יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון מ''מ וממשיך דרכו בקודש כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - עלי' לציון הק'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון מ''מ וממשיך דרכו בקודש כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' עם סיום ששה סדרי משנה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון מ''מ וממשיך דרכו בקודש כ''ק מרן רבינו הגה''ק שליט''א - תפילת שחרית בישיבה על קברו בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
News
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת הבן שיחי' אצל נכדו הר"ר מאיר אליעזר מייזליש שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א וחתן הרה"ג ר' אהרן שמואל דושינסקיא שליט"א ר"מ ישיבת בית יוסף צבי בן כ''ק אדמו''ר מדושינסקיא שליט''א
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
סעודות הילולא ומלוה מלכה היינט מוצש''ק ליל הילולא קדישא כ"ו מנחם אב, בבתי מדרשינו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
Friday24 Menachem Av 57838/11/2023
Report
פרייטאג ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה בנין קליין אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר שלמה נח היילברוין שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר אהרן בר"מ גאלדשטיין הי"ו. ב"ר נפתלי צבי קלאגסברוין הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן א לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים, די מלמדים און קינדער.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקו''פ בביתו נאוה קודש תלמידי ישיבה קטנה סניף אהבת התורה וומסב''ג בהנהלת הרה''ג ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א ווי דער רבי האט פארהערט די בחורים א לענגערע צייט אויף שו"ע הלכות ברכת הפירות, און דערנאך האבן די בחורים געפרעגט פון רבינו שליט"א שאלות איבער פארשידענע ענינים וואס מאכן זיך כסדר, דער רבי האט משיב געווען דבור דבור על אופניו, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בחורים, און פארטיילט פאר אלע בחורים ספרו לב אהרן אויף דברים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יואל בר"ע וויינשטאק הי"ו. בן הר"ר יוסף יושע גאלדבערגער שליט"א. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאכן דאווענען איז דער רבי אריבער אין ביהמ"ד אבני צדק ווי עס איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' מאיר אלי' גאלדבערגער הי"ו (ב"פ), ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז געווען אויף א באזוך בקו''פ הגה"צ רבי עזריאל מאיר קאהן שליט"א אבד"ק סענדשארדזש, אינאיינעם מיט עטליכע רבני ודייני קהלתינו הק'. עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס איבער די פעולות לטובה פאר קהילת 'אור חדש דרבינו יואל' אין גואטאמאלא ווי די חשובע רבנים שליט"א שטייען בראש פון די קהילה, דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר די חשובע רבנים שליט"א און די אנוועזענדע עסקנים.
נאכמיטאג ארום 7:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 8:20 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען אינעם זאל א מסיבת הכרת הטוב פאר א קבוצה נכבדה מאנ''ש תומכי מוסדותינו הק' בבני ברק, אינאיינעם מיט א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' בבני ברק יצ''ו. מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש וחיזוק לכבוד המעמד, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
דערנאך איז פארגעקומען די התחלת כתיבת ס''ת, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט ספרו חידושי תורה מהר"א ט"ב פאר אלע נדבנים. מען האט געענדיגט ארום 8:50.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שלמה הערש בר"מ עקשטיין הי"ו - ר' אברהם מאיר יעקב פאלאטשעק הי"ו. רט חיים בנציון וויינפעלד הי"ו - ר' משה פישער הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:50.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
NoticeVideo
מסיבת הכרת הטוב פאר א קבוצה נכבדה מאנ''ש תומכי מוסדותינו הק' בבני ברק, אינאיינעם מיט א התחלת כתיבת ספר תורה וואס ווערט געשריבן דורך חברי קהלתינו הק' בבני ברק יצ''ו, פארגעקומען נעכטן בראשות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א דעם דינסטאג ביי תפילת מעריב בבית מדרשינו הגדול ב"פ, און ביי ניחום אבלים פון די משפחת הרבנית מרגליות ע"ה נכדת רביה"ק בעל עצי חיים זיע"א.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים אסיפה דעם דינסטאג אינאיינעם מיט הגאון הגדול דומ''ץ קרית יואל שליט''א, ווי דער רבי האט משמיע געווען לענגערע דב''ק הדרכות און הוראות פאר די פארקויפערינס און אייגנטומערינס פון די כיסוי הראש געשעפטן אין קרית יואל, וועלכע זענען געווען פארזאמעלט אינעם קוויטל שטוב בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
NoticeNoticeNews
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת ראה תשפ"ג לפ"ק.
הגה"צ רבי עזריאל מאיר קאהן שליט"א אבד"ק סענדזשארזש אויף א באזוך בביתו נאוה קודש אינאיינעם מיט עטליכע דייני קהלתינו הק' וומסב"ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 9
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, עב''ג בת הרה''ג רבי שלום האלבערשטאם שליט''א, חתן הגה"צ רבי יהודא חיים האלבערשטאם שליט"א אדמו''ר מנאסויד, דינסטאג נאכט אין די סקווירא זאלן אין ב"פ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת ראה (מבה"ח) שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: וצדקת"ו עומדת לעד - מצות צדקה מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן
מיטוואך פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' יעקב יושע שעהנברוין הי"ו, וואו דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יואל שלמה יאקאב הי"ו, וואו דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ישיבה קטנה 'סניף השיב משה' בהנהלת הר"ר שמעון אברהם ראטה שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר נסים סאאל הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק און מסיים געווען בברכת קדשו.
דערנאך איז דער רבי אראפ צו די תלמידי כתות ג' ד' ה' וואו דער רבי איז אריין אין עטליכע כיתות און זיך אומגעקוקט אויף די לימודים.
