בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Thursday2 Menachem Av 57837/20/2023

Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים פארטיילן מטבעות קודש פאר די תלמידי הישיבה.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שלחן הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי תפילת שחרית והלל ומסיבת לחיים נעכטן ראש חודש אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מיטוואך דברים ר"ח אב 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45, עס האבן מיטגעדאווענט די תלמידי ישיבת גדולה עסק התורה.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר דוד ווייס הי"ו (קר"י).
רבינו שליט''א איז צוגעגאנגען צו הלל בהתעוררות רב כנהוג.
פתיחה: בנש"ק הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר, כהן: הב' יהושע ב"ר בנציון קאהן הי"ו (מאנסי), לוי: הגה''צ ר' שמחה שלום שטיינבערגער שליט"א, שלישי: הב' הבר מצוה, רביעי: רבינו שליט"א, די עלי' איז געקויפט געווארן דורך הרה"ח ר' שמחה ישראל אפפעל הי"ו, און דער רבי האט זיך באדאנקט. הגבה: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, גלילה: ר' דוד ווייס הי"ו.
מוסף הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א מנהל הישיבה.

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ''ד, דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע מנהגים פון ראש חודש.

ארום 11:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד ווי דער רבי האט מאריך געווען שלחנו הטהור לכבוד ר"ח אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה, פאר די פיש האבן תלמידי הישיבה געמאכט א סיום מסכת, הב' החתן יודא לייב ב"ר שלום אליעזר וועבער הי"ו (קר"י) אויף מסכת מנחות, און הב' אשר זעליג ב"ר חיים ישראל קלאגסבאלד הי"ו (לאנדאן) אויף מסכת מכות.

מען האט אויפגעגעבן א פליישיגע סעודה, ביים לחיים נאך די זופ האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די בחורים המסיימים, במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה.
מיט ברכו נפשי האט דער רבי מכבד געווען דעם מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש אויפן פסוק אין איכה 'גלתה יהודה מעוני' און געטייטשט אז אויף עבירות בין אדם לחבירו איז נישטא קיין מליצה ישרה און אויף דעם איז געקומען דער חורבן ביהמ''ק, און מעורר געווען נזהר צו זיין באהבת חברים און אין דעם זכות וועט מען ארויסגיין פון גלות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים.

ברכהמ''ז: הר"ר משה גראס שליט"א מקערעסטיר.

דערנאך האט דער רבי פארטיילט געבענטשטע מטבעות פאר די בחורים לקראת זייער נסיעה צו די מקומות הקדושים אין אייראפע, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו. מען האט געענדיגט ארום 1:00.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:50. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:40 געדאווענט מעריב.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, בעיר הנופש בעטלעהם ניו העמפשיר

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45.
נאכן דאווענען האט דער רבי אהיים שפאצירט עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער רש"י הקדוש וואס די יארצייט איז געווען כ"ט תמוז.

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 8:55. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:40 געדאווענט מעריב.

נאך מעריב האבן שלום גענומען תלמידי ישיבה גדולה עסק התורה מאנסי אינאיינעם מיט'ן מנהל הרה''ג ר' ישראל מרדכי זיידנפעלד שליט"א און די רמ''י הישיבה וועלכע זענען געקומען וויילען במחיצת הקודש אויף ראש חודש.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו"
פרשת דברים - חזון שנת תשפ"ג לפ"ק.

(מהדורת ארה"ב)

יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו

גם רצו"פ מדור משולחן מלכים

עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין:
ובין תופל ולבן - ביאורו
מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.

ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן'
ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
📄 דברים חו''ל (1)3.7 MB

Wednesday1 Menachem Av 57837/19/2023

Tuesday29 Tammuz 57837/18/2023

Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים שלחן הטהור לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה"ק הישמח משה זיע''א אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד', בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א גייענדיג אין ביהמ''ד אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד', און ביי תפילת מנחה לפני התיבה, בעיר הנופש בעטלעהעם ניו העמפשיר.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג דברים, כ"ח תמוז יומדהל''ק פון מרן הגה"ק הישמח ח משה זיע''א 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ''ד צו תפילת שחרית ארום 8:45. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה.

