כ''ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת שלח מברכים חודש תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט רבינו שליט''א אנגעטוהן די שטריימלעך פאר די חתנים. החתן ליפא ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו. החתן שלמה דוד ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו.
פרייטאג צונאכטס ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' יצחק אליקים שווארטץ הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 10:30, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
א קורצע צייט נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' אברהם מאיר דירנפעלד שליט"א, מנה"ר מוסדותינו הק' בית שמש.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' יוסף שמואל בערקאוויטש שליט"א, מו"ץ, מנוחה ושמחה: הרה"ח ר' ישראל הכהן לאנדא הי"ו (וומסב''ג).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'שלח לך אנשים' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון התופס לבעל חוב במקום שחב לאחרים.
קה אכסוף: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א, ברכהמ''ז: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' יהושע העשיל זצ"ל בן הרה"ק הברוך טעם זצ"ל, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג ד' תמוז.
קה רבון עלם: הרה"ג ר' אברהם מאיר דירנפעלד שליט"א, די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' יואל קעללנער שליט"א (מאנטשעסטער). מען האט געענדיגט ארום 1:40.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שלמה רובינשטיין הי"ו, רבינו שליט''א האט האט געזאגט וכרות פסוק בפסוק, און צוגעגאנגען צו תפילת שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעד הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' משה יודא הירש הי"ו.
עליות. כהן: הרה"ח ר' אהרן יוסף שווארטץ הי"ו. לוי: החתן ב"ר יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו - באווארפען. שלישי: החתן ב"ר מיכאל משה ברילל הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר יואל וואלף שווארטץ הי"ו - באווארפען. חמישי: החתן ב"ר יואל פעקעטע הי"ו - באווארפען. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת ביי: ר' הערשל האללענדער הי"ו. ר' מאיר הערש לעווי הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר חיים דוד פריעד הי"ו - באווארפען. הוספות: החתן ב"ר שלום משה עקשטיין הי"ו - באווארפען. החתן ב"ר יואל בר"נ גרינפעלד הי"ו. אחרון: הרה"ח הישיש ר' שלום פעקעטע הי"ו (וומסב''ג). מפטיר: הרה''ג ר' יוסף לייב קאהן שליט"א. הגבה: הרה"ח ר' אברהם הערש קליין הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו.
רבינו שליט''א האט ראש חודש געבענטשט בהתעוררות רב.
מוסף: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' חיים פעקעטע הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אייזיק הערש בר"י שפילמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:45.
נאכמיטאג ארום 7:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ג' משנה ג' רבי שמעון אומר שלשה שאכלו על שלחן אחד ולא אמרו עליו דברי תורה כאלו אכלו מזבחי מתים, אבל שלשה שאכלו על שלחן אחד ואמרו עליו דברי תורה כאלו אכלו משלחנו של מקום, דער רבי האט עס אויסגעטייטשט אויף פילע מהלכים בדרך דרוש אגדה ומוסר, און מעורר געווען אויף פארשידענע ענינים שצריכים תיקון ובתוכם איבער די פירצה פון א מאן פאטאגראפירער ביי די כלה וואס דאס איז נישט אויסגעהאלטן ע"פ תורה און מעורר געווען די עלטערן צו שטיין על המשמר עס זאל נישט פאסירן, און מסיים געווען בדברי ברכה לקראת די ימי הקיץ הבעל"ט און מעורר געווען נישט נאכצולאזן קיין כל שהוא ווען מען פארט אוועק בכשרות המאכלים ובלימוד התורה. מען האט געענדיגט ארום 8:45 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:00. מנחה: הר''ר יעקב יוסף פילאפף הי"ו, כהן: הרה"ח ר' אברהם מתתי' קאהן הי"ו, לוי: הרה"ח ר' אפרים פריעדמאן הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הרה"ח ר' חיים אלעזר שפיטצער הי"ו (וומסב''ג), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' משה דוד וויינגארטן הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'והיה באכלכם מלחם הארץ תרימו תרומה לה' און געטייטשט אז כדאי צו קענען מתפלל זיין דארף מען האבן אפען סיי פתח הפה און סיי פתח הלב דורך עוסק זיין בתורה איז מען זוכה צו יפתח לבינו בתורתו עס זאל זיך עפענען דאס הארץ צום בוכ''ע, פארדעם איז געווען מנהג ישראל צו לערנען פארן דאווענען כדאי עס זאל זיך עפנען די פתחי הלב.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שלום פעקעטע הי"ו, קל מסתתר: הרה"ח ר' חיים עזריאל יאזשעף הי"ו (בני ברק), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' שאול לייב זאלדאן הי"ו, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 11:25.
