בס"ד - סאטמארע נייעסEnglish
סאטמארע נייעס

סאטמארע נייעס

מהנעשה והנשמע 'בחצר הקודש' — נייעס, באריכטן, בילדער און ווידיאוס, בצל הקודש בקהילות הקודש תחת נשיאות הקודש של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

זונטאגי"ט טבת תשפ"א1/3/2021

נייעס
היינט נאכמיטאג האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אויפגעטרען מיט דב"ק ודברי חיזוק לימי השובבי"ם דורך א לייו הוק-אפ פאר בחורי אנ"ש תושבי ירושלים עיה"ק, ווי צווישן אנדערע האט די רבי געבעטן פון די מנהל הישיבה אפצושיקן פארן רבין נאך שובבי"ם א רשימה פון די בחורים וואס טיען זיך אויסצייכענען בלימוד התורה ועבודת התפלה במשך ימי השובבי"ם.
בילד
דער נייע באקוועמע מקום הלימוד.
בילדער · 4
ביהמ"ד בית דוב דקהלתינו הק' קרית יואל הערליך רענאווירט ווי עס איז צוגעבויעט געווערן א הערליכע היכל התורה.
באריכט
נעכטן מוצ"ש האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזוכט אין מאנסי אין שטוב פון הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער מנהל מוסדותינו הק' מאנסי לרגל די שמחת החתונה פון בנו, אלס אות הכרת הטוב פאר זיינע פילע לייסטונגען לטובת המוסדות, צווישן אנדערע האט זיך אויך באטייליגט הגה"צ אב"ד ור"מ מאנסי שליט"א,
צווישן אנדערע האט מען געוויזן פארן רבין די פלענער פון די בוי ארבעט ביי די בניני המוסדות פון בית רחל ביים גיגאנטישן קאמפלעקס אין עירמאנט, ווי די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו.

דערנאך האט די רבי באזוכט ביי הרבני הנגיד ר' רפאל פערלמוטער מראשי קהלתינו הק' מאנסי וועלעכע האט אפגעקויפט עטליכע זכותים אינערהאלב מוסדותינו הק' אומעטום, ווי די רבי האט געפראוועט א מסיבת לחיים און געווינטשן ברכות קדשו.
נייעס
יציאת צדיק מן המקום עושה רושם!
כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א לאזט זיך היינט ארויס אויף מנוחת הנפש במקום הנופש "פאלם ספרינגס" ביז קומענדיגע ד' בשלח.
כי מלאכיו יצוה לך לשמרך בכל דרכיך"

פאר הזכרות קען מען רופן די הויז בחור אויף
917-378-3387
נייעס
מוצש נאך הבדלה האט כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א באזוכט ביים סדר 'אבות ובנים' אינעם היכל התורה ווי די רבי איז אריבער צווישן די טישן און געשעפט א גרויסע קורת רוח פון די קול תורה, דערנאך האט מען ארויסבייגלייט דעם רבין מיטן ניגון "כי מלאכיו".

פרייטאגי"ז טבת תשפ"א1/1/2021

נייעס
שובו בנים שובבי"ם
באריכט
ועתה כתבו לכם את השורה הזאת!
פארגאנגענעם דינסטאג איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש פון כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אין וומ"ס די מעמד התחלת כתיבת ס"ת וואס ווערט געשריבן דורך נכדו הרה"ג חיים הערש ט"ב רב דביהמ"ד מהרש"א ראצפערט איאיינעם מיט מתפללי הביהמ"ד לע"נ הרה"ק ר' שלום אליעזר מראצפערט זי"ע

ווי עס איז פארצויגן געווארן א שמוס איבער די ס"ת פון ראצפערט וואס איז אנגעקומען קיין ניו יארק, און איז אריינגעגעבן געווארן דורך רביה"ק זי"ע בעל ברך משה צום ביהמ"ד הגדול קרית יואל שבועות תש"נ,
דערנאך האט די רבי געווינטשן ברכות קדשו פאר מתפללי הביהמ"ד און פאר נכדו הרב שליט"א.
נייעס
היינט נאכן דאווענען איז כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א אריבערגעגאנגען און שטוב פון הרה"ג ר' שאול לייב זאלדאן סופר סת"ם, וואס שרייבט די רבינ'ס ס"ת ווי די רבי האט אריינגעשריבן די ווערטער וזאת הברכה.
נאכדעם איז פארגעקומען א לחיים לרגל א ברית בבית ר' שאול לייב, ווי די רבי האט געווינטשן ברכות קדשו פארן סופר.
ווייז פריערדיגע טעג