בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Monday9 Sivan 57835/29/2023

Notice
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים צענטראלן מעמד 'חנוכת הבית' פארן מבצר האדיר בנין הת"ת החדש 'בנין קליין' במוסדות קרית יואל וואס איז פארגעקומען אויף א מלכות'דיגע פארנעם אין די פראכטפולע 'גינת קליין' זאלן, געאייגענט פאר די גדולי נדבני הבנין, אינאיינעם מיטן נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א באטייליגט זיך בשליחת הקודש פון רבינו הגה''ק שליט''א ביים טיש נעילת החג פון כ''ק אדמו''ר מוויזניץ ארה''ק שליט''א, און אויף א באזוך ביי כ''ק אדמו''ר מבעלזא שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
הגה"צ אב"ד סיגוט שליט''א אויף א באזוך ביים פוסק הדור מרא דארעא קדישא כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א, ווי ער האט איבערגעגעבן א פריסת שלום פאר'ן רב שליט''א פון אביו הגדול ידיד נפשו רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
הגה"צ אב''ד סיגוט שליט''א קובע מזוזה בבית מדרשינו החדש והמפואר אין "רמת אברהם" געגנט אין בית שמש יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א באזוכט בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
נעילת החג מוצאי יו''ט שבועות בבית מדרשינו הגדול בשיכון קרית יואל בני ברק בראשות הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א בשליחות הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מבצר האדיר בנין הת"ת החדש 'בנין קליין' במוסדות קרית יואל, צום צענטראלן מעמד 'חנוכת הבית' וואס איז פארגעקומען אויף א מלכות'דיגע פארנעם אין די פראכטפולע 'גינת קליין' זאלן, געאייגענט פאר די גדולי נדבני הבנין, אינאיינעם מיטן נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו.
עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה ר' יחזקאל שרגא געלבשטיין הי"ו חתן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו"ר נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' וואס דער נדבן האט מיטן בויען דעם מבצר אדיר, און אויפגערופן דעם נדבן צו קומען איבערגעבן זיינע הרגשים, דאן האט דער נדבן ר' עקיבא הערש הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי התרגשות לכבוד המעמד און געמאכט א ברכת שהחיינו בשם ומלכות לרגל די חנוכת הבנין, דערנאך האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט אנכאפענדיג דעם חשוב'ן נדבן, דערנאך האט דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה פון קרית יואל פון מחנך זיין אזא גרויסע בנין ווי עס לערנען קרוב צו 2000 תשב''ר, ובשבח פונעם נדבן וואס האט זוכה געווען צו בויען דעם בנין, און געזאגט אז די חנוכת הבית דא איז א התחלה צו א צווייטע בנין, עוד ידו נטיה פונעם חשובן נדבן צו בויען א בנין גדול נאך א גרעסערע בנין פאר חינוך הבנות און האט מנדב געווען 10 מיליאן דאלאר פארן בנין החדש בנין בית רחל.

דערביי האט דער רבי דערציילט א מעשה ביי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א ווען צוויי בעלי דינים וואס האבן געהאט א סכסוך און זענען אריין צום רבי'ן דערוועגן, אנקומענדיג האבן זיי מחליט געווען צו געבן די געלט פאר צדקה פארן רבי'ן, האט נאכאמאל אויסגעבראכן א סכסוך צווישן זיי וועמענ'ס מצוה און זכות דאס איז, האט רביה''ק ברוב חכמתו זיך אנגערופן די משנה זאגט מצוה גוררת מצוה, איך וועל זעהן ווער עס איז מוסיף אויף דעם געלט וועל איך וויסן אז די מצוה איז זיינס.

לענינינו האט דער רבי ממשיך געווען, אונז זענען דא ביי א חנוכת הבית ר' עקיבא הערש האט זוכה געווען צו אזא גרויסע מצוה מיז דאך זיין עפעס א מצוה פון פריער וואס די מצוה איז גוררת מצוה, האט דער רבי געזאגט דאס אז ר' עקיבא הערש האט אויפגעבויעט הונדערטער דירות אינעם שכונת ויואל משה, און טראץ וואס ער האט שוין געמאכט די קאנטראקטן מיט די קונים מיט אפאר יאר צוריק, און די פרייזן פון קאנסטראקשן איז שוין היבש געשטיגן, האט ער זיך געהאלטן מיט'ן ארגינעל פרייז, און איבערגעגעבן די דירות אהן צי בעטן אפילו איין פעני מער, דאס איז די מצוה גוררת מצוה, אין זכות פון די מצוה שבין אדם לחבירו האט ער זוכה געווען מנדב צו זיין די צוויי בנינים אדירים פאר חינוך הבנים והבנות, און דערביי אויפגעפאדערט אלע אנדערע בונים און דעוועלאפער'ס אז 'ממנו ילמדו וכן יעשו' לטובת הכלל!!!.

