בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday4 Tammuz 57836/23/2023

Report
פרייטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית האט זיך רבינו שליט''א טעלעפאניש פארבינדן קיין ארה''ק מיט בנו הגדול הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א און געהערט א הערליכע באריכט פון זיין באזוך בקרב קהלתינו הק' אין בני ברק און די ערשטע חלק פון ירושלים עיה''ק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר מאיר דוד היילברון הי"ו.
ב"ר שלמה ישראל בראדי הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Report
מעמד הנשגב כינוס אנשי שלומינו - חגיגת סיום מס' מנחות במסגרת תורתך שעשועי - התחלת כתיבת ספר תורה - בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק. בראשות הגאון הצדיק אבד''ק וומסב''ג שליט''א

בהשתתפות מרא דארעא קדישא פוסק הדור כ''ק ראב''ד ירושלים שליט''א, כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א, כ''ק אדמו''ר מתולדות אהרן שליט''א, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א, חברי הבדי''צ העדה החרדית הגאון הגדול ר' אברהם יצחק אולמאן שליט''א, הגאון הגדול ר' יעקב מענדל יוראוויטש שליט''א, הגאון הגדול ר' יודא פישער שליט''א, הגאון הגדול ר' שמעון יצחק שלעזינגער שליט''א, האדמו''ר מסקולען ירושלים שליט''א, האדמו''ר מקאלושין שליט''א, הגה''צ אב''ד טשאקאווע בראכפעלד שליט''א, און נאך פולע רבנים שליט''א.

יושב ראש המעמד: הרב משה מענדל הערשקאוויטש שליט''א מלמד מומחה במוסדותינו הק', וועלכע האט צווישן אנדערע אויך באגריסט דעם איש ירושלים הרב אברהם יהושע העשיל הכהן גלאנץ הי"ו, און מריחוק מקום די חברי הנהלת קרן הבנין הנגידים ר' אברהם בראך און ר' עקיבא הערש קליין הי"ו, ובשבח פון די שלוחי קודש משמשים בקודש פון כ"ק רבינו שליט''א וואס האבן באזוכט קהלתינו הק' בארה''ק פארלאפענעם חודש שבט.

סיום מסכת מנחות במסגרת חבורת תורתך שעשועי: ר' דוד מאיר ווייס הי"ו, מחשובי לומדי החבורה.

משא הערב: הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א.

דבר ה' מירושלים: מרא דארעא קדישא פוסק הדור כ''ק ראב''ד ירושלים שליט''א.
בשיר וקול זמרה האט מען מקבל פנים געווען דעם גרויסן גאון כ"ק הראב''ד שליט''א וואס האט אויפגעטרעטן מיט דברות קודש און ארויסגעברענגט די געוואלדיגע התרגשות אז מען הייבט שוין אן די בוי ארבעט פאר'ן נייעם ריזן בנין הקהילה והמוסדות, און די געוואלדיגע שמחה ווען מ'איז מסיים א מסכתא אינערהאלב די חבורת 'תורתך שעשועי' וואס איז נתייסד געווארן דורך רבינו שליט''א וואס בזכותו האט גאנץ כלל ישראל א שיעור אין גמרא יעדן טאג 'הוא באמעריקא ומצודתו פרוסה בירושלים', און מסיים געווען בברכות לרוב פאר ידיד נפשו מרן רבינו הגה''ק שליט"א און פארן גאנצן ציבור.

דאן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ און דערנאך אינאיינעם ארויסבאגלייט דעם פוסק הדור מיט געזאנגען פון 'אורך ימים אשביעהו'.

נואם הכבוד ודברי חיזוק והתרוממות: האורח הדגול הגאון הצדיק אבד"ק וומסב"ג שליט"א.

בשבח קהלתינו הק' ומוסדותי' - חיזוק לאנשי שלומינו אחר השריפה הנוראה ה"י - קשר החזק של מרן רבינו שליט"א למוסדותינו בארה"ק - בשבח הנהלת הקהלה ומוסדותי' - בשבח הנהלת קרן הבנין החדש הנגידים החשובים בארה"ב - חובת אנ"ש להתפלל דייקא בבית מדרשו של רבינו שליט"א ברחבי ארה"ק - דברי הכנה לשבת המתאחדת - ברכת הקודש מכ"ק רבינו שליט"א.

התחלת כתיבת ספר תורה: הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, הגה''צ דומ''ץ קהלתינו ירושלים שליט''א, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא שליט''א.

ריקודי קודש בשיר וקול תודה בשמחה וטוב לבב: אנשי שלומינו חסידים ואנשי מעשה זקנים עם נערים.

