כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי די סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט די תלמידי ישיבה גדולה סניף עצי חיים שיעור ג', בהיכל הישיבה בביהמ''ד ראדאשיץ אויף די פרילענד גאס אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 6
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט די אנגייענדע בוי ארבייט ביים פארדאפלן דעם ביהמ''ד און מקוה בבית מדרשינו בית שמואל - 'שכונת דברי חיים' בקרית יואל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 11
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מעמד יציקת הבורות ומסיבת לחיים בבית מדרשינו 68 דולעק - 'שכונת זרע קודש' בקרית יואל יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
פייל
גליון "קול התאחדותינו" פרשת שופטים שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: ארץ ישראל גבוה מכל הארצות מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן
בוי ארבייט אנגעהויבן ביים צווייטן בנין הבית רחל החדש 'בנין ניישטאדט' אין מאנסי.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 10
מאסיווע בוי ארבייט אין בנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין' אין מאנסי בחצר ביהמ''ד הגדול, מארשירט פאראויס מיטן פולסטן שוואונג צו באנייען דעם בנין האדיר שוין אויף דעם אסרו חג הבעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילדער · 8
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א האט באזוכט נעכטן אין מאנסי, די אנגייענדע בוי ארבייט אין בנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין' בחצר ביהמ''ד הגדול.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' שרגא פייש הערצאג הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' אהרן ברי"י וויינשטאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר יצחק פארקאש הי"ו. נאכן דאווענען איז דער רבי אריין לחדרו הפרטי לייגן רבינו תם תפילין.
ארום 12:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו אמירות תפילת יו"כ קטן. בעל תפילה: הרה''ג ר' מאיר צוויבל שליט"א ר"מ בישיבה, דער רבי האט מאריך געווען ביי די פיוטים בבכיות, בפרט ביי די ווידוי פון רבינו נסים, מען האט געענדיגט ארום 1:30. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 6:45 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין מאנסי ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לוי' און מלוה געווען די מטה פון כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך ביי די אנגייענדע בוי ארבייט אין בנין הת"ת החדש 'בנין גאלדשטיין' אינטערן ביהמ''ד הגדול, דער רבי איז ארומגעגאנגען אין אלע שטאקן פונעם בנין אין באגלייטונג פונעם מנהל המוסדות הרה"ח ר' שמואל זאנוויל ווערטהיימער הי"ו, און דער בוי מייסטער פונעם בנין הרה"ח ר' יצחק גרובער הי"ו. דערביי האט הרה"ח ר' שמואל זאנוויל הי"ו איבערגעגעבן א באריכט פון די פלענער צו באנייען דעם בנין האדיר שוין אויף דעם אסרו חג הבעל"ט.
ר' שמואל זאנוויל האט אויך מבשר געווען פאר רבינו שליט"א אז אי"ה מארגן דאנארשטאג ר"ח אלול וועט מען אי"ה גיסן די יסודות פאר'ן נייעם בנין בית רחל 'בנין ניישטאדט', די צווייטע פון די דריי בית רחל בנינים אויפן שטח המוסדות אויף טשערי לעין, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו.
ארום 8:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
ארום 9:20 איז רבינו שליט''א אריבער צו די יערליכע מסיבה לטובת מוסד הק' רב טוב וואס איז דאס יאר פארגעקומען בבית הרה''ח ר' אברהם יודא ראזענבערג הי"ו, דער רבי האט געטרונקען לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 9:40 ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. הרה"ג ר' יצחק שלום פריעדמאן שליט"א מו"ץ, - ר' שלמה זלמן ווייס הי"ו. ר' יעקב קעללנער הי"ו - ר' חיים נתן וויינשטאק הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:40.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מיטוואךכ"ט מנחם אב תשפ"ג8/16/2023
בילד
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אין מאנסי, ביי די לוי' פון כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא זצ''ל.
