בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Friday18 Tammuz 57837/7/2023

Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין א הלכה'דיגע שמועס אינאיינעם מיט הרבנים הגה''צ רבני קהלתינו וומסב"ג און מאנסי שליט"א און הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א אויפן פריוואטע פליגער קיין ניו העמפשיר נאכן באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין א הלכה'דיגע שמועס אויפן פריוואטן פליגער אויפן וועג קיין פאוסטוויל אייאווע צו באזוכן די בית השחיטה המהודרת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45, בעל תפילה: הב' שלמה מנשה ב"ר מאיר דוד היילברוין הי"ו (קר").

נאכן דאווענען זענען די געסט אריבער שלום נעמען, און הב' אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו (לאנדאן) האט איבערגעגעבן א תירוץ אויפן רבי'נס קשיא, אויך האט הרה"ג ר' מרדכי אהרן זאבעל שליט"א מנהל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג' וואס די ישיבה וויילט די וואך אויף שבת בצל הקודש, איבערגעגעבן א פריסת שלום פון כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א נאך א באזוך פון די ישיבה די וואך אין קרית טאהש.

דערנאך האט דער רבי אהיימשפאצירט לביתו נאוה קודש, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שמועס איבער די מצב פון אידישקייט אין די אלטע היים אין די קליינע דערפלעך.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו (קר"י).
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו (וומסב''ג), פתיחה: הרה"ח ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו, כהן: הרה"ח ר' ישעי' יצחק רובין הי"ו (וומסב''ג), לוי: הב' הבר מצוה, שלישי: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' משה יעקב יודא ווערצבערגער הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט, הגבה: ר' ישראל מאיר ווערצבערגער הי"ו (קר"י), גלילה: הילד ב"ר משה סימאן הי"ו (קר"י).

נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט אינאיינעם מיט חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, אויפן וועג האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבער די באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת פאר די גסות אין פאוסטוויל אייאווע און דער רבי האט אויסגעשמיעסט פארשידענע אינטערסאנטע ענינים פון די שחיטה.

דער רבי איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:00, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיטן לאנג יעריגער חברותא הגה"צ רבי יעקב אלי' אונסדארפער שליט"א אבד''ק ראשית חכמה מאנטרעאל.
בעל תפילה: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו, פתיחה: הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו, כהן: הרה"ח ר' חיים שאול קאהן הי"ו (קר"י), לוי: הרה"ח ר' נחמן דוב העללער הי"ו, שלישי - מפטיר: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' מרדכי שבתי שימאן הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: הגה"צ אבד''ק ראשית חכמה שליט"א, גלילה: הרה"ח ר' משה אברהם ווייס הי"ו (ב"פ). צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בלימודו, און ביים זמן ר"ת ארום 9:45 געדאווענט מעריב, בעל תפילה: הב' החתן משה ב"ר אברהם שלמה כ"ץ הי"ו (לאנדאן).

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

נאך די מקוה ארום 7:30 האט רבינו שליט''א תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר פנחס בר"מ פרענקל הי"ו, בחדרו הפרטי אין ביהמ"ד הגדול.

דערנאך האט זיך רבינו האט ארויסגעלאזט אויפן וועג צום מאריס-טאון עירפארט אין ניו דזשערזי, ביים אנקומען האט דער רבי געדאווענט שחרית אין א פריוואטע צימער אינעם עירפארט, בעל תפילה: הב' יהודא ברנ"ה שטיין ני"ו.

די פריוואטע פליגער האט זיך געהויבן ארום 10:30 אויפן וועג קיין פאוסטוויל אייאווע צו באזוכן די מהודר'דיגע גסות שחיטה שע''י קהלתינו הק'. עס זענען אויך מיטגעפארן הגה''צ רבני קהלתינו וומסב''ג און מאנסי שליט''א און געציילטע מקורבים, אויפן פליגער האט דער רבי געלערנט זיין שיעור במס' בבא קמא, דערנאך האט מען אויפגעגעבן פת שחרית, פארן בענטשן האט זיך פארצויגן א הערליכער שמועס איבער פארשידענע הלכה'דיגע שאלות בהל' שבת, און איבער רייכע קאפיטלן היסטאריע ביי כלל ישראל, היות מ'האט זיך געהאט געוואשן פארן ארויספארן האט מען געקענט בענטשן אינאיינעם מיט א מנין, דער רבי האט מכבד געווען א כהן הבה"ח חיים אלי' הכהן שאהנברוין ני"ו מיט ברהמ"ז.