פון דארט איז דער רבי אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בנציון קליין הי"ו וואו עס איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר קליין הי"ו, וואו דער רבי איז געווען סנדק. ולבן הנולד אצל ר' דוב בער פאלאטשעק הי"ו (וומסב''ג), וואו דער רבי איז געווען סנדק.
נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אסף וואלבערג הי"ו - ר' יואל בר"א זילבערשטיין הי"ו, באולם כינור דוד. ר' ישראל אהרן אייזדארפער הי"ו - ר' הערש בער מייזעלס הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
דערנאך איז דער רבי אריבער בבית הרה"ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי"ו אין קרית יואל צום שידוך שליסן פון זיין טאכטער הכלה תחי' עב"ג הבה"ח עזריאל ני"ו בן ר' משה ליפא גוטמאן הי"ו, עס האט זיך פארמירט א שיינער שמועס, מ'האט געשלאסן דעם שידוך, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר חתן וכלה און די חשובע מחותנים שיחי'.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
בעת די זמני כניסה איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך הרה"ח ר' שלמה שעהנברוין הי"ו און ווערט אריינגעגעבן דעם שב"ק אין ביהמ"ד דברי חיים דער רבי האט אריינגעשריבן עטליכע אותיות געטרינקן און מאציל געווען מברכות קדשו.
אזוי אויך זענען אריין די עסקני וראשי 'קרן אברהם יוסף' שע"י מבצר הכוללים פון וואו עס ווערט פארטיילט יערליך ריזיגע סכומים פאר מוסדות עטה"ק בארה"ק עס האט זיך פארמירט א שמועס איבער די פילצאליגע פעולות פונעם קרן, וואו מען האט ארויסגעברענגט אז אינאיינעם מיט די אנדערע קרנות וועלכע גייען אן אין עטליכע בתי מדרשים איבער קרית יואל ווערט פארטיילט קרוב צו א מיליאן דאלער פאר די מוסדות הק' דער רבי האט שטארק מחזק געווען די עסקנים און ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שמואל ברא"ל בראך הי"ו - ר' יואל בערנאטה הי"ו. ר' יואל מאיר פריעדמאן הי"ו - ר' אלי' מרדכי בראך הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:10, נאך מעריב איז אריין בקודש פנימה הגה"צ רבי שמואל בנימין קרויס שליט''א נשיא ישיבת תו"ח לאנדאן ולרפו"ש דער רבי האט דורש געווען בשלומו און ווארעם געוואונטשן ברכת קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת ראה 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה יודא בר"י עקשטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יחזקאל שרגא האניג הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:20 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש. נאך מנחה איז דער רבי אריבער לביתו נאוה קודש אויף איהעל קארט, אינאיינעם מיט הגאון האדיר הדומ"ץ שליט"א ווי עס איז פארגעקומען א לענגערע אסיפה מיט די פארקויפערינס און אייגנטומערינס פון די כיסוי הראש געשעפטן אינעם שטאט ווי מען האט דן געווען דברים העומדים על הפרק, דער רבי האט משמיע געווען דב"ק והדרכה פאר א לענגערע צייט, און אוועקגעשטעלט תקנות, גדרים וסייגים צווישן די געשעפטן, און שטארק אויפגעפאדערט זיך צו האלטן על דרכי הצניעות און נישט פארקויפן און מכשיל זיין די נשים צדקניות בעניני צניעות אין אזא הייליגע שטאט.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' שמואל מרדכי שטיין הי"ו - ר' אלי' שפיטצער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
ארום 8:30 האט זיך רבינו שליט''א ארויסגעלאזט אויפן וועג קיין ב"פ צום שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב יואל טייטלבוים שליט"א בן הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א, וואס איז פארגעקומען אין די סקווירא זאל אין ב"פ. דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:15, און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים שליט''א, עס האבן אויפגעטרעטן די מחותנים הגה"צ אב"ד סיגוט שליט"א און הגה''צ ר' שלום האלבערשטאם שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, אלץ עדות מצד החתן האבן געדינט הרה"ח ר' משה גלאנצער הי"ו און הרה"ח ר' חיים יושע געלבשטיין הי"ו ראה"ק דק''ק עצי חיים סיגוט.
רבינו שליט"א האט משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן חתן, מחותנים, זיידעס, און פארן גאנצן ציבור. מיט קריאת התנאים האט דער רבי מכבד געווען דעם זיידן כ''ק אדמו''ר מנאסויד שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00, אויפן וועג ארויס איז דער רבי געגאנגן אנוואונטשן פאר די כלה כנהוג.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער בבית מדרשינו הגדול ווי דער רבי האט געדאווענט תפילת מעריב, פאר מעריב האט זיך דער רבי באגריסט מיט המשפיע הרה"ג ר' שמעון שפיטצער שליט"א פון ארה"ק וועלכע האט נארוואס געהאט פארענדיגט זיין דרשה בבית מדרשינו הגדול כנהוג א גאנצן זומער במסגרת שיעורי תורה בימי הקיץ שע"י התאחדות אברכים דקהלתינו הק'.
נאך מעריב איז דער רבי אריבער געגאנגן מנחם אבל זיין משפחת הרבנית מרגליות ע"ה נכדת רביה"ק בעל עצי חיים זיע''א, צווישן אנדערע אחיה הרה"צ ר' אברהם חיים האלבערשטאם שליט"א אבד"ק רודניק, עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי אבותיה"ק לבית סיגוט, און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין. דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן קיין קרית יואל לביתו נאוה קודש.