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביי די קביעת המזוזה ומסיבת לחיים פארן נייעם פראכטפולן לאקאל פונעם איגוד הסופרים שע"י בית הוראה קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
דינסטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יעקב שלום מאשקאוויטש הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר'ן בר מצוה בחור ב"ר יוסף גאטהערער הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק א', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיטן בר מצוה בחור בהיכל הביהמ"ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער צום בנין פון די נייע מקוה טהרה בקר''י ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר עטליכע נייע בורות, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די נדבני הבורות הרה"ח ר' יואל בערנאטה הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל גאלדשטיין הי"ו צו גיסן זייערע בורות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבני וועד לעניני מקוואות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א ארויף בהיכל הישיבה סניף ויואל משה, ווי דער רבי האט געלערנט מיט א חברותא מתלמידי הישיבה בחדרו הפרטי.
ארום 5:45 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' בעריש שעהנברוין הי"ו ווי עס איז פארגעקומען די סיום כתיבת האותיות פאר די ס"ת וואס ווערט אריינגעגעבן דורך חברה הצלה קרית יואל, לביהמ''ד אנשי חסד בבנין חברה הצלה. דער רבי האט אריינגעשריבן די לעצטע אותיות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' יואל יצחק שטערן שליט"א דומ''ץ חברה הצלה, מען האט געזינגען ניגוני התעורורות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו פאר הרה"ח ר' בעריש שעהנברוין הי"ו און אלע חברי הצלה. מיט הגבה איז מכובד געווארן הרה"ח ר' שמעון ליבערמאן הי"ו און מיט גלילה הרה"ח ר' קאפיל שעהנברוין הי"ו און מיטן אנטוהן די מענטעלע הרה"ח ר' חיים אלעזר הורוויץ הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ספר תורה און זיך ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע ריקוד א לענגערע צייט, און דערנאך ארויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר בתופים ובמחולות.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם פראכטפולן לאקאל פון 'איגוד הסופרים' שע"י בית הוראה דקר''י אויף די ליזענסק גאס, דער רבי איז אריין אינעם געשעפט און זיך אומגעקוקט אויף די אויסשטעלונג פון די מזוזות פון צענדליגער סופרים פון קר"י, דערנאך האט דער רבי קובע מזוזה געווען אויפן הויפט אריינגאנג און מכבד געווען הרה"ח ר' אברהם יושע גלאנץ הי"ו וועלכע שטייט בראש פונעם פראיעקט צו קלאפן א מזוזה. דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו און פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען קורצע דב"ק וברכה. דערנאך האט אויפגעטרעטן הרה"ח ר' אברהם יושע הי"ו ווי ער האט ארויסגעברענגט די מטרה פונעם פראיעקט און די פלענער פונעם איגוד הסופרים, מען האט געענדיגט ארום 6:45.
ארום 7:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דערנאך אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:50 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:15 בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר זלמן לייב שעהנפעלד הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ז', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
נאכמיטאג ארום 8:00 אזייגער האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 8:30 ביז 12:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' דניאל שמעון אלטמאן הי"ו (וומסב''ג) - ר' יואל משה מאלח הי"ו.
דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 12:45.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
בילדנייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת הבת שיחי' אצל נכדו הרב מאיר יודא אשכנזי שליט"א. בן הגה"צ אב"ד אויסטילא שליט"א וחתן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
דינסטאגכ"ח מנחם אב תשפ"ג8/15/2023
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי די ריקודין, נאכ'ן סיום כתיבת האותיות בבית הרה''ח ר' בעריש שעהנברוין הי''ו, פאר די ס"ת וואס ווערט אריינגעגעבן דורך חברה הצלה קרית יואל, לביהמ''ד אנשי חסד בבנין חברה הצלה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגכ"ז מנחם אב תשפ"ג8/14/2023
באריכט
זונטאג פרשת שופטים כ''ו מנחם אב יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א 'בצל הקודש' פון מ''מ וממשיך דרכו בקודש כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט"א האט געדאווענט תפילת שחרית בבנין הישיבה על קברו, היכל המתיבתא סניף דברי יואל, אינאיינעם מיט א גרויסן ציבור אנ''ש און תלמידי המתיבתא. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב ק"י וחתן הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א. ב"ר יעקב מרדכי גראס הי"ו. ב"ר אביגדור בלייך הי"ו. ב"ר אברהם ישראל הערשקאוויטש הי"ו. ב"ר ברוך מארקאוויטש הי"ו.
