בס"ד · Satmara Niyesאידיש
Satmara Niyes

Satmara Niyes

What is happening 'in the holy court' — news, reports, photos and videos from the holy communities under the leadership of the Satmar Rebbe shlit"a

The news is written in Yiddish. Translate news to English

Wednesday6 Elul 57838/23/2023

Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים צינדן ליכט און תפילת שחרית היינט ו' אלול יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה''ק הייטב לב זיע''א, בהיכל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בקר''י.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביי ניחום אבילים ביי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Notice
עיר האבות סיגוט ביומא דהילולא קדישא של מרן הגה"ק בעל ייטב לב זיע"א.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.

אין די מיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכענטליכע זמני כניסה.

שטייענדיג בימי הרחמים והרצון איז די זמני כניסה בקודש פנימה שוין געווען פון ארום 4:45 נאכמיטאג ביז אים 11:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט, ווי הונדערטער אידן זענען אריין בקו"פ להתברך בברכת כוח"ט.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30, און מעריב ארום 10:15 פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און צוגעגאנגען צום עמוד לרגל די הילולא קדישא פון זקינו מרן הגה''ק הייטב לב זיע''א.

נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין ב"פ צו ביהמ"ד ראחמיסטריווקא אויף ניחום אבילים ביי האדמורי"ם מראחמיסטריווקא שליט"א נאך די פטירה פון אביהם כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא זצ"ל, עס האט זיך פארצויגן א שמועס און דער רבי האט געוואונטשן ברכת תנחומין.
דערנאך איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש קיין קרית יואל.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Tuesday5 Elul 57838/22/2023

Notice
אנאנס:

און וואס איז געווען דעם רבי’נס השקפה אויף שלום וקדושת הבית?

ערשטמאליג!
הערליכע נייע קונטרס אין אידיש ערשינען מיט קרוב צו 60 זייטן פון ערשטהאנטיגע הוראות והדרכות פונעם רבי’ן זי”ע בעניני הבית.

קויפט יעצט, און באקומט גלייך אייער PDF קונטרס אין אימעיל:
Kinteress.com

ספעציעלע דיסקאונט קאוד ערמעגליכט דורך חשובע נדבן שיחי’ פאר ערשטע 2000 קונים: Eb$31

פריוויא אוועילבל בחנם
www.dropbox.com/scl/fi/on91qxfuz9d…
Report
מאנטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים:
בן הרה"ג ר' ישעי' גדלי' קויפמאן שליט"א דומ"ץ קראלי וומסב''ג.
ב"ר אשר אנטשיל ליכטענשטיין הי"ו.
ב"ר יושע בער סאמעט הי"ו.
ב"ר חיים נחום פישער הי"ו.
ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק ד', דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.

אין די פארמיטאג שעה'ן איז דער רבי געווען אויף די וועכענטליכע באזוך אינעם בית השחיטה המהודרת.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

פארנאכטס האט רבינו האט מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים:
הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א - הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א, באולם כינור דוד.
ר' מענדל מאיר עסטרייכער הי"ו (ב''פ) - ר' יואל משה זילבערשטיין הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די מחותנים ר' עזריאל מאיר קאהן הי"ו (וומסב''ג) - ר' שלום יוסף לעווינגער הי"ו.

בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מזוועהיל שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס בסיפורי צדיקים דער רבי האט מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:30, און מעריב ארום 12:30.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️

Monday4 Elul 57838/21/2023

Report
מוצש''ק פרשת שופטים 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א

ארום 12:15 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן לע"נ הב' מרדכי דוב פאנעט ע"ה ממציוני תלמידי ישיבת קנין תורה מאנסי, און איז אריינגעגעבן געווארן זונטאג אין ישיבה, עס איז אנוועזנד געווען הגאון הגדול דומ"ץ קר''י שליט"א און דער זיידע הרה''צ ר' חיים אלעזר ווייס שליט"א מחמעלניק מאנסי, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, און מכבד געווען הגאון הגדול הדומ"ץ שליט"א אריינצושרייבן א אות, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבנים שליט"א און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.

ארום 1:30 איז רבינו שליט''א אריבער אין שטוב פון הרה"ח ר' יואל בר"מ בראך הי"ו, ווי ס'איז פארגעקומען א חתימת שטרות אויף וואס ר' יואל הי"ו האט אפגעקויפט א זכות אינעם נייעם היכל אין בנין מבצר הכוללים בקר''י, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס איבערן וואוקס פונעם מבצר הכוללים, און איבער די הרבצת התורה לתלמידים פונעם ייטב לב זיע''א, דער רבי האט אינטערגעשריבן די שטרות אינאיינעם מיט'ן נדבן געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.

זונטאג פרשת כי תצא

אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' קלמן אליעזר אפפעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.

רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתות ו' ז' ח' סניף הר"ר יואל ווערצבערגער שליט"א בבנין קליין.
פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים.
ב"ר חנני' הירש הי"ו.
ב"ר אשר אנטשיל הערשקאוויטש הי"ו.

נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די בר מצוה בחורים און פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק זיך צוצוגרייטן צו די הייליגע טעג און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:00 נאכמיטאג ביז 11:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.

ארום 7:15 איז רבינו שליט''א אריבער אין ביהמ"ד אהל פיגא צו די הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ח ר' יעקב יצחק שטוהל הי"ו, דער רבי האט איבערגענומען די ס''ת און אפגעראכטן די ריקודי קודש און פארגעזאגט לדוד מזמור כנהוג, און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן און די בני המשפחה.

דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15 און נאך מנחה געזאגט קדיש לרגל די יארצייט פון די באבע הרבנית הענדל ע"ה א"ח הגה"ק רבי ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זצ"ל, בת מרן הגה"ק הייטב לב זצ"ל.

ארום 9:00 איז רבינו שליט''א אריבער פארענט פון ביהמ''ד הגדול ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון האשה החשובה אשת הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה"ק וראש העיר קרית יואל יצ"ו.

רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים.
ר' חנני' שמואל ווערצבערגער הי"ו - ר' ישראל פישער הי"ו.
הר"ר אברהם יוסף פריעדמאן שליט"א (וומסב''ג) - ר' יואל בר"א ביקעל הי"ו.

דער רבי האט געדאווענט מעריב ארום 11:45.

▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Show earlier days