחס שלעזינגער שליט''א.

עליות. כהן: הרה''ח ר' שלמה הכהן גליק הי''ו. לוי: הרה''ח בצלאל משה שווארץ הי''ו. שלישי: הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א. רביעי: ר' שלמה זלמן ברא''ה הורוויץ הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. חמישי: ר' שמעון עוזר ווייס הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. שישי: רבינו שליט''א. שביעי: ר' שמואל בר''מ שטערן הי''ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. אחרון: הרה''ח ר' זושא הכהן רובין הי''ו. מפטיר: הר''ר יעקב הכהן גליק הי''ו. הגבה: הרה''ח ר' אברהם הערש הורוויץ הי''ו. גלילה: הרה''ח משולם שרגא יאקאבאוויטש הי''ו (לאנדאן).

רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט מיט גרויס התעוררות.

צו מוסף איז רבינו שליט''א צוגאנגען לרגל די יארצייט פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ"ל וואס פאלט אויס די וואך דינסטאג ג' סיון. פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל ראטטער הי"ו (ירושלים עיה"ק ת"ו). מען האט געענדיגט ארום 12:40.

נאכמיטאג ארום 7:10 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום פרק פארלערנען אין ביהמ''ד הגדול וואס איז געווען איבערגעפילט מיט א ריזן ציבור פון אלפי אנ''ש.
רבינו שליט''א האט זיך געשטעלט אויף פרק ו' משנה ג' 'הלומד מחבירו אפילו אות אחת' און געטייטשט בדברי דרוש ואגדה און אנגעהויבן מיט א טייטש אז אידישע קינדער זענען זוכה אז זייער תורה איז פרו ורבו איין אות קען מען דרש'ענען אויף אסאך אופנים, ווען די אות איז בקדושה וטהרה, און געטייטשט די משנה אויך די סדר הא' ב' פון א' ביז י' מיט 16 אופנים, וואס עס מיינט אין פארשידענע ענינים בהכנה לקבלת התורה, און ממשיך געווען בדברי מוסר איבער קדש עצמך במותר לך, זיין יו''ט שבועות מיט חסיד'ישע אידן, שמירת עינים זיין אפגעהיטן אין די ימי הקיץ, און דערמאנט די סדר הלימוד פאריאר די צווייטע טאג שבועות פארן דאווענען וואס מען זאל ממשיך זיין אויך די יאר. מען האט געענדיגט ארום 8:15.
רעוא דרעווין

צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:40. מנחה הרה''ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי''ו. הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' שלמה זלמן שטיין הי''ו. כהן: הרה''ג ר' יואל הערש קאהן שליט''א, מו''ץ בקהלתינו. לוי: הר"ר ראובן יוסף לעווי שליט''א, שלישי: הרה''ג ר' יואל שטערן שליט''א מנה''ר בת''ת. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הרה''ח ר' דוד ישעי' ווייסמאן הי"ו.

זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' יודא ראזענבערג הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'בשעה שנתן הקב''ה תורה לישראל נתקנאו בהן אומת העולם אמרו מה ראו אלו מה ראו להתקרב יותר מן הכל' און געטייטשט אז די אידן זענען זוכה צו אהבה פון הקב''ה און אפילו מען טיט נאר תשובה מיראה מיט די גאנצע הארץ, איז אים הקב''ה משפיע אהבה במתנה, וויבאלד זיי זענען עוסק בצדקה וחסד, און ממשיך געווען בדברי הכנה ליו''ט שבועות.

ידיד נפש: הרה''ח ר' מנחם גרשון לעבאוויטש הי''ו, קל מסתתר: הרה''ח ר' חיים העללער הי''ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.

מעריב מוצש''ק האט דער רבי געדאווענט פארן עמוד לקראת די הילולא וואס פאלט די וואך פון זקינו הגה"ק מוואלאווע זצ"ל, נאך הבדלה איז מען אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:05.

מוצש''ק בביתו נאוה קודש איז אריין בקו''פ הרבני הנגיד ר' וואלף נוסענצווייג הי''ו מו''ל פון די ספרי חתם סופר מהודרת וואלף נוסענצווייג, ער האט געברענגט פארן רבי'ן א נייעם כתב יד מדברי תורתו פונעם הייליגן חתם סופר, און האט אויך געברענגט פארן רבי'ן די נייע סעט ספרים חתם סופר ליקוטים על המועדים, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 12:15 איז רבינו שליט''א ארויף אויף א באזוך בבית הרבני הנגיד הנכבד מוה''ר ר' יואל לאנדא הי''ו לרגל שמחת ארוסי בתו למז''ט, ווי ער האט אויך באשטייערט א סכום נכבד לטובת דעם בנין החדש 'הכנסת אורחים' אינעם שוהל-הויף, בעיר האבות סיגוט יצ"ו. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פון רבותינו הק' עצי התמרים זיע"א, און פון די צדיקים וקדושים נבג"מ פון וועם דער חתן ציעט זיין שיינעם יחוס, און פארשידענע זכרונות בימי רביה''ק זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר ר' יואל פאר'ן חתן און די מחותנים.

פון דארט ארום 1:15 איז רבינו שליט''א אריבער אויף ניחום אבלים ביי כ"ק האדמורי"ם ורבנים מדעעש שליט"א ע"פ אמם הרבנית ע"ה. ארום 1:35 האט רבינו שליט''א פארלאזט די שטוב אויפ'ן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך נעכטן מוצש''ק אין וומסב''ג בבית הרבני הנגיד הנכבד מוה''ר ר' יואל לאנדא הי''ו לרגל שמחת ארוסי בתו למז''ט, ווי ער האט אויך באשטייערט א סכום נכבד לטובת דעם בנין החדש 'הכנסת אורחים' אינעם שוהל-הויף, בעיר האבות סיגוט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א בניחום אבלים אצל כ"ק האדמורי"ם מדעעש שליט"א ע"פ אמם הרבנית ע"ה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Friday28 Iyar 57835/19/2023

Report
פרייטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף פארקאש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יונה גוטמאן הי"ו.
ב"ר יואל שמואל פאזנער הי"ו.
ב"ר יעקב טעללער הי"ו.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

ארום 1:15 האט זיך רבינו האט ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין וומסב''ג ווי דער רבי וועט וויילן אויף שבת בקרב קהלתינו הק'.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' חיים הערש מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי געלייגט תפילין פארן בר מצוה בחור ב"ר יואל הלוי העללער הי"ו.
ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ד', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך ר' אברהם מאיר הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד הגדול בקר''י, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף אוהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:40 בביתו נאוה קודש.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' אביגדור שלום מייזעלס ע"ה, און ווערט אריינגעגעבן אין ביהמ"ד אהל פיגא בקר''י, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אויך איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

אזוי אויך איז געווען אויף א באזוך הגה"צ רבי משה אהרן רייך שליט"א גאב"ד פשעווארסק וומסב''ג, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ישראל מאיר שפילמאן הי"ו - ר' זלמן לייב שרייבער הי"ו.
ר' שמעון אלעזר ניישטיין הי"ו - ר' יואל מאיער הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת במדבר 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ו פסוק ד'.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:20.

בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' בעריש לעבאוויטש הי"ו (מאנסי), און ווערט אריינגעגעבן בבית מדרשינו הגדול במאנסי, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכת קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל ברי"א לעווי הי"ו - ר' משה אלי' פריעד הי"ו.
ר' משה יודא יואל ווייס הי"ו - ר' יואל ברא"ד קארנבלי הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50 בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days