אשרי העם שככה לו אשרי העם שה' אלוקיו

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 10
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א באזוכט ביי בית מדרשינו ברך משה בירושלים עיה''ק, דארט ווי עס האט זיך נעכטן דאנערשטאג אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבייט פארן בנין הגדול תל תלפיות דקהלתינו הק' ומוסדותיה בעיה''ק.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 10
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים באזוכן בקרב מוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק, דער רב שליט''א איז אריין אין אלע כתות און פארהערט די ילדי התשב"ר.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 4
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א באזוכט בהיכל כוללינו בירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף א באזוך ביי הגה''צ ר' יעקב מאיר שכטר שליט''א ממנהיגי חסידי ברסלב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יואל הערשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר חיים מאיר ווייס הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט א שיעור סוגיא בשיעורי הישיבה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבת בית שמעון בעלזא פון ב"פ, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, די בחורים האבן געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט פארטיילט א פרי פאר יעדן בחור און געוואונטשן ברכת קדשו.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים.
ר'' שמואל יודא פעלבערבוים הי"ו (וומסב''ג) - ר' אברהם יעקב כהן הי"ו (אנטווערפן) אין די זאלן פון כינור דוד.
ר' שלום ציק הי"ו (לאנדאן) -ר' יואל ברש"א גאנדל הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:20 ביז 1:10 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:20.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקודש פנימה תלמידי ישיבה קטנה קדושת יעקב פון שיכון סקווירא, דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט, און די בחורים זענען אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.

ארום 9:45 איז אריין בקו"פ ראש המצילים ושליח ביד"צ הרב שמעון שישא שליט''א יו"ר מרכז עזרה ויועץ אינאיינעם מיט רבני וועד משמרת חומותיך ירושלים, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פונעם מרכז און די פלענער אויף ווייטער להרחבת גבולי המרכז.

דערנאך האט רבינו שליט''א געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יצחק גרובער הי"ו (מאנסי) - ר' אברהם הערשקא הי"ו.
ר' אלי' יודא ראטה הי"ו - הר''ר אשר אנטשיל ווייס שליט''א.

נאך די תנאים'ס ארום 10:30 איז פארגעקומען אין ביהמ"ד שע"י ביתו נאוה קודש א מעמד קבלת פנים לכבודו פונעם ראש המצילים הרב שמעון שישא הי"ו, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק, צום ערשט האט אויפגעטרעטן נכד רבינו הרב יושע לאבין שליט"א וואס האט אראפגעלייגט די פראבלעמען וואס ער האט געהאט מיטן מיליטער, און וויאזוי דער מרכז האט אים ארויסגעהאלפן, הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א האט באגריסט דעם חשובן גאסט און ארומגערעדט איבער די פעולות פונעם מרכז וואס דער דיין שליט"א האט אליינס מיטגעהאלטן, און דערנאך האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א ראה"כ וומסב''ג ומרבני וועד משמרת חומותיך.

דערנאך האט מען געהערט די הארציגע ווערטער פון הרה"ח ר' שמעון שישא הי"ו איבער זיין התרגשות פון די געוואלדיגע הילף פון די פילע עסקנים און ארויסגעברענגט פארשידענע פלענער וואס מען האפט צו קענען פארברייטערן די פעולות, און זיך באדאנקט פאר אלע עסקנים העומדים אתו ובפרט פאר די רבני וועד משמרת חומותיך.

דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג די גרויסקייט פון מציל זיין אידן פון מיליטער, און פארציילט פעולות פון זקינו מרן הייטב לב זיע''א צו באפרייען בחורים פון מיליטער, וכ"ש צו ראטעווען פון די טמא'נע ציוני'סטישע מיליטער וואס דארט איז נישט קיין מציאות צו בלייבן א איד, און דער רבי האט געזאגט אז די איינציגסטע אקטיווע מיטל קעגן גזירת הגיוס איז נאר דורך מרכז עזרה ויעוץ וואס העלפט אידן אויף א טאג טעגליכע פארנעם, און ארויסגעברענגט דעם פליכט וואס ליגט אויף אנ''ש צו שטיצן דעם מרכז ברוח נדיבה מ'זאל ווייטער קענען ממשיך זיין די פעולות ביתר שאת, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר אלע עסקנים ובפרט פארן ראש המצילים שחפץ ה' בידם יצליחו. מען האט געענדיגט ארום 11:10.