מוצש''ק זענען אריין בקו'''פ בביתו נאוה קודש א גרופע תלמידי ישיבה פון לעיקוואד וועלכע האבן געוויילט אויף שב''ק בצל הקודש, דער רבי האט זיך נאכגעפרעגט אויף די לימודים און מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרבני הנגיד ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו צו א מסיבת לחיים לרגל נשואי בנו למז"ט, ווען דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות וואס ר' משה יוסף הי''ו האט אפגעקויפט א שער אינעם נייעם היכל בבנין מבצר הכוללים, און מנדב געווען א גרויסע סכום פאר די מקוה טהרה אין קרית יואל, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די דירות מאנגל אין קר"י און פארשידענע פלענער וואס ליגן יעצט אויפן טיש ווי מען האפט בקרוב צו קענען בויען דירות פאר א גאר ביליגן פרייז פון אינטער צוויי הונדערט דאלער א סקווער פיס! - ווי שוין ברייט באריכטעט. דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן און ר' משה יוסף הי"ו האט איבערגעגעבן א גרויס חלק געלט אויפן פלאץ, דער רבי האט ארויסגעברענגט לשבח אז ער גיבט די טשעק אויפן פלאץ און ווארט נישט מזאל אים נאכלויפן פאר די געלט, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן, חתן און מחותנים, און די גאנצע משפחה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
כִּי תִבְנֶה בַּיִת חָדָשׁ!
נעכטן מוצ"ש האט כ"ק רבינו הגה''ק שליט"א באזוכט אין שטוב פון הרה"ח מו"ה משה יוסף ווערטהיימער הי"ו וואו ר' משה יוסף האט אונטערגעשריבן פארן רבי'ן א שטר לרגל די אפקויף פון א גרויסן זכות אינערהאלב די נייע היכל התורה וואס ווערט געבויט אויף א ריזן פרישע שטאק דורכ'ן "מבצר הכוללים" אין קרית יואל. צווישן די שמועסן האט דער רבי דערציילט פאר ר' משה יוסף, אז עטליכע יאר נאכדעם וואס דער רבי האט אים געבעטן צו ברענגען דעטאלן פון דירות פרייזן און בוי קאסטן, קען ער אים יעצט דערציילן אז עס רוקט זיך פאראויס א פלאן פון בויען גאר ביליגע דירות פאר אנ"ש וואס פלאגן זיך צו טרעפן א דירה. דער רבי האט דערציילט אז לעצטע וואך איז אריינגעקומען א אינגערמאן זאגנדיג אז ער האט אראפגעלייגט א דעפאזיט פאר א דירה אין די בלומינגראוו געגנט פון קרית יואל, און נישט מער און נישט ווייניגער, ער צאלט דערפאר א פאנטאסטישע 1.2 מיליאן דאלאר! (מען רעדט פון 3000 סקווער פיס, מיט נאך א בעיסמענט פון 1500 רויע סקווער פיס. דאס קומט אויס נאנט צו 400 דאלאר פער געבויטע סקווער פיס, די זעלבע הויכע פרייז וואס מ'צאלט יעצט אין צענטער קרית יואל). "עס האט מיר נישט געלאזט שלאפן!" האט דער רבי געזאגט. "דארט איז שוין א אייגענע אידישע ווילעדזש, ס'דא גענוג גרויסע שטחים, און אזא פרייז?!" ווייטער דערציילט דער רבי אז אויף חברון איז איינער געקומען דערציילן אז ער וויל קויפן, און מען בעט קרוב צו 500 דאלאר א סקווער פיס! און ער האט געפרעגט "ווען וועט עס זיין גרייט?" האט מען געענטפערט "אין 5 יאר ארום!" און דער רבי פרעגט: "ניטאמאל בויט מען שוין, אפשר וועט ער אפילו נישט בויען, אפשר וועט ער ברעכן די שטר און צובעטן געלט?! פארוואס צאלט מען אזוי געלט?!" דא האט דער רבי דערציילט פאר די אנוועזנדע א שטילע נייעס: "אז מען רעדט פון 5 יאר ארום, וויל איך זאגן אז ביז דעמאלס האף איך צו האבן דירות צום וואוינען, פאר אונטער 200 א סקווער פיס!" דער רבי האט דערציילט אז ער איז אין די לעצטע צייט געזיצן מיט בילדער, און מיט די הנהלת הקרי', און ער ארבעט אויס א מהלך פאר אזא מצוה-פראיעקט וואס זאל זיין געווידמעט נאר פאר אנשי שלומינו, נאר פאר יוצאי ישיבתינו הק', און געבויט אויף א ביליגע אופן אז ס'זאל קענען צושטאנד קומען אזא פרייז. "אזוי ווי מען האט געבויט אמאל, ווען איך האב געוואוינט אויף קארטער