נאכן בענטשן הארט איידערן לאנדן האט הגה"צ אבד"ק מאנסי שליט"א איבערגעבן א הערליכן גרוס קהלתינו הק' ומוסדותי' אין לאנדאן פון ווי ער האט זיך נארוואס צוריקגעקערט וויילענדיג דארט אויף א משפחה שמחה, און ס'האט זיך פארצויגן א שמועס איבער דעם הערליכן היכל התורה, און איבער דעם נייעם היכל התורה 'היכל לב אהרן' וואס ווערט געבויעט אין מאנטשעסטער.

ארום 11:30 ארטיגע זייגער (12:30 ניו יארק'ער זייגער) האט דעם רבי'ס פליגער געלאנדעט אינעם לאקאלע מוניציפיאלע לופטפעלד אין וויסקאנסין פון וואו דער רבי איז צוגעפארן א וועג פון ארום 35 מינוט צום בית השחיטה המהודרת.

דער רבי איז אנגעקומען צום בית השחיטה ארום 12:10 ווי דער רבי האט זיך ווארעם באגריסט מיט הגה"צ ר' מנחם מאיר ווייסמאנדל שליט"א אבד''ק נייטרא מאנסי - רב המכשיר אינעם בית השחיטה, ובנו הר"ר מרדכי שליט"א וועלכע פארפיגן אויף די גאנצע אפעראציע אינעם בית השחיטה.

אזוי די ארבייט האט שוין געהאלטן פעסט אינדערמיט איז דער רבי תיכף צוגעגאנגען צום חלק הניקור וואו דער רבי האט באטראכט דעם גאנצע ניקור אפאראט אויף די פלייש פון די מאנטאג'דיגע שחיטה פאר א לענגערע צייט און נו"נ געווען מיט די חשובע רבנים איבער די תקנות וואס איז איינגעפירט ביים חלק הניקור, און דערביי אנגעצייגט פאר די מיטבאגלייטער אלע חומרות והידורים וועלכע זענען איינגעפירט געווארן אינעם חלק הניקור, דערנאך איז דער רבי אריבער מיטצוהאלטן די חלקי המליחה פון שטיין-זאלץ און דורך א איד דוקא, דערנאך דעם סדר פון שטופה, שרוי' והדחה מיט אלע חומרות והידורים וואס איז איינגעפירט געווארן דורך רבינו שליט"א.

פון דארט איז דער רבי אריבער צום אנדערן חלק פלענט וואו עס ווערט פראסעצירט די פלייש און מען שניידט עס, און איז איבער געגאנגען דעם גאנצן סדר פון פעקעדשינג און לעיבלען וואו אלעס ווערט אדורכגעפירט מיט די גרעסטע מאס הידור.

פון דארט איז דער רבי צוריק געגאנגן צו די שחיטה אפאראט, אהנגעהויבן פון בדיקת החלפים ווי די שוחטים האבן געגעבן פארן רבין בודק צו זיין זייערע חלפים, דער רבי האט אויסגעשמועסט דעם הידור פון מאכן אויסער א בדיקת לח אויך א בדיקת יבש, און דער רבי האט באוואונדערט די כשרות פון די חלפים וועלכע זענען "חד וחלק" לויט די הויכע סטאנדארטן וואס רבינו שליט"א האט איינגעפירט.

דערנאך האט דער רבי באטראכט דעם סדר השחיטה, ווי די בהמות גייען אריין אינעם באקס וואס ווערט איבערגעדרייט אז די שחיטה זאל זיין א שחיטה מונחת, דער רבי האט גאר שטארק מפליא געווען די הידורים און חומרות וואס זענען איינגעפירט געווארן ביי די שחיטה גסות שע"י קהלתינו הק'.

דערביי האט דער רבי באטראכט פונקטליך דעם מקום השחיטה וואו דער שוחט שעכט, און פון וואו מען גיבט איבער פאר א גוי צו פארענדיגן ווי געברענגט אין תבואת שור אז עס איז א גרעסערע הידור אז א גוי זאל עס פארענדיגן.

