בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

קהילות הקודש

← ווייזט אלעס

פרייטאגי"ג סיון תשפ"ג6/2/2023

מאנטאגט' סיון תשפ"ג5/29/2023

מודעה
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים צענטראלן מעמד 'חנוכת הבית' פארן מבצר האדיר בנין הת"ת החדש 'בנין קליין' במוסדות קרית יואל וואס איז פארגעקומען אויף א מלכות'דיגע פארנעם אין די פראכטפולע 'גינת קליין' זאלן, געאייגענט פאר די גדולי נדבני הבנין, אינאיינעם מיטן נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צום מבצר האדיר בנין הת"ת החדש 'בנין קליין' במוסדות קרית יואל, צום צענטראלן מעמד 'חנוכת הבית' וואס איז פארגעקומען אויף א מלכות'דיגע פארנעם אין די פראכטפולע 'גינת קליין' זאלן, געאייגענט פאר די גדולי נדבני הבנין, אינאיינעם מיטן נדבן הבנין הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי"ו.
עס האט ממשיך געווען מיט די דרשה ר' יחזקאל שרגא געלבשטיין הי"ו חתן הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש הי"ו, דערנאך האט אויפגעטרעטן דער יו"ר נכד רבינו הרב משה מייזליש שליט"א וועלכע האט ארויסגעברענגט די געוואלדיגע זכי' וואס דער נדבן האט מיטן בויען דעם מבצר אדיר, און אויפגערופן דעם נדבן צו קומען איבערגעבן זיינע הרגשים, דאן האט דער נדבן ר' עקיבא הערש הי"ו אויפגעטרעטן מיט דברי התרגשות לכבוד המעמד און געמאכט א ברכת שהחיינו בשם ומלכות לרגל די חנוכת הבנין, דערנאך האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן א לענגערע צייט אנכאפענדיג דעם חשוב'ן נדבן, דערנאך האט דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' מאיר הירש הי"ו אויפגעטרעטן מיטן דבר המוסדות.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק און ארויסגעברענגט די שמחה פון קרית יואל פון מחנך זיין אזא גרויסע בנין ווי עס לערנען קרוב צו 2000 תשב''ר, ובשבח פונעם נדבן וואס האט זוכה געווען צו בויען דעם בנין, און געזאגט אז די חנוכת הבית דא איז א התחלה צו א צווייטע בנין, עוד ידו נטיה פונעם חשובן נדבן צו בויען א בנין גדול נאך א גרעסערע בנין פאר חינוך הבנות און האט מנדב געווען 10 מיליאן דאלאר פארן בנין החדש בנין בית רחל.

דערביי האט דער רבי דערציילט א מעשה ביי רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א ווען צוויי בעלי דינים וואס האבן געהאט א סכסוך און זענען אריין צום רבי'ן דערוועגן, אנקומענדיג האבן זיי מחליט געווען צו געבן די געלט פאר צדקה פארן רבי'ן, האט נאכאמאל אויסגעבראכן א סכסוך צווישן זיי וועמענ'ס מצוה און זכות דאס איז, האט רביה''ק ברוב חכמתו זיך אנגערופן די משנה זאגט מצוה גוררת מצוה, איך וועל זעהן ווער עס איז מוסיף אויף דעם געלט וועל איך וויסן אז די מצוה איז זיינס.

לענינינו האט דער רבי ממשיך געווען, אונז זענען דא ביי א חנוכת הבית ר' עקיבא הערש האט זוכה געווען צו אזא גרויסע מצוה מיז דאך זיין עפעס א מצוה פון פריער וואס די מצוה איז גוררת מצוה, האט דער רבי געזאגט דאס אז ר' עקיבא הערש האט אויפגעבויעט הונדערטער דירות אינעם שכונת ויואל משה, און טראץ וואס ער האט שוין געמאכט די קאנטראקטן מיט די קונים מיט אפאר יאר צוריק, און די פרייזן פון קאנסטראקשן איז שוין היבש געשטיגן, האט ער זיך געהאלטן מיט'ן ארגינעל פרייז, און איבערגעגעבן די דירות אהן צי בעטן אפילו איין פעני מער, דאס איז די מצוה גוררת מצוה, אין זכות פון די מצוה שבין אדם לחבירו האט ער זוכה געווען מנדב צו זיין די צוויי בנינים אדירים פאר חינוך הבנים והבנות, און דערביי אויפגעפאדערט אלע אנדערע בונים און דעוועלאפער'ס אז 'ממנו ילמדו וכן יעשו' לטובת הכלל!!!.