פתיחה: הרה"ח ר' משה ברוך שווארץ הי"ו (וומסב''ג), כהן: הרה''ג ר' לוי יצחק ברזעסקי שליט"א, לוי: הר''ר יושע זלמן ווערצבערגער שליט"א (קר"י), שלישי: רבינו שליט"א, הגבה: משב''ק הרה"ח ר' יושע מענדלאוויטש הי"ו, גלילה: הרה"ח ר' יצחק יוסף גראד הי"ו (וומסב''ג).

נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים לרגל די יומדהל''ק, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און דערציילט סיפורי קודש פונעם בעל הילולא פאר א לענגערע צייט.

דערנאך האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער פארשידענע ענינים פונעם בעל הילולא זיע''א.

נאכמיטאג ארום 5:15 איז געקומען אויף א באזוך בקו''פ בביתו נאוה קודש הגה"צ רבי הלל וויינבערגער שליט"א אבד"ק סערדאהעלי ורב מערכת הכשרות שע"י התאחדות הרבנים, וועלכע איז יעצט אינטערוועגנס פאר כשרות, דער רבי האט אים אויפגענומען ביותרת הכבוד און האט געהייסן דעם הויז בחור אריינצוברענגן מידי דמיזן קומענדיג פון אזא ווייטע וועג און האט מכבד געווען טועם צו זיין. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בהלכה איבער פארשידענע שאלות פאר נאנט צו א האלבע שעה, דערנאך האט דער רבי ארויסבאגלייט ביז די גאס.

שפעטער ארום 6:00 האט דער רבי משמיע געווען קורצע דב"ק דורך א הוקאפ פאר אנשי שלומינו אין לאנדאן ביי די אסיפה נחוצה 'מסורתינו' פאררופן בפקודת הקודש פון רבינו שליט''א.

דער רבי איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת מנחה ארום 8:30, אויפן וועג צום ביהמ"ד האבן שלום גענומען תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד' אינאיינעם מיט די ראשי הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א און הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א.
דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה.

נאך מנחה האט דער רבי מאריך געווען שלחנו הטהור לרגל די הילולא קדישא אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה גדולה שיעור ד'.
דער רבי האט זיך געוואשן צום סעודה און פאר די פיש האט דער ראש הישיבה הרה"ג ר' ארי' דוב קארנבלי שליט"א געמאכט א סיום אויף מסכת סוכה וואס איז געלערענט געווארן במסגרת הישיבה, און געזאגט קדיש.
ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געוואונטשן 'זכותו יגן עלינו', במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני גלות וגאולה, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הר"ר ר' אנטשיל גרובער שליט"א מגי"ש בקהלתינו הק' מאנסי.

רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש משולב מיט סיפורים פונעם בעל הילולא, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פאר די בחורים.
רבינו שליט''א האט געבענטשט אויפן כוס, הגבהת הכוס: הרה"ג ר' יצחק יעקב ראזענפעלד שליט"א מראשי הישיבה. מען האט געענדיגט ארום 9:50.

נאך די יארצייט סעודה האט מען געדאווענט מעריב, נאך מעריב האבן זיך געזעגענט א קבוצה אנ''ש פון מאנטרעאל וועלכע זענען געקומען מיטהאלטן די יארצייט סעודה, און דער רבי האט אהיים שפאצירט.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת דברים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א איז אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו תפילת שחרית ארום 9:10. נאכן דאווענען האבן זיך די געסט פון שבת געזעגענט.
אויך האבן תלמידי הישיבה איבערגעגעבן א תירוץ אויפן רבי'נס קשיא.
הב' ישראל ב"ר יואל ברא"א ווייזער הי"ו (קר"י).
הב' משה יודא ב"ר יואל אפרים פישל פריעד הי"ו (קר"י).

רבינו שליט''א איז אריין געקומען אין ביהמ''ד צו תפילת מנחה ארום 9:00. צווישן מנחה און מעריב האט דער רבי עוסק געווען בתורה אינעם ביהמ"ד. און ביים זמן ר"ת ארום 9:40 געדאווענט מעריב, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יודר געווען לפני התיבה לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הישמח משה זיע''א.
נאך מעריב האט דער רבי אהיים שפאצירט, עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער הרה"ק ר' אלעזר מ'ליזענסק זיע''א וואס די יארצייט געפאלט כ"ח תמוז.

▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days