לעין" האט דער רבי געזאגט, ארויסברענגענדיג אז מ'דארף צוריקברענגען די אמאליגע סטאנדארטן און אזוי ארום נישט דארפן צאלן אזאנע אסטראנאמישע פרייזן. "די שטחים האבן נאכנישט קיין סוער" האט דער רבי געזאגט, "אבער ביז 5 יאר קען דאס שוין זיין אי"ה". דאס קומט נאכדעם וואס דער רבי איז שוין א לאנגע צייט עוסק אין טרעפן א לעזונג פאר דעם הימל שרייענדער פראבלעם, ווען אזויפיל אנ"ש קומען אריין זיך אויסרעדן אז זיי קענען זיך נישט ערלויבן די היינטיגע דירות פרייזן וואס שפרינגען אזוי הויעך. אין די לעצטע 4 וואכן האט זיך די זאך גערוקט אביסל נענטער, דער רבי האט אריבערגערופן פארשידענע בויער'ס און איבערגעגאנגען די נומערן, וויפיל ס'דארף צו קאסטן אזא פראיעקט. דאן האט דער רבי גערעדט מיט די הנהלת הקרי', און אויסגעארבעט פארשידענע הצעות וואו מ'קען אי"ה אהערשטעלן א שטח פאר אזא פראיעקט. די הויפט יסודות וואס דער רבי האט אראפגעשטעלט אלס זיין פלאן איז: 1) די דירות זאלן זיין געבויט אויפ'ן אמאליגן שטייגער אן די היינטיגע לוקסוס (נישט קיין 9 פוסיגע דאך, נישט קיין סענטרעל עיר קאנדישן, נישט קיין ספאט לייט'ס, א ביליגע קאך, נישט קיין טייערע טיילס) 2) ספעציעל פאר אנשי שלומינו, ערליכע חברי הקהלה 3) ס'איז א דירה צו וואוינען נישט פאר ריעל עסטעיט (מ'קען עס נישט פארקויפן ווייטער, נאר מ'פארקויפט עס צוריק פאר קהל) 4) מ'צאלט די דירה צוביסלעך בשעת'ן בויען, אז די בילדער זאלן נישט דארפן נעמען א קאנסטרוקשן לאון (דעטאלן ווערן נאך אויסגעארבעט דורכן רבי'ן) זיך באציענדיג צו די ביליגע סטיל פון בויען האט דער רבי געזאגט "מ'קען וואוינען מיט פשוטע גלאטע טירן, אן קיין טיילס אין ביה"כ פון אלע זייטן, איך וואוין נאך יעצט אזוי אויף סאנז קט. ..." דער רבי האט געזאגט אז ער האפט מצליח צו זיין ווייל די בקשות פון אינגעלייט זענען גאר ערנסט, אידן קרעכצן ביטער און האבן נישט קיין דאך איבער'ן קאפ. "איך פארטראג עס נישט" האט דער רבי געזאגט, אויספירנדיג "פארדעם פארצייל איך עס, אז מ'זאל וויסן אז מ'דארף נישט קויפן יעצט אויף 5 יאר ארום! ס'וועט זיין אי"ה ביליגע דירות, נישט קיין פענסי דירות, דירות אויף צו וואוינען!"
ארום 1:30 איז פארגעקומען א ענגע אסיפה בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א מיט א דעלעגאציע פון גאר הויכע פאליטיקאנטן פון וואשינגטאן, וואו דער רבי שליט"א האט פארגעשטעלט אונזער ווייטערדיגע מערכה איבערן גזירת החינוך. דער ערוויילטער קאנגרעסמאן פון די 18'טע קאנגרעס דיסטריקט פעט רייען, וואס האט געווינען זיין פארמעסט נאר אדאנק קרית יואל, האט פערזענליך אריבערגעברענגט צום רבי'ן דעם הויפט פירער פון די דעמאקראטישע פארטיי אינעם קאנגרעס, דער 'מינארעטי לידער' האקים דזשעפריס, דער מערסט מאכטפולער דעמאקראט אין וואשינגטאן'ס געזעצהויז, און האט אויך א שטארקע איינפלוס אויפן עקזעקיוטיוו ברענטש אונטערן פרעזידענט יר"ה.
דער רבי איז געזיצן מיט די צוויי קאנגרעסלייט א לענגערע צייט, ווי מען האט בעיקר דן געווען איבער אונזער חינוך, דער רבי האט זיי פארגעשטעלט דער מצב וואו מיר האלטן אצינד מיט די גזירות החינוך סיי מצד די געריכט און סיי מצד אלבאני, און קלארגעשטעלט אונזער אנטשלאסנקייט ווייטער פארצוזעצן דעם מסורה'דיגן חינוך וואס גייט שוין צוריק טויזענטער יארן זייט קבלת התורה ביים מעמד הר סיני אהן קיין שום שינוי, און ארויסגעברענגט וואו מיר ווילן האבן די הילף פון די פעדעראלע דעמאקראטישע פארטיי, אז זיי זאלן שטיין צו די האנט פון די ניו יארק סטעיט דעמאקראטישע פארטיי-פירער וועלכע פירן די סטעיט'ס געזעצהייזער אין אלבאני, צו האפנטליך פארזיכערן אז סיי וועלכע "גיידליינס" און גזירות זאלן נישט קענען אפעקטירן און שעדיגן ח"ו די חרדי'שע מוסדות מיט קיין שום זאך.