נאכן דאווענען ארום 12:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום מסיבת לחיים לפני עלי' לציון הק' ברוב עם הדרת מלך, מען האט געזינגען נגוני התעוררות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעווינטשן פאר די בר מצוה בחורים און פארן גאנצן ציבור.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען דברות קודש, הכנה והתעוררות איידערן פוקד זיין דעם ציון הקדוש, אויפן פסוק 'צדק צדק תרדוף' א צדיק קען אויף יענע וועלט משפיע זיין גרעסערע השפעות ווי בחיים חיותו, און נאכגעברענגט פון רביה''ק זיע''א אז זיין נאמען י'ואל ב'ן ח'נני' י'ו"ט איז ר"ת י'עלזו ח'סידים ב'כבוד י'רננו, ובקול חונק בדמעות געבעטן מען גייט מתפלל זיין ביים ציון עס זאל נשפע ווערן רפואות און ישועות און שמחה אין אידישע הייזער, און ארויסגעברענגט דעם קשר אמיץ און די חיבה וקירבה יתירה צו די בחורים און די ישיבה, און אויפגעפאדערט די בחורים זיך אויפצופירן ווי א תלמוד פון זיין ישיבה, און מסיים געווען בברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.
נאכן מסיבת לחיים ארום 12:50 איז רבינו שליט"א ארויף צום ציון המצויינת, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט מיט א נשמה ליכט, און געזאגט די תפילה 'שלום עליך' פונעם ישמח משה זי"ע בבכיות נוראות, און דערנאך פארגעזאגט פון קאפיטל צ' ביז ק"ז כנהוג, און געזאגט דעם יהי"ר בהשתפכות הנפש, דערנאך האט דער רבי געלערנט פרקי משניות און געזאגט קדיש דרבנן. רבינו שליט"א האט געליינט קוויטלעך א לענגערע צייט, בשעת מ'האט געזונגן ניגוני התעוררות וואס פלעגט געזינגען ווערן בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא, דערנאך האט זיך דער רבי משתטח געווען אויף ציון הק' א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 1:45.
נאכמיטאג ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, פארן דאווענען האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה.
פארנאכטס ארום 8:30 איז רבינו שליט"א אריינגעקומען צו די צענטראלע סעודת הילולא בבית מדרשו פונעם בעל הילולא אין ביהמ"ד הגדול בקרית יואל במעמד אלופי אלפי ישראל, דער רבי האט זיך געוואשן צו די סעודה און מאריך געווען שלחנו הטהור, און דאן געמאכט דעם סיום הש"ס וששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך די חברה ש"ס דקהלתינו הק' און דערנאך געזאגט דעם הדרן און קדיש, ביי די לחיים נאך די פיש האט דער רבי געווינטשן 'זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל'. במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני דביקות וגעגועין וואס מען פלעגט זינגען בבית מדרשו פונעם בעל ההילולא. מיט מכתם לדוד האט רבינו שליט"א מכבד געווען הגה"צ ר' חיים יוסף ווערצבערגער שליט"א אב''ד הוניאד קר''י.