דער רבי האט מסיים געווען בברכת לרוב פאר אלע נדבנים, קודם ר' עקיבא הערש וואס האט א חלק בראש און פון די אנדערע גרויסע שותפים וואס האבן געקויפט זכותים אדירים אינעם בנין.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן הבנין, און די גרעסערע נדבני הבנין זענען אריבער און דער רבי האט יעדעם פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן און פארטיילט שיריים.

דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 9:30, אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריבער בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב חיים יעקב רוקח שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן בעל שמחה און די גאנצע משפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת נשא אסרו חג שבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די פאלגענדע בר מצוה בחורים.
בן הרה''ג ר' יואל וויינבערגער שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג.
ב"ר אהרן דוב הלוי געטטער הי"ו (ב''פ).
ב"ר חיים צבי הירש הי"ו.
ב"ר ישראל מאיר רובין הי"ו.
ב"ר יוסף בנימין ווידער הי"ו.
ב"ר יואל אשר אנטשיל הורוויץ הי"ו.
ב"ר שרגא פייש הערצאג הי"ו.
ב"ר שלמה יודא פריעדמאן הי"ו.

נאכן דאווענען זענען אריין זיך געזעגענען בחדרו הפרטי טייל געסט פון אויסלאנד וואס האבן געוויילט אויף יו''ט בצל הקודש, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בהיכל הביהמ''ד.

נאכמיטאג ארום 6:15 האט רבינו שליט''א געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד הגדול צו די חגיגת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' פישל פארקאש הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און געטאנצן ריקודי קודש א לענגערע צייט, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכת קדשו פאר'ן נדבן און די בני המשפחה.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה''ג ר' דוד ליכטענשטיין שליט"א - ר' משה יקותיאל שווארץ הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
Video
ויהי בימי קציר חטים

אין די יעצטיגע מינוטן אום 1 מיטאג כחצות היום (ארטיגע זייגער) הייבט'זיך אהן דער יערליכער ווייץ שניט ביי די מהודר'דיגע ווייץ בעיר אריזאונע - מקום שאין גשמים מצויין - לטובת רבבות אנשי קהלתינו הק', על חג הפסח שנת תשפ"ד הבעל"ט.

כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א האט אראפגעשיקט הג"ר הערש לייב בערנשטיין שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית מנחם צבי שע"י קהלתינו הק' אין וומסב"ג, און הג"ר יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד דינוב אין קרית יואל, וועלכע זענען עומד על המשמר שוין פון סוף ווינטער משעת זריעה, אז זיי זאלן מפקח זיין אויפן שטח בשעת דעם גאנצן סדר הקצירה ביז נאכן פארפאקן און אפשיקן קיין ניו יארק.

מיט זיי איז מיטגעפארן הג"ר יצחק יעקב כייעם שליט"א, און די ממונים ר' הערש יוסף לעווי, און ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו מטעם בית אופה דקרית יואל, און ר' ברוך יודא שפיצער הי"ו מטעם בית אופה דקהלתינו אין וומסב"ג.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל שב''ק - ליל ב' דשבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 8:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד, מנחה: הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט''א ראה''כ וומסב''ג, קבלת שבת ומערבית: הרה''ג ר' אברהם לייב ליכטמאן שליט''א.

מען האט געענדיגט דאווענען ארום 10:00 דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת גוט יום טוב, און דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש.

ארום 12:25 איז דער רבי אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הרב ליפא בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.

במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגונים לכבוד יו''ט.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: נכד רבינו: הרב אשר אנשיל אשכנזי שליט''א (מאנטשעסטער), מנוחה ושמחה: הרב חיים בן הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט אז די אידן אויך מקבל געווען אויך תורה של בעל פה וואס איז א דבר שאין לו קבצה, און דורך דעם ווייזט מען אז די אידן האבן א דין בנים למקום.

קה אכסוף: הרב יואל הורוויץ בן הגה''צ אבד''ק מאנטשעסטער שליט''א, ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב דוד טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א.

עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פונעם בעל שם טוב הקדוש זיע''א וואס די יארצייט געפאלט יו''ט שבועות.