פון דארט איז דער רבי אריבער חלק בדיקות הריאות, ווי דער רבי האט אליינס געמאכט א בדיקת פנים און זיך אומגעקוקט גאר א לאנגע צייט אויף די בדיקות חוץ, דערביי האט דער רבי צוגעוויזן פאר די אנוועזנדע די טבלא וואו א איד פארצייכנט די כשרות פון יעדע בהמה, און דוקא א איד לייגט די נומערן און זיגלט די חלקי הבהמה, און געצייגט אז פון די לעצטע 20 בהמות זענען בלויז 8 ארויס כשר.

אזוי האט דער רבי ממשיך געווען צי אלע חלקים, וויזוי מכשרט די צונג, און אלע חלקים קטנים.
פון דארט האט דער רבי ממשיך געווען צו די חלקי הבהמה וועלכע זענען נארוואס געשאכטן געווארן און ס'ווערט געמאכט א חלק הניקור, ווען די בהמה איז נאך ווארים, 'ניקור חם'. און ווי משניידט אוועק די חלקים וואס מ'נעמט נישט ביי אונזערע בוטשער סטאר'ס כפי תקנת רבינו שליט"א.

דערביי האט דער געצייגט פאר די באגלייטער אלע חלקי החלב, דאורייתא ודרבנן, און וועלכע חלקים סאייז נאר א מנהג נישט צו עסן אבער מדינא איז עס מותר.

נאך א קארגע 5 שעה אינעם בנין בית השחיטה האט דער רבי פארלאזט דאס פלאץ און איז צוגעפארן צום ארטיגן בית המדרש וואו דער רבי האט טועם געווען, ווען דערביי האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס פאר אריבער א האלבע שעה מיט הרבנים הגאונים רבני קהלתינו וומסב"ג און מאנסי שליט"א און הגה"צ אבד"ק נייטרא מאנסי שליט"א וואו דער רבי האט אויסגעדרוקט זיין התרגשות צוזעענדיג אזא הערליכע שחיטה פאר גסות אויף אזא הויכע סטאנדארט, און גאר שטארק מפליא געווען די פילצאליגע חומרות והידורים, און ס'האט זיך פארצויגן א שמועס מענין לענין איבער אסאך היסטארישע ענינים.

דערנאך איז דער רבי צוגעפארן צום עירפארט, און האט זיך געזעגנט מיט די ארטיגע שוחטים, ספעציעל האט דער רבי ווארים געוואונטשן פאר הר"ר מרדכי ווייסמאנדל שליט"א, און האט געלאדענט הגה"צ מנייטרא שליט"א מיטצוקומען אויפן פליגער.

דער פריוואטער פליגער האט זיך געהויבן ארום 5:45 ארטיגע זייגער, און געפארן א וועג פון 2 שעה לעיר הנופש ניו העמפשיר, אינטערוועגנס האט זיך פארצויגן גאר א רייכער שמועס איבער פארשידענע שאלות וואס דער טעכניק האט צוגעברענגט אין די לעצטע 100 יאר, ווען דערביי האט דער רבי נו"נ געווען מיט די חשובע רבנים איבער פסקי הלכות און שו"ת ספרים מגדולי האחרונים, וואס מ'קען פון דארט מדמה זיין מילתא למילתא אויף היינטיגע שאלות וואס די טעכנעלאגיע האט מחדש געווען.

דערנאך האט דער רבי אויסגעשמועסט מיט די מיטרייזענדע די קשיא וואס ער האט איבערגעלאזט פאר די תלמידי הישיבה כמנהגו בקודש איידערן אפרייזן למנוחת הנפש, אין די סוגיא פון תופס לבעל חוב, און אויסגעשמועסט פארשידענע מהלכים אין די סוגיא, און דערביי דערציילט מיט התרגשות איבער דעם גרויסן שבת שקלים מיט די בחורים תלמידי ישיבה של מעלה בעיר האבות סיגוט ווי ער האט זוכה געווען פארצולערנען סוגיא שיעורים אין די סוגיא פון שלא כדרך הנאתן, במקום שהתפללו ולמדו בו אבותיו הק' זי"ע.

ארום 9:00 האט דער פליגער געלאנדעט אין 'בערלין רידזשענעל עירפארט' אין מילאן ניו העמפשיר, דער רבי האט געדאווענט מנחה אין עירפארט.