דער לידער האקים דזשעפריס האט אויסגעדרוקט א שטארקע הנאה נאך זיין באזוך אין די גאסן פון די שטאט און אינעם 'אשת חיל' קימפעטארין היים, זאגנדיג אז ער זעט די שיינקייט פון די שטאט און שעצט אונזער הערליכער מהלך החיים, און ער וועט טוהן וואס ער קען נאכצוקומען אלע בקשות פון רבי'ן שליט"א, זיך באדאנקענדיג דערביי אויף קרית יואל'ס שטארקע בלאק וואוט וואס האט אריינגעברענגט זיין פארטיי'ס קאנגרעסמאן פעט רייען אין אונזער דיסטריקט, אדאנק די אינדארסירונג פון קרית יואל אין שפיץ פון רבי'ן שליט"א.
ותטה לב המלכות עלינו לטובה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג ערש''ק שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף אור החיים בקרית יואל בהנהלת הרה''ג ר' יואל פארקאש שליט"א. ביים אנקומען איז דער רבי אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט מיט א שטארקע קורת רוח אויף די לימודים פון די תלמידי הישיבה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם שמעון ווידער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק אז צו קענען שפירן א טעם אין תורה קען מען נאר דורך אסאך תפילות, און מסיים געווען בברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יוסף הערש בינעט הי"ו. ב"ר שמואל עקשטיין הי"ו. ב"ר אלכסנדר ישראל מיללער הי"ו. ב"ר מאיר גראס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת תורת מנחם פון לעיקוואד, דער רבי האט ארומגערעדט בשיעורי הישיבה און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת קדשו. אזוי אויך האט רבינו שליט''א טעלעפאניש מנחם אבל געווען הרה"ח הישיש ר' נחמן יאקאב הי"ו ומשפחתו פון ירושלים עיה"ק ע"פ בתו ע"ה א' הרה"ח ר' חיים מאיר פריעדמאן הי"ו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:40 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:40.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' יואל ברח''א ליכטמאן הי"ו - ר' יצחק מייזעלס הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת שלח 'בצל הקודש' פון כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' ליפא ברש"ל פריעד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. לבן הנולד אצל ר' יואל יצחק גרינוואלד הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יצחק משה גראס הי"ו. ב"ר יואל ברא"י ווייס הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ב', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
אין די פארמיטאג שעה'ן האט זיך רבינו שליט''א באטייליגט ביי די לויה פון הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן ע"ה בבית מדרשו אויף סאטמאר דרייוו, דער רבי האט משמיע געווען דברי הספד און דערנאך מלוה געווען די מטה.
פארנאכטס ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרה"ח ר' בערל שטיין הי"ו חבר הנהלת מבצר הכוללים צו די שמחת השבע ברכות לרגל נשואי בנו למז"ט עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די חבורות פונעם מבצר הכוללים און פון די אנגייענדיגע בוי ארבייט אויפן נייעם שטאק בבנין מבצר הכוללים, דערביי איז פארגעקומען א חתימת שטרות וואס ר' בערל הי''ו האט אפגעקויפט א שער אינעם נייעם היכל בבנין מבצר הכוללים, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן, חתן און מחותנים, און די גאנצע משפחה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:00 ביז אום 12:55 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 9:00.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' מאיר מענדל ווייס הי"ו - ר' משה הערש בראך הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקודש פנימה הרב ברוך צבי מרדכי טאנצער שליט"א ראש הכולל חסדי דוד בירושלים עיה"ק וועלכע פארמאגט אינטער זיך זעקס כוללים מיט הונדערטער אינגעלייט, עס האט זיך פארצויגן א שמועס איבער די פילע ספרים וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון די רבני ולומדי הכולל און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:55.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
באזוך פון די הויכראנגיגע פאליטיקאנט 'קאנגרעס מינארעטי לידער' האקים דזשעפריס, אינאיינעם מיט דער ערוויילטער קאנגרעסמאן פון די 18'טע קאנגרעס דיסטריקט פעט רייען, וואס האט געווינען זיין פארמעסט נאר אדאנק קרית יואל, בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ווי מען האט א לענגערע צייט דן געווען איבער די גזירת החינוך.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת שלח תשפ"ג לפ"ק.