קה רבון עלם: הרב הלל בן הגה''צ ר' אברהם מאיר האלבערשטאם שליט''א, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט''א (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 2:30.

שב''ק יום שני של שבועות

אינדערפרי אום 8:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול זיך משתתף זיין ביים מעמד הנשגב 'הדר קבלוה' לימוד התורה ברבים, דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי עוסק זיין בתורה מיט א חברותא נכדו הב' חיים יחזקאל שרגא בן הגה"צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט"א, אום 9:20 איז דער רבי ארום געגאנגן אין אלע סניפים פון ביהמ"ד אהנגעהויבן הינטן ביים היכל התורה, און דערנאך אינעם גיגאנטישן היכל ביהמ"ד, און זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט ברוב קורת רוח אויף די טויזענטער לומדים זקנים עם נערים, ומה נהדר היה המראה ווי דער רבן של ישראל גייט ארום צווישן די טויזענטער לומדים אין א בחינה פון וירד משה מן ההר אל העם, דער רבי איז דערנאך צוריק אריין לחדרו הפרטי און ממשיך געווען די לימודים מיט נכדו החביב ני"ו, דערנאך ארום 10:15 איז דער רבי ווידער ארויסגעקומען און אדורך שפאצירט נאכאמאל אינעם גאנצן היכל ביהמ"ד.

דער רבי איז אריינגעקומען צום דאווענען ארום 10:55. ברכות: הרה"ג ר' בנימין ליכטנשטיין שליט''א (וומסב''ג), פסוקי דזמרה: הרה"ג ר' זלמן לייב מייזליש שליט"א מו"ץ בקהלתינו ב"פ, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צום עמוד צו שחרית, וכמעשיהו ביום ראשון כך מעשיהו ביום שני בהתעוררות עצימה, צו חזרת הש''ץ האט דער רבי צוגעשיקט הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א, און דערנאך צוריק צוגאנגען צו הלל בהתלהבות אש.
נאכן שיר של יום האט מען געזאגט מגילת רות.

הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' מנחם זאב שטערן שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה''ג ר' ישראל בער שטיין שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א רב דביהמ"ד דברי חיים.

עליות כהן: הרה"ח ר' יצחק זאב הכהן פילאפף הי''ו (וומסב''ג), לוי: הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א, שלישי: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, רביעי: הרה''ח ר' אברהם מאיר איצקאוויטש הי''ו, חמישי: החתן ב''ר משה סימאן הי''ו - באווארפן, שישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי ר' הירצקא גראס הי''ו.

שביעי: החתן ב''ר מנחם זאב מקובצקי הי''ו - באווארפן, אחרון: החתן בן הרה''ג ר' דוד ליכטנשטיין שליט''א - באווארפן, הגבה ספר ראשון: הרה"ח ר' אביגדור פרענקל הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' שלום מאיר קעסטענבוים הי''ו.

מפטיר: הרה"ח ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי''ו (לאנדאן), הגבה ספר שני: הרה"ח ר' אהרן הערש מיטטעלמאן הי''ו (ב''פ), גלילה: הרה"ח ר' יעקב לאנדא הי''ו (ב"פ). נאכן ליינען האט מען געזאגט יזכור.

מוסף: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. פתיחה צו אנעים זמירות: הרב חיים מייזליש בן הגה''צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד לר' עמרם נתן רובינשטיין הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 3:10.
ביים מיטאג טיש בביתו נאווה קודש האט דער רבי מכבד געווען מיט ברוך ה': נכד רבינו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט''א: ברוך קל עליון: נכד רבינו הרב שלום יחזקאל שרגא רובין שליט''א, חתני הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א, אתה נגלית: הרה''ח ר' משה פאלאקאוויטש הי''ו.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אז שבועות איז דער זמן וואס מען איז מקריב דעם נפש פארן אייבערשטען און מען ווערט א ברי' חדשה.

ברכהמ''ז נכדו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א.

נאכמיטאג ארום 8:25 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו מנחה ושל''ש, מנחה: הר''ר יואל בר"ע הירש הי''ו, הוצאה והכנסה: הר''ר חיים הערש דאווידאוויטש שליט''א (ירושלים), כהן: הגה''צ ר' יחזקאל גלאנץ שליט''א מבארדיוב וומסב''ג, לוי: הרה''ח ר' שלמה קלאגסברוין הי''ו, שלישי: הרה''ח ר' שאול פריעדמאן הי''ו (ב''פ), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה''ח ר' רפאל פערלמוטער הי''ו (מאנסי).

נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן פלאץ צו של''ש ונעילת החג.
רבינו שליט''א האט געליינט די כתובה.
מיט די זמירות האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הר''ר חיים הערש דאווידאוויטש שליט''א, שיר המעלות: הרב נפתלי הורוויץ שליט''א (לאנדאן), ידיד נפש: הרב נתן דוד אשכנזי שליט''א מסטאניסלאוו מאנסי, קל מסתתר: הרב מנשה אייכנשטיין שליט''א (לאנדאן).
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס.

דערנאך האט מען מאריך געווען בשירה וזמרה ניגוני יו"ט שבועות און ניגוני מתיקות התורה.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש אויף א מייק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט אז פון מתן תורה איז א ראיה אז די אידן האבן א דין בנים למקום במילא האבן נישט די מלאכים א טענה פון תנה הודך על השמים, דעם כח איז שוין נשרש געווארן פון די אבות הקדושים און בזכות זה איז הקב''ה משפיע פאר אידישע קינדער מתחת ידו הרחבה ומלאה, און מסיים געווען בברכות לרוב מהשפעות החג הקדוש.

נאך די דב''ק האט מען ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה, און ביים זיך אויפשטעלן האט דער רבי געוואונטשן א גוטע וואך און א געזונטע זומער.

מעריב מוצאי יו''ט: הרה''ח ר' שלמה קלאגסברוין הי''ו, און נאך מעריב האט דער רבי געמאכט הבדלה, און געוואונטשן בכללית א גוטע וואך.

נאך א קורצע צייט איז רבינו שליט''א ארויסגעקומען פארענט פון ביהמ"ד הגדול צו קידוש לבנה ומעמד ברכות הקודש בשירה וזמרה בתוף ומחול, במקהלות רבבות אלפי ישראל אנשים נשים וטף, נאך קידוש לבנה האט מען געזינגן ניגוני שמחה און דער ציבור לאלפים האבן געטאנצן בהתרוממות הנפש, רבינו שליט''א האט משמיע געווען ברכת הקודש און נאכגעזאגט פונעם חתם סופר פשט אינעם פסוק ועתה אם שמוע תשמע בקולי, ועתה מיינט אפילו אין די היינטיגע צייטן וואס דאס איז די נסיונות הזמן אלעס אוועקצומאכן מיט געדאנק פון זאגן אז היינטיגע צייטן איז אנדערש, און מען דארף איינהאלטן אלע קבלות טובות וואס מ'האט זיך דעם יו"ט מקבל געווען בתורה ומצוות און מען דארף זיך פירן בהדרגה און האלטן די הייזער הייליג און ערליך מיטן ערליכן לבוש, און געוואונטשן ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 11:30.

בביתו נאווה קודש זענען אריין בקודש פנימה בחורי אנ''ש תושבי מאנטרעאל דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און אנגעוואונטשן.

ויו''ט היה עושה בצאתו בשלום מן הקודש

וחסידים ואנשי מעשה האבן ממשיך געווען א לענגערע צייט מיט רקודין של שמחה פארענט פון ביהמ"ד הגדול נישט קענעדיג זיך געזעגענען פון די געהויבענעם יו''ט, און מען האפט צו באשעפער מען זאל מיטנעמען די השפעות טובות בגשמיות וברוחניות

אשרי עין ראתה כל אלה, אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
ליל א' דשבועות 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ערב יו''ט פארן זמן האט דער רבי געמאכט א עירוב תבשילין און אנגעצינדן א יזכור ליכט.

ארום 8:50 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, מערבית: הרה''ג ר' יוסף דוד לעווי שליט''א.

מען האט געענדיגט ארום 10:00 דער ציבור איז אריבער זאגן גוט יו''ט און די געסט האבן שלום גענומען גאר א לאנגע צייט. דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט עוסק געווען אינעם תיקון הלילה כנהוג, ביז צום טיש.

ארום 1:40 איז דער רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בביהמ"ד הגדול. הגבהת הכוס לקידוש: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א.

במשך דעם טיש האט מען מאריך בנגוני התעוררות ותפילה לכבוד קבלת התורה, ווי דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערן בתפילה לאל חי.

מיט אהבה רבה האט רבינו שליט"א מכבד געווען: הרה''ג ר' אברהם שלמה כ''ץ שליט''א מרבני קהלתינו בבני ברק. מיטן פיוט מערבית האט דער רבי מכבד געווען: הגה"צ ר' מענדל ווערצבערגער שליט''א דומ''ץ קהלתינו מאנטרעאל,און מען האט געזינגען דעם 'והאר עינינו' פאר א לענגערע צייט מיט גרויס התעוררות.

