כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די שמחת השבע ברכות אין שטוב פון הרה''ח ר' בערל שטיין הי''ו, אינאיינעם מיט א חתימת שטרות וואס ר' בערל הי''ו האט אפגעקויפט א שער אינעם נייעם היכל בבנין מבצר הכוללים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
הגה''צ ר' בצלאל טובי' וועטנשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנסי בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו, ווי דערביי האט הרה"ג אבד''ק טשענגער שליט''א מבני המשפחה געצייגט פארן רבי'ן די לילקע פון הגה''ק המנוחת אשר מטשענגער זצוק''ל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.
נאכמיטאג איז דער רבי ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
פארנאכטס איז געווען אויף א באזוך בקו'''פ ביי רבינו שליט"א הגה''צ ר' בצלאל טובי' וועטנשטיין שליט"א דומ"ץ בעלזא מאנסי, אין באגלייטונג פון הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ"ץ ביהמ''ד דינוב קר"י, עס האט זיך פארצויגן א שיינער שמועס, דער דיין שליט"א האט געגעבן פארן רבי'ן ספרו שו"ת בצל הטוב און דער רבי האט אים צוריק געגעגעבן ספרו לב אהרן אויף במדבר דרושים ואגדה, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דערנאך איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.
ביים אנקומען אין וומסב''ג ארום 8:45 איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול צו די חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן לע"נ הר''ר שמואל דוד מאשקאוויטש ז"ל מלמד מומחה במוסדותינו הק' רבות בשנים, געשריבן דורך חברי קהלתינו הק', דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און אפגעראכטן די ריקודי קודש א לענגערע צייט און דערנאך האט דער רבי מכבד געווען צו טאנצן הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט"א, און דערנאך פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די עסקנים.
נאך די הכנסת ס''ת איז רבינו שליט''א אריבער בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' ישראל יאקאב הי"ו, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר'ן נדבן הס"ת און די בני המשפחה, צווישן זיי הרה"ג אבד''ק טשענגער שליט''א, וואס האט דערביי געצייגט פארן רבי'ן די לילקע פון הגה''ק המנוחת אשר מטשענגער זצוק''ל. דער רבי האט עס האט גענומען אין די האנט און דאס באטראכט מיט א התרגשות, און דערביי געצייגט דאס וואס ס'איז מקובל פון צדיקים אז א יעדע לילקע איז צוזאמגעשטעלט פון א דומם, צומח, חי, און דער מענטש וואס רויכערט די לילקע איז דער מדבר.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:15 ביז 1:25 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען אן אסיפה בנוגע דאס התייסדות 'ביד"צ לעניני ממונות' שע''י קהלתינו הק' בוומסב''ג, עס זענען אנוועזענד געווען רבני כוללינו ראשי חבורות חושן משפט אינאיינעם מיט די ראשי הכולל, ווי דער רבי האט געגעבן פארשידענע הוראות פאר די 3 חשובע תלמידי חכמים וועלכע וועלן דינען אלץ די חברי הבדי''צ ה''ה, הרה"ג ר' עמרם ראזנער שליט''א בן הגה''צ אבד''ק טערצאל שליט''א ראש חבורת חושן משפט בכוללינו, הרה"ג ר' אברהם אבערלענדער שליט''א מו''ץ בקהילתינו לעניני ממונות, הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט''א מו''ץ בקהילתינו. צווישן אנדערע הוראות האט רבינו שליט''א אנגעגעבן ח''ו נישט זיך מישן אין מחלוקת נאר צו שטיין להורות לבני ישראל ולעשות שלום בין איש לאחיו, און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו די חברי הביד''צ שלא יצא מכשול מתחת ידם.
עס איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה''צ רבי אלכסנדר אשכנזי שליט''א אדמו''ר מאלעסק אינאיינעם מיט בני קהילתו עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און ער האט מכבד געווען דעם רבי'ן אריינצושרייבן א אות אין די ס''ת וואס איז געשריבן געווארן לע''נ אביו כ''ק האדמו''ר מאלעסק זצ''ל, דער רבי האט געשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו און עקסטער אנגעוואונטשן לרגל נישואי בנו למז"ט.
אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' מאיר דוד מאסרי הי"ו און ווערט אריינגעגעבן מארגן מיטוואך אין ביהמ"ד בבית רביה''ק בעל דברי יואל זיע''א אויף 500 בעדפארד, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך איז פארגעקומען א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך ישיבת עסק התורה ראחמיסטריווקא לזכות רבם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א לרפו"ש, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די ישיבה וועלכע איז לאקירט אין סטעטן איילענד און ווארעם אנגעוואונטשן פארן מנהל הישיבה הרה''ג ר' מרדכי פנחס טווערסקי שליט"א נכד האדמו"ר מראחמיסטריווקא שליט"א און פאר די אנוועזנדע ציבור חסידי ראחמיסטריווקא.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' יואל יעקב שעהנברוין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' חיים אלי' לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן המנהל הר"ר חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. ב"ר חיים פעלדמאן הי"ו. ב"ר יואל אלי' גליק הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן ברכות קדשו, און משמיע געווען דברות קודש.
אויפן וועג ארויס איז רבינו שליט''א אראפ צו די אינטערשטע שטאק פונעם בנין ווי עס זענען סטאנציאנירט די באזונדערע סניף פון כתה ג' וועלכע לערנען אויף א אייגענארטיגע סדר הלימוד דער רבי איז אריין אין כתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און אום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.
ארום 7:20 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד אהל פיגא צו די חגיגת הכנסת ספר תורה אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' לייבוש ליכטנשטיין הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און דערנאך מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן.
נאך די הכנסת ספר תורה איז רבינו שליט''א אריבער געפארן קיין שיכון סקווירא צו די שמחת השבע ברכות לנכד גיסו כ''ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי איז אנגעקומען אום 8:15, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר האדמו''ר מסקווירא, דער חתן און מחותנים, און דערנאך זיך ארויסגעלאזט אין א ריקוד מיטן חתן און מחותנים און עקסטער מיט כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א. דער רבי האט פארלאזט שיכון סקווירא אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש בקר''י אום 8:40.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:15 ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל בר"א היילברוין הי"ו - ר' יעקב קליין הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:30 בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
חגיגת הכנסת ספר תורה בבית מדרשינו הגדול בוומסב''ג לע"נ הר''ר שמואל דוד מאשקאוויטש ז"ל, בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photo
Tuesday24 Sivan 57836/13/2023
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א און הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א ביי די סיום ד' חלקי שולחן ערוך בבית הרה''ג ר' יוסף שמואל ראטטענבערג מו"ץ וחבר הביד"צ קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
אסיפת נשים צדקניות בקרב קהלתינו הק' במאנסי יצ''ו בפקודת הקודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת נכדו למז''ט. בן לנכדו הרב חנני' יו''ט ליפא רובין שליט''א בן האדמו''ר מראפשיץ שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.