איידער מ'האט זיך געשטעלט דאווענען האט דער רבי געזאגט בלב מלא רגש אז ער וויל ברבים אפגעבן א שבח והודי' פאר השי"ת אז ער האט די זכי' עוסק צו זיין בזיכוי הרבים אין כשרות הבשר, און דערביי זיך באדאנקט מעומק הלב מיט התרגשות פארן נייטרא רב שליט"א וואס שטייט אונז צי בכל עת ובכל זמן בעניני שחיטה, זייענדיג דער רב המכשיר פונעם פלענט, און ארויסברענגט דאס ידידות פונעם נייטרא רב שליט"א וועלכער איז אונז צוגעשטאנען בכל לב ונפש בכל עת וזמן וואס מ'קען דאס נישט פארגעסן. און דערביי אים מאציל געווען מברכת קדשו לאריכת ימים ושנים בעבודת הקודש מתוך הרחבת הדעת.

נאך מנחה איז דער רבי צוגעפארן א וועג פון בערך א שעה לביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר, און די רבנים און איבעריגע מיטרייזענדע זענען אפגעפלויגן צוריק קיין מאריס-טאון אירפארט אין ניו דזשערזי ווי דער פליגער האט געלאנדעט בערך 10:15.

דער רבי איז אנגעקומען קיין בעטלעהעם ארום 10:30 און געדאווענט מעריב אין ביהמ''ד דקהל יראים בית אלימלך, און נאך מעריב איז דער ציבור אריבער שלום נעמען.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יעקב פעלדמאן הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכע תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ד'. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים בהיכל הביהמ''ד.

ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אריבער בהיכל המתיבתא סניף ברך משה ווי דער רבי האט איבערגעלאזט די קשיא פאר די תלמידי המתיבתא אין די סוגיא פון 'התופס לבעל חב במקום שחב לאחרים', כנהוג איידערן אפרייזן למנוחת הנפש. דער רבי האט פארלאזט די ישיבה ארום 1:50.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברי"ק שעהנברוין הי"ו - ר' יחזקאל פראנקעל הי"ו, באולם כינור דוד.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:45 האט דער רבי אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:30.

בעת די זמני כניסה זענען אריין בקו'''פ גבאי קופת 'פקודת הקודש' - לטובת 'מוסדות קרית יואל', אינערהאלב די ישיבות קטנות בקר''י אינאיינעם מיט די בחורים וואס האבן אריינגעברענגט פון 1000 און העכער, דער רבי האט פארטיילט ספרו לב אהרן חידושי סוגיות אויף ראש השנה - סוכה, און מאציל געווען מברכות קדשו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' יצחק לויפער הי"ו (וומסב''ג) - ר' יודא טרייטל פעלדמאן הי"ו.
ר' משה יודא רובינשטיין הי"ו (וומסב''ג) - ר' אהרן משה שווארטץ הי"ו.

אזוי אויך איז פארגעקומען די שמחת קישור החיתון פון די מחותנים ר' דוד ווערטהיימער הי"ו - ר' אברהם חיים היילברוין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יחזקאל שרגא היימליך הי"ו (מאנסי), ווי דער רבי איז געווען סנדק.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר יחזקאל דוב באנדא הי"ו.
ב"ר יואל גאלדבערג הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ד', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

פארנאכטס ארום 7:00 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.

נאך מנחה איז רבינו שליט''א אריבער בבית הרבני הנגיד ר' עקיבא הערש קליין הי''ו צו דעם היסטארישן רייכע באנקעט לטובת דעם קרן הבנין פארן נייעם בנין האדיר תל תלפיות פון קהילתינו הק' ומוסדותי' אין ירושלים עיה''ק, - ווי שוין ברייט באריכטעט.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 10:20 ביז 1:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מאיר משה שפיטצער הי"ו - ר' יוסף קדיש פילאפף הי"ו.
ר' אייזיק הערש שפילמאן הי"ו - ר' יוסף לייב ברוין הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת פנחס 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר דוד מאיר ווידער הי"ו.
ב"ר יואל ברד"א יאקאב הי"ו.
ב"ר יואל מאשקאוויטש הי"ו.
ב"ר יעקב אהרן זאב גרין הי"ו.
ב"ר יוסף גביוף הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ז פסוק ט"ו, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף דברי יואל ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:10 ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה אום 8:10.


רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' מענדל מאיר גליק הי"ו (וומסב''ג) - ר' פישל גאלדבערגער הי"ו.
ר' יואל סופר הי"ו - ר' אהרן ברא"ש שווארטץ הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️

Thursday17 Tammuz 57837/6/2023

Photos · 8
אנ''ש ביים שלום נעמען פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א נאך תפילת שחרית, און דערנאך ביים אהיימשפאצירן לביתו נאוה קודש.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית ואמירת סליחות היינט שבעה עשר בתמוז בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת פנחס שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
ושם בת אשר שרח או סרח
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 פינחס תשפ''ג חו''ל8.6 MB
Photos · 3
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביים אנקומען נעכטן מיטן פריוואטן פליגער אינעם בערלין עירפארט נישט ווייט פון בעטלעהעם בעיר הנופש ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 15
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי זיין באזוך נעכטן אינעם בית השחיטה המהודרת דקהלתינו הק' פאר די גסות אין פאוסטוויל אייאווע.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Wednesday16 Tammuz 57837/5/2023

News
מיטוואך פנחס 8:55 פארנאכטס אין די יעצטיגע מינוטען האט בשעטו''מ געלאנדעט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין 'בערלין רידזשענעל עירפארט' אין מילאן ניו העמפשיר.

רבינו שליט''א וועט דאווענען תפילת מנחה אין עירפארט און דערנאך צופארן א וועג פון א שעה לביתו נאוה קודש אין בעטלעהעם ניו העמפשיר ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן אויף מנוחת הנפש.

פאר הזכרות קען מען רופן דעם הויז בחור.
917-378-3387

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
מיטוואך פנחס 5:46 אין פאוסטוויל אייאווע. אין די יעצטיגע מינוטען הייבט זיך די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, נאכן ארומגיין בטירחא דגופא גאנצע 5 שעה אין א צי, איבערן גאנצן בית השחיטה פלענט און מיטגעהאלטן דעם גאנצן סדר השחיטה, בדיקה, הכשרה ביז נאך פעקעדזשינג.
דער פליגער איז ערווארטעט צו לאנדן אום 9:00 אויפדערנאכט ניו העמפשיר צייט, אין א נאנטן עירפארט נעבן בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אראפשטייגן פונעם פריוואטן פליגער אין פאוטסוויל אייאווע, צו באזוכן די בית השחיטה המהודרת.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
מיטוואך פנחס 11:30 אין פאוסטוויל אייאווע, אין די יעצטיגע מינוטען האט געלאדענט די פריוואטע פליגער פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אינעם ארטיגן עירפארט, פון ווי רבינו שליט''א וועט צופארן א וועג פון א האלבע שעה צום בית השחיטה פלענט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Photo
כ''ק מרן רבינו הגה"ק שליט''א ביים עוסק זיין בתורה אויפן פליגער, אינטערוועגנס צו די שחיטה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Photos · 2
כ''ק מרן רבינו הגה"ק שליט''א ביים אויפשטייגן אויפן פריוואטן פליגער אין מאריס-טאון עירפארט אויפן וועגן צו די שחיטה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי תפילת שחרית אין מאריס-טאון עירפארט מיט א ענגע מנין, איידער אפליען צום בית השחיטה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
היינט אום 7:40 אינדערפרי האט כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א פארלאזט ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל אויפן וועג צום מאריס-טאון עירפארט, ווי רבינו שליט''א וועט דארט דאווענען תפילת שחרית, און תיכף דערנאך אפפליען מיט א פריוואטן פליגער צו באזוכן די מהודר'דיגע גסות שחיטה שע"י קהלתינו הק', אין פאוסטוויל אייאווע, אין באגלייטונג פון הגה"צ רבני קהלתינו וומסב"ג און מאנסי שליט"א און געציילטע מקורבים.

במשך דעם טאג וועט רבינו שליט"א אדורך גיין דעם גאנצן בית השחיטה פלענט, און אויפדערנאכט ממשיך זיין מיט'ן פריוואטע פליגער קיין בעטלעהעם ניו העמפשיר ווי דער רבי וועט זיך אויפהאלטן די קומענדיגע וואכן אויף מנוחת הנפש.

כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
Show earlier days