דער רבי האט מסיים געווען בברכת לרוב פאר אלע נדבנים, קודם ר' עקיבא הערש וואס האט א חלק בראש און פון די אנדערע גרויסע שותפים וואס האבן געקויפט זכותים אדירים אינעם בנין.

רבינו שליט''א האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן חשובן נדבן הבנין, און די גרעסערע נדבני הבנין זענען אריבער און דער רבי האט יעדעם פערזענליך ווארעם אנגעוואונטשן און פארטיילט שיריים.

דער רבי האט פארלאזט דעם זאל ארום 9:30, אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.

ארום 11:00 איז רבינו שליט''א אריבער בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב חיים יעקב רוקח שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן בעל שמחה און די גאנצע משפחה, אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגב' סיון תשפ"ג5/22/2023

בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד 'קביעת מזוזה ומסיבת לחיים' פארן מבצר האדיר תלמוד תורה 'בנין קליין' במוסדות קרית יואל צוגעשטעלט פאר די בוני הבית וועלכע האבן געהאט די זכיה זיך צו אהנשליסן מיטן סכום פון 1,800 דאלער.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגכ"ז אייר תשפ"ג5/18/2023

נייעס
נאך די דערהויבענע מעמד הדלקה וריקודי קודש בעיר הגדולה לאלוקים קרית יואל יצ"ו,
זעצן זיך די עסקנים צוזאם צו זעהן וואס מען קען פארשענערן און פארבעסערן בס"ד צום קומענדיגן יאר הבעל"ט
מיר ווארטן צו הערן פון אייך,
דריקט דא:
docs.google.com/forms/d/e/1FAIpQLS…
Google Docs.ל"ג בעומר הדלקה פ"ג, קאמענט אין פידבעק

מאנטאגכ"ד אייר תשפ"ג5/15/2023

מודעה
מודעות מטעם הנהלת קהלתינו הק' לקראת חג השבועות הבעל"ט בצלא דמהימנותא, בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגי"ז אייר תשפ"ג5/8/2023

ווידיאו
לעצטע פיבערהאפטיגע הכנות בעיר עוז לנו קרית יואל יצ"ו, לקראת דעם גיגאנטישן מעמד ההדלקה וריקודי קודש במקהלות רבבות אלפי ישראל היינט ליל ל"ג בעומר הבעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

מאנטאגכ"ו ניסן תשפ"ג4/17/2023

אוידיאו
עיר עוז לנו 'קרית יואל' רבתי עם יצ"ו
שאיפת קדשו ומשאת נפשו של מייסד העיר
רבינו הקדוש בעל דברי יואל זיע"א

מתוך דברות קודש קילורין לעינים של
מרא דאתרא קדישא כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א

אצל סעודת הילולא קדישא של
רביה"ק בעל ברך משה זיע"א
בביהמ"ד הגדול בקרית יואל יצ"ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
🎵 אוידיאו · 29:17⬇ אראפנעמען 26.8 MB

מיטוואךי"ד ניסן תשפ"ג4/5/2023

מודעה
היכל התורה והיכל הכולל החדש במבצר הכוללים בקרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מודעה
מבצר אדיר תלמוד תורה בנין קליין במוסדות קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

זונטאגי"ז כסלו תשפ"ג12/11/2022

נייעס
דינער השנתי 'לנצח' לטובת מוסדות קרית יואל מיט אירע 11,500 קינדער בליעה''ר, אינעם גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום במעמד אלפי תושבי קר''י בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

דאנערשטאגי"ד כסלו תשפ"ג12/8/2022

מודעה
דעם מוצש''ק קומט פאר די גרויסארטיגע יערליכע דינער לנצח לטובת 'מוסדות קרית יואל' מיט אירע 11,500 קינדער בליעה''ר כן ירבו, אין די גיגאנטישער בית רחל אודיטאריום בראשות כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווייזט עלטערע נייעס