כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די שמחת השבע ברכות פון נכד גיסו כ''ק אדמו''ר מסקווירא שליט''א אין שיכון סקווירא.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א ביי די שמחת הכנסת ספר תורה בביהמ"ד נועם אלימלך אויף די חברון גאס, אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר וואלף שעהר הי"ו. ב"ר יו"ט ליפמאן לעווי הי"ו. ב"ר שמואל צבי שפיטצער הי"ו. ב"ר שלמה פנחס שווימער הי"ו. ב"ר שמואל שטיינבערג הי"ו. ב"ר יקותיאל יודא ראובן בראך הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ המשפיע ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב בארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס בתורה וחסידות, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 1:00 מיטאג האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין בארא פארק צו באשיינען די חומש סעודה פון די תלמידי מוסדותינו הק' אין בארא פארק. ארום 2:45 איז דער רבי אנגעקומען אין ביהמ"ד הגדול ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען די הונדערטער עלטערן און זיידעס פון די קינדער צווישן זיי פילע אדמורי"ם ורבנים און רבני קהלתינו, כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א, הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ שליט''א, הגה''צ רב דקהלתינו ב''פ 15 שליט''א, כ"ק אדמו"ר מפאפא ב"פ שליט"א, הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, הגה''צ ר' חיים יעקב טויבער שליט''א דומ''ץ באבוב, און נאך פילע רבני העיר. דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים, און די ילדי התשב"ר האבן ענטפאנגן דעם רבי'ן מיט שיינע חרוזים לכבוד המאורע, דער רבי האט פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער די חתני המאורע, עס האבן אויפגעטרעטן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א א זיידע פון איינע פון די קינד, און דער מנהל המוסדות הרה"ח ר' אהרן וועלץ הי"ו. רבינו שליט''א האט משמיע געווען קורצע דברות קודש לכבוד די חתני המקרא, די געוואלדיגע שמחה פון די יעצטיגע צייט וויבאלד די התחלה איז חצי הכל, און ארויסגעברענגט זיינע הרגשים זאגענדיג אז ער האט אויך דא א אור אייניקל, און מסיים געווען בברכות קדשו פארן גאנצן ציבור. דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די קינדער עלטערן און די זיידעס. מען האט געענדיגט ארום 3:30.
נאך די חומש סעודה איז פארגעקומען אן אסיפה מיט די וועד בעלי בתים לעניני טעכנעלאגיע שע"י מוסדותינו הק', אין חדר סעיקלהעיד בביהמ"ד הגדול, דער רבי האט ארומגערעדט איבער די לעצטיגע אנטוויקלונגען און מחזק געווען אנצוגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש, און פארטיילט א ספר אלץ אות הכרת הטוב פאר די פילע פעלות לטובה פונעם וועד, און מאציל געווען מברכת קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א ביקור חולים באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מקאסוב שליט"א לרפו"ש, עס איז פארפירט געווארן א שיינער שמועס, האדמו"ר מקאסוב שליט"א האט מכבד געווען דעם רבי'ן מיט לחיים און דער רבי האט אים ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו לרפואה שלימה, און האדמו''ר מקאסוב האט ארויסבאגלייט דעם רבי'ן ביז צו די קאר. דערנאך אום 4:15 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג צוריק אהיים קיין קר"י.