ארום 9:55 האט רבינו שליט"א אנגעהויבן די דברות קודש, דברי חיזוק ומוסר, וחובת השעה בדברים העומדים על הפרק, דער רבי האט זיך געשטעלט אויפן פסוק 'שופטים ושוטרים תתן לך' און געטיישטש במשנתו פונעם בעל הילולא, און ארומגערעדט איבער גדלותו וצדקתו און די פעולות לרוב וואס רביה"ק האט אויפגעטוהן בכלל ובפרט אין אלע עמודי עולם, תורה, תפילה, און חסד, און מעורר געווען אידן לתשובה ביי זיינע דברי כיבושין ביי של''ש און די פלאמפייערדיגע דרשות, אויפגעשטעלט מוסדות החינוך פאר אינג אין אלט, פעלות לטובה פאר כשרות און עניני קדושה וצניעות, עס ליגט א פליכט ממשיך צו זיין אין די אלע ענינים, זיין פייערדיגע מלחמה לה' קעגן טומאת הציונות אין אלע אירע מלבושים וואס מיר דארפן ווייטער אנהאלטן מחזק צו זיין מוסדות עטה''ק און ארויסגעברענגט לשבח פון די אברכי הכוללים אין קר"י וואס האבן צוזאמגעשטעלט די יאר א מיליאן דאלער פאר מוסדות עטה"ק בארה"ק דורכ'ן 'קרן אברהם יוסף', חוץ פון אלע אנדערע אברכים ואנ"ש די בכל אתר ואתר, וואס באטרעפט אויך א ריזיגן סכום. דערביי האט דער רבי ארויסגעברענגט די פולע פעולות פון רביה''ק הבעל הילולא זיע''א צו שטיצן די ביד''צ עדה החרדית און ירושלים עיה''ק, און דערמאנט די שווערע מלחמה פון אביו רביה''ק בעל ברך משה זיע''א ווען ער האט געזעהן די עדה החרדית אין א סכנה, און מיט ווייטאג ארויסגעברענגט אז עס איז דא מענטשן מבפנים אין די עדה החרדית וואס צוברעכן און זענען מהרס די עדה החרדית מיט פארשידענע פעולות שאין רוח חכמים נוחה הימנו, עס איז דא א פחד פון טעראר וואס מאכט אנדערע שווייגן, אונז דא פון דערוייטנס זענען מתפלל מהפך צו זיין דעם וי צו טוב, די זעלבע איבער די גזירה פון גיוס בני ישיבות אין ארה"ק וואס גייט אן מיטן פולן קראפט און קיינער ווייסט נישט מה יולד יום.
א הייליגער אויר האט זיך געשפירט אין מקום הקדוש בית מדרשו של רבי זיע''א ווען דער רבי האט אויסגערופן אז דער שטאט 'קרית יואל' וואס רביה''ק זיע''א האט אויפגעשטעלט לשמו ולזכרו האט זיך ב''ה צו-וואקסן אין אלע זייטן, עס האלט שוין ביי ארום אכט טויזענט משפחות, אריבער פיר און פערציג טויזענט נפשות קע"ה כ"י!, און אזוי ווי מען האט שוין בעבר גערעדט 'קרית יואל' איז נישט באגרעניצט צו א ווילידזש, קדושה האט נישט קיין גבול און אלעס ארום איז א חלק פון קרית יואל, מיטן רופן דעם הייליגן נאמען 'קרית יואל' ברענגט א קשר עליון פון די תושבים צו רביה"ק וואס ע"ש נקרא און איז משפיע קדושה אויף די שטאט, יעדער וואס ציהט זיך אהער צו איינע פון די געגענטער אין קר''י איז דאס אדעתא דהכי אז ער מוז זיך מקבל זיין חומרות המקום שהלך לשם. דאן האט דער רבי אויסגערופן מיט א אש קודש און קורא שם געווען אויף אלע געגענטער אלע שכונות מיט הייליגע נעמען אזוי ווי די ביז יעצטיגע שכונות אין קרית יואל, כדי משרה צו זיין קדושת המקום און א המשכה פונעם קדושה פון קר''י.
ויקרא להן שמות כשמות אשר קרא להן אביו בלומינגראוו. די געגענט פון דאלאס 'שכונת דברי חיים'. די געגענט פון ווירדזשיניע 'שכונת זרע קודש'. די געגענט פון לעיק שאור 'שכונת שאגת אריה'. וואדבארי ווילאס 'שכונת חתם סופר'. סמיט גארדענס 'שכונת ברוך טעם'. קאנטרי האלאו 'שכונת חכם צבי'. היילענד לעיק עסטעיטס 'שכונת בית יוסף'.
שמא קגרים! דער רבי האט אויסגעפירט אז מיט'ן רופן מיט די הייליגע נעמען וועט עס משפיע זיין רוחניות און גשמיות פאר אלע תושבים 'תושבי קרית יואל' אזוי ווי דער בעל הילולא האט געוואלט בלי שום שינוי.