שפעטער איז געווען אויף א באזוך הגה"צ ר' פייבל סופר שליט''א גאב''ד בוינעס איירעס, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין ארגענטינע און די פילע פעולות פונעם רב שליט"א לרומם קרן התורה וחסידות אין ארגענטינע, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת קרח 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק דוד לאנדא הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ט' פון ת"ת קארלין סטאלין בארא פארק, דער רבי האט פארהערט די בחורים אויף די לימודים, און די בחורים זענען אריבער שלום נעמען און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים הר"ר יונה גוטמאן שליט"א - ר' יואל האלפערט הי"ו, באולם כינור דוד.
ר' פישל גאלדשטיין הי"ו (וומסב''ג) - ר' ישראל דוד רוטנער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

נאך די חופה אין כינור דוד האט רבינו שליט''א באזוכט די בוי ארבעט אינטערן בנין הת"ת ווי מען האט אראפגעווארפן דעם בנין ישיבה קטנה סניף ישמח משה צו מאכן פלאץ פארן נייעם מבצר האדיר פאר די תלמוד תורה פון מוסדות קרית יואל וואס מען הייבט אהן צו בויען אין די קומענדיגע וואכן.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:00 אויפדערנאכט,בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:30, און מעריב אום 12:00.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
מסיבת 'קבלת פנים' בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, לכבודו פונעם ראש המצילים הרב שמעון שישא שליט''א יו''ר מרכז עזרה ויעוץ, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק'.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 6
ראש המצילים הרב שמעון שישא שליט''א יו''ר מרכז עזרה ויעוץ אינאיינעם מיט רבני וועד משמרת חומתיך בקו'''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️

Thursday3 Tammuz 57836/22/2023

Notice
מסיבת 'קבלת פנים' וועט פארקומען היינט אויפדערנאכט בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, לכבודו פונעם ראש המצילים הרב שמעון שישא שליט''א יו''ר מרכז עזרה ויעוץ, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק'.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Video
נאך פונעם מעמד הנשגב כינוס אנשי שלומינו - חגיגת סיום מס' מנחות - התחלת כתיבת ספר תורה - נעכטן מיטוואך בקרב קהלתינו הק' בבני ברק ת"ו, בראשות הגאון הצדיק אבד''ק וומסב''ג שליט''א

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 5
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף א באזוך ביי הרה''ג ר' חיים שלום קליין שליט''א און הרה''ג ר' אברהם שלמה כ''ץ שליט''א מרבני קהלתינו בבני ברק.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 4
הרב הגאון דומ''ץ קהלתינו בני ברק שליט''א אינאיינעם מיט די וועד משמרת הקודש שע''י קהלתינו הק', אויף א אסיפה מיט הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 10
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים באזוכן בקרב מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו, דער רב שליט''א איז אריין אין אלע כתות און פארהערט די ילדי התשב"ר.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 5
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים פארהערן פרק לולב הגזול תלמידי כיתה מכינה לישב''ק במוסדותינו הק' בבני ברק.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photo
תלמידי ישיבת בעלזא ב''פ בקו'''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א היינט פארמיטאג בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אינאיינעם מיט ראשי והנהלת קהלתינו הק' בירושלים אויף א באזוך ביים פוסק הדור מרא דארעא קדישא כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א, ווי דער רב שליט''א האט איבערגעגעבן פארן פוסק הדור א פריסת שלום פון אביו הגדול ידיד נפשו רבינו הגה''ק שליט''א.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער ראב''ד האט מכבד געווען מיט לחיים און געגעבן זיין נייע איבערגעדרוקטע ספרים מועדים וזמנים, דאן האט דער רב איינגעלאדענט דעם פוסק הדור א טיייל צו נעמען ביים כינוס אנ''ש היינט אין ירושלים. און דער ראב"ד שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר מרן רבינו שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו אלס דער ראש גולת אריאל בבבריות גופא ונהורא עד ביאת הגואל.
עקסטער האט דער ראב"ד שליט"א מאציל געווען מברכותיו פארן איש ירושלים הרה"ח ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף אן אסיפה און פת שחרית אינאיינעם מיט הנהלת מוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
מעמד קבלת פנים פאר הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א בקרב מוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.

די ילדי תשב"ר האבן מקבל פנים געווען דער רב שליט''א מיט עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן הר''ר מענדל פאלאטשעק שליט''א מלמד מומחה.

דער רב האט ווארעם געוואונטשן פארן מנהל און פאר די חברי הנהלת המוסדות און דערנאך משמיע געווען דברי תורה והדרכה פאר די תלמידים.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 14
הגה''צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א ביי תפילת שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע כתות הת''ת במוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.

פארן דאווענען איז דער רב שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ביי די סדר הלימוד און ארום צווישן די טישן און פארהערט די תלמידים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
מודעות פונעם סדר היום בעת דעם באזוך פון הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א, היינט דאנערשטאג בקרב קהלתינו הק' בירושלים עיה''ק

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days