בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Photos

← Show all

Friday4 Tammuz 57836/23/2023

Photos · 10
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א באזוכט ביי בית מדרשינו ברך משה בירושלים עיה''ק, דארט ווי עס האט זיך נעכטן דאנערשטאג אנגעהויבן די פאקטישע בוי ארבייט פארן בנין הגדול תל תלפיות דקהלתינו הק' ומוסדותיה בעיה''ק.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 10
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים באזוכן בקרב מוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק, דער רב שליט''א איז אריין אין אלע כתות און פארהערט די ילדי התשב"ר.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 4
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א באזוכט בהיכל כוללינו בירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף א באזוך ביי הגה''צ ר' יעקב מאיר שכטר שליט''א ממנהיגי חסידי ברסלב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
מסיבת 'קבלת פנים' בביתו נאוה קודש פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, לכבודו פונעם ראש המצילים הרב שמעון שישא שליט''א יו''ר מרכז עזרה ויעוץ, במעמד רבני ודייני קהלתינו הק'.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 6
ראש המצילים הרב שמעון שישא שליט''א יו''ר מרכז עזרה ויעוץ אינאיינעם מיט רבני וועד משמרת חומתיך בקו'''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️

Thursday3 Tammuz 57836/22/2023

Photos · 5
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף א באזוך ביי הרה''ג ר' חיים שלום קליין שליט''א און הרה''ג ר' אברהם שלמה כ''ץ שליט''א מרבני קהלתינו בבני ברק.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 4
הרב הגאון דומ''ץ קהלתינו בני ברק שליט''א אינאיינעם מיט די וועד משמרת הקודש שע''י קהלתינו הק', אויף א אסיפה מיט הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 10
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים באזוכן בקרב מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו, דער רב שליט''א איז אריין אין אלע כתות און פארהערט די ילדי התשב"ר.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 5
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א ביים פארהערן פרק לולב הגזול תלמידי כיתה מכינה לישב''ק במוסדותינו הק' בבני ברק.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photo
תלמידי ישיבת בעלזא ב''פ בקו'''פ ביי כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א היינט פארמיטאג בביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
הגה"צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אינאיינעם מיט ראשי והנהלת קהלתינו הק' בירושלים אויף א באזוך ביים פוסק הדור מרא דארעא קדישא כ"ק ראב"ד ירושלים שליט"א, ווי דער רב שליט''א האט איבערגעגעבן פארן פוסק הדור א פריסת שלום פון אביו הגדול ידיד נפשו רבינו הגה''ק שליט''א.
עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס און דער ראב''ד האט מכבד געווען מיט לחיים און געגעבן זיין נייע איבערגעדרוקטע ספרים מועדים וזמנים, דאן האט דער רב איינגעלאדענט דעם פוסק הדור א טיייל צו נעמען ביים כינוס אנ''ש היינט אין ירושלים. און דער ראב"ד שליט"א האט מאציל געווען מברכות קדשו פאר מרן רבינו שליט"א למען יאריך ימים על ממלכתו אלס דער ראש גולת אריאל בבבריות גופא ונהורא עד ביאת הגואל.
עקסטער האט דער ראב"ד שליט"א מאציל געווען מברכותיו פארן איש ירושלים הרה"ח ר' אברהם יהושע הכהן גלאנץ שליט"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף אן אסיפה און פת שחרית אינאיינעם מיט הנהלת מוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
מעמד קבלת פנים פאר הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א בקרב מוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.

די ילדי תשב"ר האבן מקבל פנים געווען דער רב שליט''א מיט עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן הר''ר מענדל פאלאטשעק שליט''א מלמד מומחה.

דער רב האט ווארעם געוואונטשן פארן מנהל און פאר די חברי הנהלת המוסדות און דערנאך משמיע געווען דברי תורה והדרכה פאר די תלמידים.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 14
הגה''צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א ביי תפילת שחרית אינאיינעם מיט די עלטערע כתות הת''ת במוסדותינו הק' בירושלים עיה''ק.

פארן דאווענען איז דער רב שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ביי די סדר הלימוד און ארום צווישן די טישן און פארהערט די תלמידים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday2 Tammuz 57836/21/2023

Photos · 12
מעמד קבלת פנים פאר הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א בקרב מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו.

די הונדערטער ילדי תשב"ר האבן מקבל פנים געווען דער רב שליט''א מיט עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הת''ת הרה''ג ר' אלעזר יונה שטיינמעץ שליט''א, און מען האט געהערט חרוזים דורך איינע פון די ילדי הת"ת.

דער רב האט ווארעם געוואונטשן פארן מנהל און פאר די חברי הנהלת המוסדות און דערנאך משמיע געווען דברי תורה והדרכה פאר די תלמידים.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 4
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף א באזוך בבית הרה''ח ר' משה חיים ווייס הי''ו, לאנג יעריגער מנהל מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו וועלכער איז נאך נתמנה געווארן דורך רביה"ק בעל דברי יואל זיע"א.

◻️ סאטמאר'ע נייעס 🌴◻️
Photos · 4
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א אויף אן אסיפה בענינים העומדים על הפרק און פת שחרית אינאיינעם מיט הנהלת מוסדותינו הק' בבני ברק, בבית האכסניא הרה''ח ר' ברוך אילאוויטש הי''ו.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
הגה''צ אבד''ק וומסב''ג שליט''א באזוכט ביים פראכטפולען נייעם מיידל שולע בנין, בנות ארץ ישראל בית פיגא, שע"י מוסדותינו הק' בבני ברק יצ"ו, וועלכע שטייט בגמר מלאכת הבנוי' בס"ד.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית בראשות הגה"צ אבד"ק וומסב"ג שליט"א, אינאיינעם מיט די אריבער 100 תלמידי ישיבותינו הק' אין בני ברק, בהיכל ביהמ''ד זכרון מאיר דקהלתינו הק'.

נאכן זינגען עטליכע ניגוני התעוררות ורגש האט מקבל פנים געווען הרה''ג ר' יצחק דוד יאקאב שליט''א מנהל ישיבה קטנה. דאן האט דער רב שליט''א משמיע געווען א הערליכן דרוש אויף די פרשה (חקת בארה"ק) במשנתו של מרן רבינו שליט"א, און ממשיך געווען בדברי חיזוק והדרכה, ארויסברענגענדיג דעם קשר אמיץ פון די תלמידי הישיבה צו מר אביו מרן רבינו שליט"א וואס קוקט אזוי ארויס אויף זייער הצלחה מער ווי אלע סאטמארע ישיבות.

בפרט האט דער רב דערמאנט אז די בחורים זענען באמת תלמידי רבינו שליט"א, האבנדיג די זכי' צו לערנען ביים רבי'ן אין 'ישיבה של מעלה' בעיר האבות סיגוט יצ''ו, דעם פארלאפענעם שבת שקלים העעל"ט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days