דער רבי האט ממשיך געווען מיט די ירושה וואס רביה"ק זיע''א האט איבערגעלאזט די מוסדות החינוך איבער דער גארער וועלט און ב"ה עס איז מוסף והולך בכמות ובאיכות, און מעורר געווען בעניני צניעות וכיסוי הראש א שייטל וואס איז נראה כשער ממש איז אסור בכל הדיעות, און גערעדט איבער די ביליגע דירות פראיעקט און געזאגט 'אני על משמרתי אעמודה' מען טוהט פולע פעולות מען זאל קענען בקרוב מוציא זיין מכח אל הפועל סיי ביי דעם פראיעקט און סיי אויף אנדערע פלעצער בס"ד. די גזירות החינוך אין ניו יארק ווערט ערגער און ערגער הקב"ה זאל שומר ומציל זיין אז זיי זאלן נישט האבן קיין שום שליטה אויף אונזער חינוך, און ארויסגעברענגט לשבח פון אונזערע ישיבות וואס שטעלן צו פאר א בחור וואו צו זיין ביז ער האט חתונה, און מעורר געווען איבער שיקן בחורים לערנען אין פרעמדע ישיבות וואס מען גייט נאכדעם קיין ארץ ישראל וואס דאס ברענגט א שרעקליכע הפקירות באיזה אופן שיהי', דער רבי האט מסיים געווען מען שטייט ביומדהל''ק מען האפט אז רביה"ק זיע''א איז עומד ומתפלל פאר אונז געהאלפן צו ווערן בכל מילי דמיטב עד ביאת הגואל בב"א.
נאך די סעודת הילולא איז הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א אריין בקו''פ בחדרו הפרטי, ווי ער האט געגעבן פארן רבי'ן א רשימה פון תלמידי ישיבתינו הק' לאנדאן וואס פארפעלן נישט קיין פארטאגס אינערהאלב די חבורה 'אשכים ואשנה' אין קעמפ.
נאך עטליכע מינוט איז דער רבי אריינגעקומען צו תפילת מעריב אין ביהמ"ד הגדול, בעל תפילה: הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א.
זכותו הגדול והקדוש יגן עלינו ועל כל ישראל
▫️ סאטמאר'ע נייעס ▫️
בילדער · 2
הגה''צ אבד''ק לאנדאן שליט''א נעכטן נאך די סעודת הילולא בחדרו הפרטי פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, ווי ער האט געגעבן פארן רבי'ן א רשימה פון תלמידי ישיבתינו הק' לאנדאן וואס פארפעלן נישט קיין פארטאגס אינערהאלב די חבורה 'אשכים ואשנה' אין קעמפ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
שב''ק פרשת ראה מברכים חודש אלול 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:35 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה"ח ר' חיים שלמה קרויס הי"ו.
מען האט געענדיגט ארום 10:05, דער ציבור איז אריבער גוט שבת זאגן און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 10:40 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא, און א קבוצה נכבדה מאנ''ש תומכי מוסדותינו הק' בבני ברק, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הגאון רבי אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א בן מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען נכדיו חתני הגה''צ אב''ד סיגוט שליט''א. כל מקדש: הרב מרדכי יודא האלבערשטאם שליט"א, מנוחה ושמחה: הרב אברהם רוקח שליט"א.
רבינו שליט''א געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און געטייטשט בדרך דרוש אז דורך זיך פירן בענווה איז נח לאדם שנברא.
קה אכסוף: נכדו הרב חיים שלמה הורוויץ שליט"א, ברכהמ''ז: הגאון רבי אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א בן מרן פוסק הדור מרא דארעא קדישא שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט א לענגערע צייט פון דודו רביה"ק בעל דברי יואל זיע''א וואס די יארצייט איז געווען דעם זונטאג כ"ו מנחם אב.
קה רבון עלם: נכדו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט, די פרישע חתנים זענען אדורך נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרב חיים בן הרה"ג רבי אברהם מאיר האלבערשטאם שליט"א. מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 1:25.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' ברוך אילאוויטש הי"ו (בני ברק), צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יהודא ראזענפעלד הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הרה"ח ר' יעקב אלימלך ראזמאן הי"ו (בני ברק).
