בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday2 Tammuz 57836/21/2023

File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת קרח שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
ברכת כהנים ונשיאות כפים בזמן הזה (ד)
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 קרח תשפ''ג חו''ל4.7 MB
Report
מעמד הנשגב כינוס אנשי שלומינו - חגיגת סיום מס' מנחות - התחלת כתיבת ספר תורה - בקרב קהלתינו הק' בבני ברק ת"ו. בראשות הגאון הצדיק אבד''ק וומסב''ג שליט''א

יושב ראש המעמד: הרה’’ג שמעון יואל בראך שליט"א מנהל חבורת תורתך שעשועי.
וקידם בברכה את האורח הנכבד הנגיד מוה"ר אברהם יהושע הכהן גלאנץ הי"ו, וגם בירך בשם כל הקהל פטרון תורתך שעשועי ויסודי התורה בבני ברק הרבני הנגיד מוה"ר שלום יצחק יאקאבאוויטש הי"ו, ויו"ר חבורת תורתך שעשועי העולמי הנגיד מוה"ר יצחק שווארץ הי"ו.

דברי פתיחה: הרב הגאון ר’ חיים שלום קליין שליט"א מרבני קהילתינו הק'.

משא הערב: הרה"ג ר’ מרדכי יאזשעף שליט"א מנהל רוחני דישיבה גדולה.

סיום מסכת מנחות: הרה’’ג ר’ צבי יהודה ווייס שליט"א מגי"ש בחבורת תורתך שעשועי.

התחלת מסכת חולין: הר"ר יהודא גרינוואלד שליט"א מחשובי לומדי החבורה.

נואם הכבוד ודברי חיזוק והתרוממות: האורח הדגול הגאון הצדיק אבד"ק וומסב"ג שליט"א.

בשבח הקהלה הקדושה ומוסדותי' אשר עיניו ראו ולא זר - התפעלותו הגדולה עד אין קץ של התעלות תלמידי הת"ת והישיבה - קשר האמיץ והחזק בין אנ"ש למר אביו כ"ק רבינו שליט"א - כמים פנים אל פנים גודל דביקותו של רבינו שליט"א לאנ"ש תושבי בני ברק ת"ו - דברי הדרכה והתחזקות בענינים העומדים על הפרק, ובג' עמודי עולם ובכמה עניני יהדות צריכים תיקון וחיזוק - שליחת הקודש מכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א - גודל היגיעה של הנהלת הקהלה והמוסדות במסירות ונאמנות - בשורה טובה על בנין החדש בית חינוך לבנות שיתחנך בעז"ה בזמן החורף הבעל"ט - ברכת הקודש מכ"ק רבינו שליט"א.

התחלת כתיבת ספר תורה: הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א.

ריקודי קודש בשיר וקול תודה בשמחה וטוב לבב: אנשי שלומינו חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 12
מעמד קבלת פנים פאר הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א בקרב מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו.

די הונדערטער ילדי תשב"ר האבן מקבל פנים געווען דער רב שליט''א מיט עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הת''ת הרה''ג ר' אלעזר יונה שטיינמעץ שליט''א, און מען האט געהערט חרוזים דורך איינע פון די ילדי הת"ת.

דער רב האט ווארעם געוואונטשן פארן מנהל און פאר די חברי הנהלת המוסדות און דערנאך משמיע געווען דברי תורה והדרכה פאר די תלמידים.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Report
דינסטאג פרשת קרח ב' דר"ח תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא ארי' לאנדא הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד ברך משה לרגל די שמחת הברית מילה פון בן הנולד לנכדו הרב ליפא רובין שליט"א בן האדמו"ר מראפשיץ שליט"א, וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א בן הגה''צ אבד''ק וואלאווע שליט''א.

פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר אשר לעמיל גלויבער הי"ו.
ב"ר ישעי' (בר"א) גראס הי"ו.
דער רבי איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב.
עליות. כהן: נכד רבינו הרב נחמן כהנא שליט"א. לוי: הרה"ח ר' יושע מרדכי ווערצבערגער הי"ו. שלישי: האדמו"ר מראפשיץ שליט"א. רביעי: רבינו שליט"א.
מוסף: הר"ר אלי' גראס שליט"א מבערבעשט.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען די שמחת הברית מילה, מוהל: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, סנדק: האדמו"ר מראפשיץ שליט"א, סנדק מעומד: הגה"צ אבד''ק וואלאווע שליט"א, ברכות: רבינו שליט"א, ויקרא שמו בישראל שמואל שמעלקא נאכ'ן זיידן הגה"צ אב"ד סוליצא זצ"ל.

נאכן ברית איז דער גאנצע ציבור אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי ווי עס איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים.

נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד, במשך די סעודה האט אויפגעטרעטן דער אבי הבן הרב ליפא רובין שליט"א, דער זיידע האדמו"ר מראפשיץ שליט"א, און דער עלטער זיידע הגה"צ אבד''ק וואלאווע שליט"א.
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען נכדו הרב נחמן כהנא שליט"א, און מיט יום ליבשה נכדו הרב יהושע לאבין שליט"א.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש בעניני ברית מילה, און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה שליט"א, פאר די חשובע זיידעס און פארן גאנצן ציבור.
מיט ברכהמ''ז האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, און מיט די הרחמן'ס די בני המשפחה. מען האט געענדיגט ארום 2:15.

נאכן סעודת הברית איז דער רבי ארויף אין שטוב פון חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן פאר די יולדות תחי'

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ברך משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי, און ארום 6:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה אין ישיבה.

פארנאכטס איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 8:45 ביז 12:15 אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרה''ג שלום אלי' ראבינאוויטש שליט"א ראה"כ 'כולל אהל נחום' אין ביתר, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, און דער ראה"כ האט געוויזן פארן רבי'ן פארשידענע ספרים וואס זיין כולל האט ארויסגעגעבן אויף שו"ע הרב, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:20, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף א באזוך בבית הרה''ח ר' משה חיים ווייס הי''ו, לאנג יעריגער מנהל מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו וועלכער איז נאך נתמנה געווארן דורך רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 4
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף אן אסיפה בענינים העומדים על הפרק און פת שחרית אינאיינעם מיט הנהלת מוסדותינו הק' בבני ברק, בבית האכסניא הרה''ח ר' ברוך אילאוויטש הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א באזוכט ביים פראכטפולען נייעם מיידל שולע בנין, בנות ארץ ישראל בית פיגא, שע"י מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו, וועלכע שטייט בגמר מלאכת הבנוי' בס"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית בראשות הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, אינאיינעם מיט די אריבער 100 תלמידי ישיבותינו הק' אין בני ברק, בהיכל ביהמ''ד זכרון מאיר דקהלתינו הק'.

נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות ורגש האט מקבל פנים געווען הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה. דאן האט דער רב שליט''א משמיע געווען א הערליכן דרוש אויף די פרשה (חקת בארה"ק) במשנתו של מרן רבינו שליט"א, און ממשיך געווען בדברי חיזוק והדרכה, ארויסברענגענדיג דעם קשר אמיץ פון די תלמידי הישיבה צו מר אביו מרן רבינו שליט"א וואס קוקט אזוי ארויס אויף זייער הצלחה מער ווי אלע סאטמארע ישיבות.

בפרט האט דער רב דערמאנט אז די בחורים זענען באמת תלמידי רבינו שליט"א, האבנדיג די זכי' צו לערנען ביים רבי'ן אין 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט יצ''ו, דעם פארלאפענעם שבת שקלים העעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday1 Tammuz 57836/20/2023

Notice
מודעות פונעם סדר היום בעת דעם באזוך פון הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, מארגן מיטוואך בקרב קהלתינו הק' בבני ברק יצ''ו

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביי תפילת מנחה ומסיבת לחיים בבית מדרשינו החדש אין שכונת רמת אברהם אין בית שמש יצ''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים מסיבת קבלת פנים וכינוס אנ''ש בקרב קהלתינו הק' בבית שמש יצ''ו.
בהשתתפות חברי הביד"צ עדה החרדית, הגאון הגדול ר' שמואל בראנסדארפער שליט"א מרבני תוא"י בית שמש און הגאון הגדול רבי נתן הכהן קופשיץ שליט"א, גאב"ד שכונת 'נחלה ומנוחה' בית שמש יצ"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
סעודת ברית מילה נאך תפילת שחרית בהיכל ביהמ"ד ברך משה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 11
שמחת ברית מילה פון נכד כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בן הנולד אצל נכדו הרב ליפא רובין שליט"א חתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א בן הגה''צ אבד''ק וואלאווע שליט''א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית ואמירת הלל היינט ב' דר''ח תמוז, בביהמ''ד ברך משה בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 12
ראשי ונכבדי קהלתינו הק' ומוסדותי' זענען מקבל פנים אין לופט-פעלד הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, וועלכער איז געפארן בשליחת הקודש צו אנ"ש בארה"ק ת"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א וועלכער איז געפארן בשליחת הקודש צו אנ"ש תושבי ארה"ק ת"ו, האט נארוואס געלאנדעט אין לוד לופט-פעלד בארה"ק.
דער רב שליט"א ווערט אפגעווארט דורך די ראשי ונכבדי הקהלה והמוסדות פון ירושלים, בני ברק, בית שמש, און וועט צוערשט אריין פארן קיין בית שמש ת"ו ווי ס'וועט פארקומען א קבלת פנים און א כינוס אנ"ש תושבי בית שמש ת"ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת קרח א' דר"ח תמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה בבנין קעפעטש אינאיינעם מיט ישיבה קטנה 'דרכי התורה' פון מאנסי בהנהלת הרה''ג ר' שאול יחזקאל פערלשטיין שליט"א.
ביים אנקומען איז רבינו שליט''א אריין אין ביהמ"ד און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים פארן דאווענען מיט א שטארקע קורת רוח.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יהושע וויינשטאק הי"ו.
ב"ר יואל בר"מ מיטטעלמאן הי"ו.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו הלל, און ביים ליינען עולה געווען רביעי.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק כי כל העדה כולם קדושים ובתוכם ה', אז מען דארף ארבייטען עס זאל זיין 'ובתוכם ה' מען זאל ארייננעמען דעם אייבערשטן 'אין' זיך, די פנימיות זאל זיין תוכו כברו, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה ת"ת ישיבה ספרינג וועלי דער רבי האט אויסגעפרעגט איבער די לימודים און די קינדער זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