נאכמיטאג אום 7:10 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף חברון צום חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל בר"נ גרינפעלד הי"ו (ב''פ) - ר' יואל ברמ"י הירש הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז אום 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:00.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הרב הגאון רבי מרדכי מלכא שליט"א רב ואב"ד דעדת הספרדים בעיר אלעד ת"ו מחבר ספרי ההלכה 'דרך המלך' 'דרכי המלך' ועוד, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו מנהל מוסדותינו הק' בעיר בית שמש ת"ו, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער פארשידענע מנהגים בעניני סת"ם בעדת הספרדים און איבער שיטת רבינו תם, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' דוד ביקעל הי"ו - ר' שמחה ישראל ווייזער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday22 Sivan 57836/11/2023
Photos · 4
הרב הגאון רבי מרדכי מלכא שליט"א רב ואב"ד דעדת הספרדים בעיר אלעד ת"ו, אין באגלייטונג פון הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו מנהל מוסדותינו הק' בעיר בית שמש ת"ו, בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביקור אצל כ''ק אדמו''ר מקאסוב שליט''א אין בארא פארק.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 15
חומש סעודה מיט די הונדערטער תלמידי כיתה א' פון מוסדותינו הק' אין בארא פארק, היינט נאכמיטאג בבית מדרשינו הגדול אין בארא פארק בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א ראש חבורת נחלת יעקב בארה"ק בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש בקר''י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הר''ר יואל בר''ש ווערצבערגער שליט''א, מען האט געענדיגט ארום 10:20, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט''ב בן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א. הגבהת הכוס: הרה"ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי"ו מנהל מוסדותינו הק' בית שמש ת"ו.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: כל מקדש: הרה''ג ר' אברהם שווארץ שליט''א (מרב"ת בבני ברק), מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' מענדל הערש כהנא שליט''א דומ''ץ קארלסבורג (וומסב"ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ויאמר משה לחבב בן רעואל המדיני' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון מקבלים גרים.
קה אכסוף: הרה"ג אברהם עקשטיין שליט''א אב''ד באונעס איירעס, ברכהמ''ז: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה''ק רבי שלמה'לע מונקאטשער זצוק''ל וואס די יארצייט איז געפאלן אים שב''ק כ''א סיון.
קה רבון עלם: הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו. די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א דומ''ץ בקהלתינו אנטווערפן. מען האט געענדיגט ארום 1:20.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:35. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יואל ברי"א שטיין שליט''א, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם חיים פריעדמאן הי''ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ח ר' צבי עקיבה ברייטשטיין הי''ו.
עליות. כהן: הרה''ח ר' מאיר ישכר קאהן הי''ו (וומסב''ג). לוי: הרה''ח ר' משה ווערצבערגער הי''ו (מאנטרעאל). שלישי: החתן ב''ר יעקב יוסף האפמאן הי''ו - באווארפן. רביעי: הרה''ג ר' יוסף הערש סופר שליט''א מו''ץ. חמישי: הרה''ח ר' דוד שמואל גאלדבערגער הי''ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי די פאלגענדע בעלי שמחה. ר' בנציון בר''מ כ''ץ הי''ו. ר' יעקב מרדכי לוי ט''ב הי''ו. ר' מענדל מאיר שווארץ הי''ו.
שביעי: החתן ב''ר מרדכי יודא שווארץ הי''ו. הוספות: החתן ב''ר אברהם עזריאל גוטמאן הי''ו. החתן ב''ר יואל קויפמאן הי''ו. החתן ב''ר משה אליעזר זאלדאן הי''ו. אחרון: הרה''ג ר' מאיר וויינבערגער שליט''א. מפטיר: הרה''ח ר' אברהם שלום לאנדא הי''ו. הגבה: הרה''ח ר' ארי' האפמאן הי''ו (מאנסי). גלילה: הר''ר יואל ברח''י רובין שליט''א.
מוסף: הרה''ח ר' שלום יצחק שעהר הי''ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה''ח ר' אברהם עזריאל גוטמאן הי''ו (מאנסי). מען האט געענדיגט ארום 12:35. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:50. מנחה ר' יעקב משה מיטטעלמאן הי''ו. הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' אברהם שמואל געשטעטנער הי''ו. כהן: הרה''ג ר' מענדל הערש כהנא שליט''א. לוי: הרה''ח ר' שלמה ווערצבערגער הי''ו (משמש וומסב"ג). שלישי: הרה''ג ר' בעריש ראזענבערג הי''ו (וומסב''ג). הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: הר''ר שלום יצחק שעהר שליט''א (אנטווערפן).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'בהעלותך את הנירות' און געטייטשט אז הדלקת המנורה האט משפיע געווען תורה ויראת שמים דורך דעים וואס מען האט זיך איינגעקוקט אין די נירות המנורה הטהורה, דאס קומט ווייזן די כח פון א ראיה של קדושה א צורה פון א צדיק אדער אריינקוקן אין ספרי קודש, און להיפך דער גרויסער פגם פון א ראיה אסורה, דער באשעפער האט באשאפן די אויגן זיך צו באניצען לטוב ולקדושה און אז מען היט זיך די אויגן איז דא א גרויסע שפע.