עליות. כהן: ר' יחיאל רובין הי"ו - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: הרה"ח ר' אפרים משה לעווי הי"ו (בני ברק). שלישי: הגאון ר' אפרים זלמן שטערנבוך שליט"א. רביעי: הרה"ח ר' יצחק אייזיק ווייס הי"ו (בני ברק). חמישי: החתן ב"ר יושע יאקאב הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט די מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל. ר' אברהם וואלף ווייס הי"ו. ר' אליעזר ווייזער הי"ו. ר' מרדכי פעלדמאן הי"ו. ר' אשר יונה שווארץ הי"ו (וומסב''ג). ר' נפתלי הירצקא קויפמאן הי"ו. ר' משה ארי' ברי''ש פריעדמאן הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר מנחם ליבערמאן הי"ו. הוספה: החתן ב"ר שמואל מרדכי שטיין הי"ו. אחרון: החתן ב"ר מאיר מרדכי בודק הי"ו. מפטיר: הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחעמעלניק מאנסי. הגבה: הרה"ח ר' מרדכי שלעזינגער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' יושע יאקאב הי"ו.
רבינו שליט"א האט ר''ח געבענטשט בהתעוררות רב, און צוגעגאנגען צו תפילת מוסף לרגל די הילולא קדישא, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יצחק שטיין הי"ו (וומסב''ג).
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יוסף בנימין ווייס הי"ו (וומסב''ג), ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:55.
נאכמיטאג ארום 7:10 איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צו פרקי אבות, דער רבי האט זיך געשטעלט אויף פרק ה' משנה י"ח 'כל המזכה את הרבים אין חטא בא על ידו, משה זכה וזכה את הרבים, זכות הרבים תלוי בו' און געטייטשט אויף 13 אופנים בדרך דרוש ואגדה ומוסר, און ביים סוף מעורר געווען זיך מתדבק צו זיין במידות האמת און זיך מתרחק זיין פון מידות השקר, עס קומט ימי אלול וואס מען דארף אויסניצן לתשובה ולתיקון המעשים, און נאכגעזאגט פון הרה''ק רבי פנחס'ל קאריצער זיע''א אז א שקרן קען נישט תשובה טוהן, און מסיים געווען בברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 8:00 און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי. רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי אריינגעקומען ארום 8:25. מנחה הרה"ח ר' ירחמיאל וואלף פריעד הי"ו. הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אסף וואהלבערג הי"ו (ב"פ). כהן: הרה"ח ר' זושא הכהן רובין הי"ו (וומסב''ג). לוי: הרה"ח ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו. שלישי: נכד רבינו הרב חיים הערש טייטלבוים שליט"א מראצפערט. הגבה: רבינו שליט''א. גלילה: ר' בנימין פריעדמאן הי"ו (בני ברק).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ראה אנכי נותן לפניכם היום ברכה' און געטייטשט אז א גאנץ יאר זוכה צו זיין צו הערן דעם קול ה' און נתעורר ווערן לתשובה דארף מען זיין ספעציעל ראוי, אבער אין חודש אלול דורך דעם קול שופר איז יעדער זוכן. צו הערן דעם קול ה', און מסיים געווען בדברי התעוררות לחודש אלול מען זאל אויסניצן די שעות פון דעים חודש לתשובה ולתיקון המעשים.
ידיד נפש: הרה''ח נפתלי לעבאוויטש הי''ו (וומסב''ג), קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף פנחס סטרולאוויטש הי"ו. דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
רבינו שליט"א איז צוגעגאנגען צו מעריב מוצש''ק און געזאגט קדיש לרגל די הילולא קדישא.
יומא דהילולא קדישא של רביה''ק זיע"א כ"ו מנחם אב, בצל הקודש פון מ''מ וממשיך דרכו בקודש כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א - סעודת הילולא רבתי עם סיום הש''ס, במקהלות אלפי אנ''ש בבית מדרשו של בעל ההילולא זיע"א ביהמ''ד הגדול בקר''י.