נאכמיטאג האט רבינו שליט"א טעלעפאניש זיך געזעגנט מיט הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א וועלכער פליעט אפ בשליחת הקודש צו אנ"ש תושבי ארה"ק ת"ו, דער רבי האט א לענגערע צייט געגעבן דברות קדשו וואס הגה"צ דער רב שליט"א וועט איבערגעבן דינסטאג נאכט ביים כינוס אנ"ש אין בית שמש ת"ו, מיטוואך נאכט ביים כינוס אנ"ש אין בני ברק ת"ו און דאנארשטאג נאכט ביים כינוס אנ"ש אין ירושלים עיה"ק, און דער רבי האט מאציל געווען מברכת קדשו פאר א דרך צליחה בכל הענינים. דערנאך איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף קדושת יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חיים דוד פריעד הי"ו - ר' מאיר שפיטצער הי"ו, באולם כינור דוד.
הר''ר חיים משה כ"ץ הר''ר יואל בן הגה''ח ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט''א, באולם רחל פאראדייס.

נאך די חופות האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יחזקאל שרגא פריעדמאן ע"ה.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:10 ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:10.

בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הרב יעקב ג'יאן שליט"א רב פון אומאן אוקריינע, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די מצב פון אידן אין אוקריינע בכלל און אין אומאן בפרט, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יואל יוסף שטעסל הי"ו (וומסב''ג) - ר' ישראל יעקב ווייס הי"ו.
ר' יואל ברש''י שטערן הי"ו (וומסב''ג) - ר' פנחס אלימלך ווייסמאן הי"ו.

נאך די תנאים'ס האט דער רבי געדאווענט מעריב, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריבער בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א צום שמחת הוואכנאכט פון נכדו בן הנולד אצל הרב ליפא רובין שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס, דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו, און אויפן וועג ארויס האט דער רבי געליינט קרי"ש און אנגעוואונטשן פארן יולדות.

אי"ה היינט דינסטאג ב' דר"ח תמוז וועט רבינו שליט"א דאווענען תפילת שחרית אין ביהמ"ד ברך משה און נאכן דאווענען וועט פארקומען די שמחת הברית מילה און די סעודת ברית בהיכל הביהמ"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי די שמחת הוואכנאכט פון בן הנולד לנכדו הרב ליפא רובין שליט"א בבית חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday30 Sivan 57836/19/2023

Report
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א מוצש''ק בבית הרה"ח ר' משה יוסף ווערטהיימער הי"ו במסיבת לחיים לרגל נשואי בנו למז"ט, אינאיינעם מיט א חתימת שטרות ווי ר' משה יוסף הי"ו האט אפגעקויפט א שער אינעם נייעם היכל בבנין מבצר הכוללים, און א זכות אינעם מקוה טהרה בקר''י.

דערביי איז - ווי שוין ברייט באריכטעט - אויסגעשמועסט געווארן די נושא פון די דירות פרייזן אין קר"י און דער רבי האט געמאלדן פלענער אז מען וועט בקרוב קענען בויען דירות פאר א גאר ביליגן פרייז פון אינטער צוויי הונדערט דאלער א סקווער פיס.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלטר ברוך ברש"מ לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
ב"ר הערש לייב לאנדא הי"ו.
ב"ר יואל היימאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אין די בית השחיטה המהודרת.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יעקב פנחס פריעדמאן הי"ו - ר' יואל בר"ע הירש הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' שמואל פישער הי"ו - ר' פסח חיים קרעמער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:30.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין שליט"א פון ארה"ק, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט געגעבן א מתנה צוויי בענדער פונעם ספר לב אהרן אויף במדבר, דרושים און אגדה, און האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days