ידיד נפש: הרה''ח ר' נחום מרדכי וויינבערגער הי''ו (לאנדאן), קל מסתתר: הרה''ח ר' משה ווערצבערגער הי''ו.
פארן בענטשן האט רבינו שליט''א מוסיף געווען אים די תורה אין דערציילט א דבר פלא פון רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א, בשעת'ן באזוכן דעם מיידל קעמפ האט ער ארומשפאצירט כדאי די מיידלעך זאלן זעהן צורת קדשו.
דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות. הגבהת הכוס: החתן זאב ב"ר בערל שטיין הי"ו
מוצש''ק ארום 12:30 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרבני הנגיד ר' יואל עפשטיין הי"ו צו די שמחת השבע ברכות פון בנו החתן, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, צווישן אנדערע איבער דאס וואס ר' יואל הי"ו האט איינגעפירט אין זיין ריזן 'פעביו-וואד קעבינעט' פירמע אז מען טאר נישט אריינברענגען קיין סמארטפאון בשעת די ארבעט, און ארויסגעברענגט די גרויסע פראבלעמען וואס די כלים מאכן אהן אפילו פאר ביזנעס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday20 Sivan 57836/9/2023
Report
פרייטאג ערש''ק בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף דברי חיים בהנהלת הרה''ג שלמה אלימלך שטיין שליט"א, בבנין גאלדשטיין. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שלמה זלמן ווייס הי"ו. ב"ר יואל דאנא הי"ו. ב"ר יעקב הלל ליכטענשטיין הי"ו. ב"ר ראובן מיכאל כיבודי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען קורצע דב"ק אז מען קען נאר קונה זיין תורה אויב האט מען יראת שמים און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' סניף הר"ר יואל האלפערט שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, די קינדער האבן געזינגען א ניגון, און דער רבי האט פארהערט די קינדער און געוואונטשן ברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע גוטמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' נפתלי הערש לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יצחק לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שמחה ישראל אפפעל הי"ו. ב"ר יואל יצחק ווידער הי"ו. ב"ר אברהם שלמה זלמן בערנאטה הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן לחיים איז פארגעקומען א חתימת שטרות ווי הרה"ח ר' יואל יצחק ווידער הי"ו אביו של הבר מצוה בחור, האט געקויפט א כתה בבנין הבית רחל החדש במוסדותינו הק' במאנסי, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און מאציל געווען מברכות קדשו.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ג ר' אברהם מאיר יעקב מויזקאפף ז"ל - הרה''ג ר' ישראל העניך שעהר שליט"א, באולם כינור דוד. ר' בערל שטיין הי"ו - הרה"ח ר' אברהם שמואל געשטעטנער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' מרדכי וועבערמאן הי''ו (מאנטרעאל) - ר' יואל בר"א ראזענבערג הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
נאך די חופות איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ג ר' יוסף שמואל ראטענבערג שליט"א מו"ץ וחבר בביד''צ קר''י, צום מסיבת סיום אויף ד' חלקי שו"ע, אויך האט זיך באטייליגט הגאון האדיר דומ"ץ קרית יואל שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די פעולות פונעם דיין לטובת מפעל 'כי אם לשמוע' צו פארשפרייטן לימוד ספה"ק ויואל משה אין ארה"ק, אזוי אויך האט דער דיין געוויזן פארן רבי'ן אן ארגינאלע בלאט פון ספה"ק 'ויואל משה' ווי עס איז צוגעשריבן הערות פון רביה''ק זיע''א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פארן דיין שליט"א און די גאנצע משפחה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:45 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:45.