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ומשה עלה אל אלוקים' און געטייטשט אז די אידן האבן זוכה געווען בשעת מתן תורה צו באקומען א הרגשה פון מתיקות התורה וואס איז א כח וואס אברהם אבינו האט אויסגעפויעלט אויפן הר המוריה, ביז היינט ווען אידן קומען זיך צוזאם אויף יו''ט שבועות קומט מיט דעם כח און אויף דעם איז מען מתפלל והערב נא ה' אלוקינו, אז מען שפירט דעם אמת'ן טעם אין די תורה הקדושה איז נישטא קיין שום התרשלות.

ברכהמ''ז: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א. מען האט געענדיגט דעם טיש אום 3:40. פארן עלות איז דער רבי געגאנגען אין מקוה, און דערנאך אהיים געגאנגן לביתו נאוה קודש.
יום ראשון של שבועות

אינדערפרי איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו שחרית ארום 10:50.

ברכות: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט''א. פסוקי דזמרה: הגה''צ דומ''ץ קהלתינו בירושלים שליט''א, צו שחרית יוצר והלל איז דער רבי צוגעגאנגען, ביי אהבה רבה האט מען כנהוג געזינגען דעם ניגון פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימונוב זי"ע מיט גרויס התעוררות בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות. נאך שחרית איז דער רבי ארויס אויף א קורצע זמן.

הוצאה והכנסה: הרה''ג ר' בנציון לאוב שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, און הרה''ג ר' יוסף משה שטויבער שליט''א מו''ץ בק''ק קר''י, פסוקי שמע ישראל: הגה''צ ר' יואל האלבערשטאם שליט''א רב בית מדרשינו בית שמואל בקרית יואל יצ"ו.

מען האט אויסגערופן דעם כהן הרה''ג ר' בערל גלאנץ שליט''א מבארדיוב קר''י, און דער רבי האט פארגעזאגט דעם אקדמות בקול חוצב להבות אש בהתרגשות ובגעגועין, און דאן געליינט די קריאה בהתעוררות רב.

לוי: הרה"ח ר' חיים לעווי הי''ו (וויען), שלישי: הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, רביעי: הרה''ח ר' אהרן וועלץ הי''ו (ב''פ), חמישי: רבינו שליט"א.

נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה:
ר' יעקב סאאל הי''ו.
ר' שמעון ישראל ברש''ז כהנא הי''ו.
ר' אברהם אלי' פרידריך הי''ו.
ר' שמעון דוד קאהן הי''ו.
ר' אלטר אינדיג הי''ו.

הגבה ספר ראשון: הגה"ח ר' מרדכי געלבער הי''ו (ירושלים), גלילה: הרה''ח ר' אברהם יצחק יודא הכהן קאהן הי''ו (וומסב"ג).

מפטיר: הרה"ח ר' אשר לעוו הי''ו (לאנדאן), הגבה ספר שני: ר' ארי ווייס הי''ו (וומסב''ג), גלילה: הרה"ח ר' משה ישעי' ווערצבערגער הי''ו (מאנטרעאל). דער רבי האט געזאגט די הפטורה שטייענדיג.

מוסף: הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' שמואל ברא"ז לעוו הי''ו (לאנדאן).

נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום קרעפל טיש אויפן ארון הקודש, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען פון די מזונות און די פיש, דערנאך האט מען אויפגעגעבן די מילכיגע קרעפלעך כנהוג, און דער רבי האט דערנאך געטרינקען א קאווע.

רבינו שליט''א האט פארגעליינט די תנאים בין ישראל לאביהם שבשמים, און מען האט געזינגען ניגוני יו"ט.

דאן האט דער רבי אהנגעהויבן זאגן דעם פשעטיל בריתחא דאורייתא ובשמחת התורה אין די סוגיא פון מתוך שהותרה לצורך. מען האט געענדיגט ארום 4:00.

ביים מיטאג טיש בביתו נאוה קודש האט רבינו שליט''א מכבד געווען מיטן פיוט פון אהבה רבה נכדו הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א

רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויחן שם ישראל נגד ההר' און געטייטשט אז מיטן כח פון יעקב אבינו וואס האט משפיע געווען יראה פאר אידישע קינדער עס זאל זיין יראתו קודמת לחכמתו האט מען זוכה געווען צו מתן תורה.
ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט''א חתן הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א.