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך הגה"צ ר' שמואל שמעלקא כהנא שליט"א אב"ד פשעצלוב אנטווערפען, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס און ער האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו 'אותיות שמואל' אויף סופרות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים הר"ר יצחק יקותיאל ביקעל שליט"א - הרה"ג ר' נפתלי הערש קאהן שליט"א מו"ץ בן הגה''צ אבד''ק סענזשארדזש שליט''א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם אנגעוואונטשן פאר די מחותנים און פאר חתן וכלה.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו הגה''ק האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר ליפא ניימאן הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
פארמיטאג זענען אריין בקודש פנימה רבני הכולל 'דברי אש' פון ב"פ ווי דער רבי האט זיי פארהערט הלכות מקואות א לענגערע צייט, און עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס בעניני מקואות מיט די היינטיגע הידורים. דערביי האט דער רבי געלאדענט די רבני הכולל מיטצוקומען פערזענליך צו די מקוה טהרה אין קרית יואל ווי דער רבי איז ארום געגאנגן פאר אריבער א שעה צייט און אנגעוויזן די פילע חומרות והידורים און קלאר געשטעלט אלע שאלות פון די רבני הכולל, דערנאך האט דער רבי ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר די רבני הכולל צו מצליח זיין ווייטער אין נאך מקצועות התורה, און עקסטער ווארעם אנגעווינטשען פארן פטרון הכולל הנגיד ר' בערל בהר"א ווייס הי"ו וואס איז מנדב א ריזן סכום פארן נייעם בנין פון די מקוה טהרה, אויך האט הרה"ח ר' אלעזר ווייס הי"ו פאטער פונעם פטרון הכולל איבערגעגעבן פאר רבינו שליט"א בשליחות פון האדמו"ר מבעלזא שליט''א די נייע ספר 'פרשת מרדכי' פון אביו הרה"ק מ'בולגרייא זצ"ל.
אין די נאכמיטאג שעה'ן האט דער רבי מנחם אבל געווען הרה"ח ר' מאיר לייב עסטרייכער הי"ו ומשפחת ווערטהיימער הנכבדה היושבים ע"פ אשתו/אחותם ע"ה.
דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. הרה''ח ר' משה אליעזר זאלדאן הי"ו (מאנטרעאל) - הר''ר אליעזר זוסיא סופר שליט''א, באולם פון כינור דוד. הרה''ח ר' יואל עפשטיין הי"ו - הרה"ח ר' אברהם משה טויב הי"ו, באולם גינת קליין.
נאך די חופות איז רבינו שליט''א אריבער צום ביהמ"ד הלכה ברורה צו די שמחת השבע ברכות פון החתן בן הרה"ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז''ל רב דביהמ"ד הלכה ברורה בן הרה''ח ר' יושע מענדלאוויטש הי''ו משב''ק, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:00 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' אהרן פרידריך הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שמעון ווייס הי"ו, און ווערט אריינגעגעבן דעם קומענדיגן זונטאג שלח אין ביהמ"ד נועם אלימלך אויף חברון, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו. אזוי אויך איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל שפילמאן הי"ו ובניו לע"נ בנו/אחיהם הב' אלטר רזיאל יודא ע"ה, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:50, און מעריב ארום 11:45 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת בהעלותך שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: ברכת כהנים ונשיאות כפים בזמן הזה (ב) מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן
דינסטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' משה מענדל עסטרייכער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אלימלך ברי"מ לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'.
פארמיטאג איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה ת"ת תפארת אלימלך פון פלעטבוש, דער רבי האט פארהערט די לימודים און מאציל געווען מברכת קדשו.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין די ישיבה.
פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה. ביים אנקומען אין וומסב''ג האט דער רבי מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי"ו - הרה''ח ר' ארי' לייבוש טייטלבוים הי"ו אין די זאלן פון כתר ריזל.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת ר' דוד מרדכי שווארטץ ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה ראשי הקהילה והמוסדות פון דזשערזי סיטי מקבל זיין ברכת הקודש צום מעמד יציקת הבורות וואס קומט פאר קומענדיגן זונטאג פאר די מקוה וואס ווערט געבויעט אינעם נייעם ביהמ"ד הגדול דזשערזי סיטי, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די וואוקס פונעם שטאט און מאציל געווען מברכת קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Report
מאנטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שמואל נפתלי הירצקא גאלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד מהרש"א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור בן הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט"א בן הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און געזאגט די קדישים לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מ'ראצפערט זיע''א, און ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל ט"ז פסוק ח'. נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק ולרגל די שמחת הנחת תפילין פאר נכד הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור פארן דיין שליט"א און אלע בחורים, און דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא א לענגערע צייט.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יואל קויפמאן הי"ו, משמש - הר"ר יואל בר"ש ווערצבערגער שליט"א, באולם כינור דוד. ר' משה יודא שטרויס הי"ו (וומסב''ג) - ר' ליפא ניישטאדט הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס. ר' אברהם יוסף רובינשטיין הי"ו - ר' הערשל יאקאבאוויטש הי"ו, באולם קרן ויואל משה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:30, און פארן דאווענען געצינדן 5 ליכט און געזאגט די קדישים לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מ'ראצפערט זיע''א.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' לייבוש ליכטענשטיין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם מאנטאג שלח אין ביהמ"ד אהל פיגא, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' דוד יודא קאהן הי"ו - ר' ישראל מאיר קאהן הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photo
Tuesday17 Sivan 57836/6/2023
Report
והביאנו לציון עירך ברנה
מיט גרויס פרייד נעמען אויף אנ''ש תלמידי וחסידי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בארצינו הקדושה אז הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א וועט וויילן אויף שב''ק פרשת חוקת (קרח בארה''ב) בקרב אנ''ש בעיה''ק ירושלים, בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
במשך די וואך וועט דער רב שליט''א אפשטאטן באזוכן בקרב קהלתינו ומוסדותינו הק' אין ירושלים, בני ברק, און בית שמש ווי עס וועלן אפגעראכטן ווערן גרויסע מעמדים.
מער פרטים וועט אי''ה נאכגעפאלגט ווערן.
התעוררו התעוררו כי בא אורח
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א איז מסדר קידושין ביי די חתונה פון החתן בן הרה''ח ר' נפתלי הירצקא שטיין הי''ו ממקורבי ונאמני כ''ק רבינו שליט''א, היינט אויפדערנאכט אין די זאלן פון כתר ריזל אין וומסב"ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס🌴▫️
Monday16 Sivan 57836/5/2023
Photos · 4
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זיע''א, ולרגל הנחת תפילין פאר נכד הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א בן לבנו הרה''ג ר' אהרן יקותיאל בערקאוויטש שליט''א. היינט נאך שחרית אין ביהמ''ד 'מהרש''א' בקרית יואל אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת בהעלותך 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אברהם יושע הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד הגדול. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יעקב מרדכי לאנדא הי"ו. בר יואל דוד דרעזדנער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה פון נכד רבינו בן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א בן הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א וחתן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א. רבינו שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות ומוהלות, סנדק מעומד: הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א. ברכות: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א, ויקרא שמו בישראל 'אלעזר' נאכן זיידן הגה"צ מקיוויאשד זצ"ל.
נאכן ברית איז דער ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר'ן רבי'ן, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים פאר די בר מצוה בחורים.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די סעודת ברית מילה בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האבן אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א, די זיידעס הגה"צ אבד''ק קארוב שליט"א, און הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א. מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב דוד טייטלבוים שליט"א, רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און מסיים געווען בברכות קדשו. ברכהמ''ז: האט דער רבי מכבד געווען בנו הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה, מען האט געענדיגט ארום 1:15.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א אין שכונת ויואל משה ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות, אויפן וועג ארויס האט דער רבי זיך נאכגעפרעגט און אומגעקוקט אויף די הרחבת גבולי הקדושה אין די שכונה.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אברהם עזריאל גוטמאן הי"ו (מאנסי) - ר' יואל ברח''י רובין הי"ו, באולם כינור דוד. ר' מרדכי יודא שווארטץ הי"ו - ר' דוד יודא פריעדמאן הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:10 ביז 10:00 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:10.
נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין ביהמ"ד אבני צדק צו די שמחת התנאים בחצרות קדשינו, הכלה בת חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, עב"ג הבה"ח הרב אלחנן חיים שליט"א בן הרה"ג ר' צבי הירש מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א וחתן הגה"צ רבי לייבוש טייטלבוים זצ"ל דומ"ץ קרית ויואל משה. עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים שליט"א, און דער זיידע הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. מען האט געמאכט קבלת קנין, און דער רבי האט מכבד געווען גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א מיט קריאת התנאים, עדי תנאים: הרה"ח ר' שלמה דוד גרינפעלד הי"ו - הרה"ח ר' ישראל ברוך הערשקאוויטש הי"ו, ערב קבלן מצד החתן: הגה''צ ר' משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד בית שמואל בנימין, ערב קבלן מצד הכלה: הר"ר מרדכי הורוויץ שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דב"ק אז דורכ'ן אויפשטעלן א אידישע שטוב ווי מ'איז מצרף דער אלופו של עולם איז מען מהפך פון 'וי צו טוב', און ארומגערעדט איבער די חשיבות פונעם שידוך ווי די חתן כלה זענען ביידע אייניקלעך פון מר אביו רביה"ק זיע''א, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן חתן, די מחותנים, די זיידעס, און גאנצן ציבור.
נאך די דב''ק האט דער רבי געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט ממשיך געווען מיט ניגוני שמחה און דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה און פאר די שוועסטער הרבנית מ'מאנטרעאל תליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00.
ביים אנקומען אהיים לביתו נאוה קודש האט דער רבי געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו הרה''ק רבי שלום אליעזר מ'ראצפערט זיע''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
שמחת התנאים בחצרות קדשינו הכלה נכדת כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בת חדב''נ הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, עב"ג הבה"ח הרב אלחנן חיים שליט"א בן הרה"ג ר' צבי הירש מייזליש שליט''א רב בית מדרשינו בית נחום דוב וומסב''ג, בן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט''א. בביהמ''ד אבני צדק בקרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday15 Sivan 57836/4/2023
Photos · 14
שמחת הברית מילה פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בן הנולד אצל הרב אברהם יושע העשיל רוקח שליט"א חתן הגה"צ רב דקהל עצי חיים סיגוט שליט"א. בביהמ"ד הגדול אין קרית יואל יצ"ו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת נשא 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימל פאר די חתנים: הבה"ח אברהם בן הרה''ג ר' יעקב אלעזר מענדלאוויטש ז''ל. הבה"ח וואלף ב''ר בערל שטיין הי''ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:55 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' אשר מענדל כהנא הי''ו, מען האט געענדיגט ארום 10:30.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען דער אפיעל פאר ישיבה גדולה אין בית שאהן עטה''ק, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחן הטהור בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען: כל מקדש: הרה''ח ר' יעקב פוקס הי''ו, מנוחה ושמחה: הרה''ג ר' אברהם קרויזער שליט''א (בית שמש).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן מדרש 'מהיכן זכו ישראל לברכת כהנים מהר המוריה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא צו עס איז שייך נדרים ביי א גוי.
קה אכסוף: הרה''ח ר' יעקב משה שטערן (ירושלים), ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב יהושע לאבין חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הגה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זיע''א וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג ט''ז סיון.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם וואלף פריעדמאן שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, און עס איז פארגעקומען א שלום זכר ביי ב''ר אברהם יושע גוטמאן הי''ו, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' יצחק טייטלבוים הי''ו. מען האט געענדיגט ארום 1:40.
ליל שב''ק איז פארגעקומען די שמחת הוואכנאכט ביי נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א חתן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, נאכ'ן טיש איז דער בעל שמחה אריבער געקומען בביתו נאוה קודש, דער רבי האט געטרינקן לחיים אויף ביר און מאציל געווען מברכות קדשו.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:30. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' בערל שטיין הי''ו, צו שחרית איז רבינו שליט''א צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ג ר' איתמר טובי' קויפמאן שליט"א, פסוקי שמע ישראל: הרה"ג ר' חיים משה ווייסמאן שליט"א (וומסב''ג).
עליות. כהן: החתן ב''ר שמואל שעהנברוין הי"ו. לוי: הרה''ג ר' יואל בר''ש ווערצבערגער שליט''א. שלישי: חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. רביעי: הרה''ח ר' פישל פארקאש הי''ו. חמישי: נכד רבינו בעל ברית הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי: ר' יודא ברנ''ש שווארץ הי''ו. ר' אביעזר מרדכי שווארץ הי''ו.