יו''ט נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן דעם שטריימל פאר די חתנים:
החתן יואל בן הרה''ג ר' דוד ליכטנשטיין שליט''א.
החתן חיים ב''ר משה סימאן הי''ו.

שפעטער פארנאכט'ס איז רבינו שליט''א געגאנגען אין מקוה לכבוד שב''ק.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
יו''ט שבועות תשפ''ג 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א

הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!!

במקהלות ברכו אלוקים, מיט א שבח והודאה צום הייליגן באשעפער אשר נתן לנו תורת אמת, מיט א פרישע קבלת התורה ועתה אם שמוע תשמע בקולי, ויחן שם ישראל נגד ההר כאיש אחד בלב אחד אריבער א רבבה מישראל כ"י בליעה"ר תחת קורת גג אחד, א קיבוץ גלויות פון אנשי שלומינו די בכל אתר ואתר, און האבן זוכה געווען אז וירד משה מן ההר אל העם די הייליגע תפילות און טישן און צו הערן דברות קודש מלהבות אש, הקהל לי את העם אשר ילמדון דעם צווייטן טאג יו''ט בלימוד התורה ברבים, סדורא בהן קדושתא זיך אנגעזאפט תורה וקדושה, און מען האפט צום אייבערשטען עס זאל זיך האלטן אויף שטענדיג לנו ולזרעינו, און מיט א תפילה צום בוכ''ע מען זאל האבן געפויעלט אלעס גוטס, וימים על ימי מלך תוסיף רבינו שליט''א זאל אונז משפיע זיין נאך לאנגע געזונטע יארן צו זוכה זיין לשאוב ממעיין טהור, ולחסות בצל תומר מתוך בריות גופא ונהורא מעליא עדי נזכה לביאת הגואל במהרה

דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא
איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך צו קענען אראפלייגן מיט ווערטער די רגשי הלב פונעם פייערליכן יום טוב בצל הקודש. דא וועלען מיר בלויז איבערגעבן דברים כהוויתן סדר הימים הנעלים והקדושים העעל"ט, ויותר ממה שקראנו לפניכם כתוב כאן.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Sunday8 Sivan 57835/28/2023

News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

לרגל הולדת נכדו למז''ט.
בן לנכדו הרב משה מייזליש שליט''א
בן הגה''צ אב''ד לימנוב שליט''א
חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א.

לרגל הולדת נכדו למז''ט.
בן לנכדו הרב אברהם יהושע העשיל רוקח שליט''א
בן הגה''צ אבד''ק קארוב שליט''א
חתן הגה''צ רב דקהל עצי חיים סיגוט שליט''א.

שישו ושמחו בשמחת רבינו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
הֲדָרָא דְּלָא אֶפְשַׁר לְמִפְרַט בשפְוָתָא!!

דְּיוֹ אִלּוּ יַמֵּי וְכָל מֵי כְנִישׁוּתָא, דָּיְרֵי אַרְעָא סָפְרֵי וְרָשְׁמֵי רַשְׁוָתָא
איז נאך אלץ שווער און כמעט אוממעגליך אז אפאר בילדער זאלן קענען רעפלעקטירן דעם מהות און התרוממות פון אזא געהויבענעם יום טוב שבועות העעל"ט בעיר עוז לנו קרית יואל בצל הקודש פון רבינו הגה"ק שליט"א.
בלויז די וואס זענען געווען א טייל פון די היסטאריש-ריזן מספר פון אריבער א רבבה תלמידים וחסידים כ"י בליעה"ר דעם פייערליכן יום טוב, וועלן דאס קענען בכלל פארשטיין און משיג זיין.

זעלבסט פארשטענדליך אז דער טעם און התעוררות פון דעם געהויבענעם יום טוב וועט אויף לאנג געדענקט ווערן, און פארבלייבן איינגעקריצט פון די הערצער פון די מסתופפים בצל הקודש.

עכ"ז כדי להרוות צמאי אנשי שלומינו שיחיו די בכל אתר ואתר, וועלכע האבן נישט געהאט די זכי' להסתופף בצלא דמהימנותא, וועלן מיר ארויסשיקן אפאר בילדער וואס זענען אריינגעקומען צו די מערכת, מיט א גשמיות'דיגן בליק צו פראבירן זעטיגן דאס אויג פון אונזערע ברודער איבער דער גארער וועלט, והרבה יותר ממה שכתו"ב לפניכם קרה כאן.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days