שביעי: החתן ב''ר משה יצחק ראזענפעלד הי''ו - באווארפן. הוספות: החתן ב''ר בערל שטיין הי''ו - באווארפן. החתן ב''ר יואל קויפמאן הי''ו - באווארפן. החתן ב''ר משה סימאן הי''ו. אחרון: החתן ב''ר שמעון עוזר ווייס הי''ו. מפטיר: הרה"ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' יודא ראזענפעלד הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' שלמה קאהן הי"ו.
מוסף: הרה''ח ר' שלמה קלאגסברוין הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יעקב אליעזר גראד הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה ביי נכד רבינו הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א. קוואטער: הרב יוסף מייזליש בן הגה''צ אב''ד לימנוב שליט''א. סנדק: רבינו שליט''א, מוהל: אבי הבן הרה''ג ר' משה מייזליש שליט''א.סנדק מעומד: הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א. מיט די איבעריגע כיבודים זענען נתכבד געווארן: הגה''צ רב דביהמ''ד בית ברוך שליט''א. חדב''ן הגה''צ ר' יוסף רוקח שליט''א רב דביהמ''ד קול אליהו. נכדי רבינו הרה''ג ר' חיים הערש אשכנזי שליט''א רב דביהמ''ד רב טוב, הרב זושא ראזנבוים שליט''א, הרב מאיר יודא אשכנזי. הרב פנחס מרדכי מייזליש שליט''א. דער רבי האט געזאגט די ברכות ויקרא שמו בישראל צבי נאכן זיידן דער ווייצענער רב זצ''ל.
נאך עטליכע מינוט איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צו די קידושא רבא לכבוד השמחה, דער רבי האט געמאכט קידוש, און דער בעל שמחה האט אויפגעטרעטן בדברי תורה. מען האט געזינגען ניגוני שמחה, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פארן בעל שמחה די זיידעס און פארן גאנצן ציבור און געזאגט תורה אויף די פרשה פון ברכת כהנים אז כדאי צו קענען זוכה זיין צו ברכת כהנים עס זאל זיין שכינה מדברת מתוך גרונם פון די כהנים איז נאר דורך מצוות מילה. מען האט געענדיגט ארום 1:15. די סעודת ברית מילה איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש, מיט יום ליבשה האט דער רבי מכבד געווען הרב יוסף מייזליש שליט''א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויף די פסוקים פון ברכת כהנים און געטייטשט אז דורך מצוות מילה קען מען דינען דעם אייבערשטן אויך בעניני גשמיות און מען ווערט נישט נתגשם.
ברכהמ''ז: הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א, מיט די הרחמנ'ס: נכד רבינו הרב מנחם שלמה אשכנזי שליט''א.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:50. מנחה הרה''ח ר' עקיבא הירש הי"ו (וומסב''ג), הוצאה והכנסה: הרה''ח ר' עזריאל שווארץ הי''ו (בני ברק), כהן: הרה"ח ר' שמואל שעהנברוין הי"ו (וומסב''ג), לוי: הרה''ג ר' יואל וויינבערגער שליט''א מו''ץ בקהלתינו וומסב''ג, שלישי: הגה''צ ר' משולם נתן שפיגל שליט''א רב דביהמ''ד תפילה למשה קאלושין מאנסי, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' יושע הערש בר''י גליק הי"ו (ב''פ).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה''ח ר' משה גאלדשטיין הי''ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט אויף די פסוקים פון 'ברכת כהנים' און געטייטשט אז דורך די כח פון די אבות הקדושים און מתן תורה האבן די אידן זוכן געווען צו א כח פון מסירת נפש קעגן דעם יצר הרע, עד היום הזה אפילו מיט די שיפלות פונעם דור היינטיגע צייטן איז מען זוכה צו א שמירה אויף די זון און טעכטער.
ידיד נפש: הרה"ג ר' יעקב ווייס שליט"א מרבני קהלתינו מאנסי, קל מסתתר: הגה''צ ר' משולם נתן שפיגל שליט''א, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.