כ''ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא-לינדען שליט"א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בבית האכסניא אין לינדען יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
כ''ק אדמו"ר מ'קאלאמייא שליט"א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בבית האכסניא אין לינדען יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א באזוכט ביי האחים הנגידים ר' ישראל ור' שמואל הארטמאן הי"ו מגדולי תומכי קהלתינו בלינדען יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 4
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א אויף א באזוך וקביעות מזוזה בבית הגה''צ ר' אליעזר מרדכי אפרים סופר שליט"א רב דקהלתינו הק' לינדען.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 10
חומש סעודה מיט די תלמידי כתה א' במוסדותינו הק' אין לינדען, בראשות נשיא המוסדות כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א. פארגעקומען באולם שע"י בנין המפואר של הרבני הנדיב מוה"ר אברהם בראך הי"ו מראה"ק בוומסב"ג יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
NoticeNews
מוצש''ק ארום 11:50 איז פארגעקומען בביתו נאוה קודש א סיום כתיבת האותיות פאר די ס''ת וואס ווערט געשריבן דורך משפחת הרה"ח ר' שלום סאנדעל הי"ו און ווערט אריינגעגעבן אין ישיבת קול אריה אין קר''י, דער רבי האט אריינגעשריבן די אותיות, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פארן נדבן און די משפחה, און משמיע געווען דברי ברכה פאר די תלמידי ורמ''י הישיבה, און דערנאך זענען די בחורים אריבער מקבל זיין ברכת הקודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
ערש''ק נאכמיטאג האט באזוכט ביי רבינו שליט''א בביתו נאוה קודש הרה"ג ר' משה מאיר בריעף שליט"א אב"ד איבראן.
פרייטאג צונאכטס ארום 8:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הגה''צ ר' אליעזר מרדכי אפרים סופר שליט"א רב דקהלתינו הק' לינדען.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פאר כולל עצי חיים בבני ברק, מען האט געענדיגט ארום 9:45, דער ציבור איז אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הגה''צ רב דקהלתינו לינדען שליט"א.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו (לאנדאן), מנוחה ושמחה: הר"ר אברהם ניישלאס שליט"א (בית שמש).
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'לא תלבש שעטנז' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון עשה דוחה לא תעשה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' הערשל ענגעל הי"ו (בני ברק), ברכהמ''ז: הגה"צ ר' יהודא ניישלאס שליט"א אבד"ק סערדאהעלי בית שמש.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון זקינו הרה"ק רבי יעקב ישראל מ'טשערקאס זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מיטוואך י"ג אלול.
קה רבון עלם: ר' שניאור יודא ענגעל הי"ו (בני ברק), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ג ר' ישראל שלמה ליכטענשטיין שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' ב"פ. מען האט געענדיגט ארום 1:10.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה"ח ר' שמואל יצחק בערקאוויטש הי"ו, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' אליעזר לעוו הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הרה''ג ר' דוד גליק שליט"א.
עליות. כהן: הר"ר שמואל משה פריעדמאן שליט"א. לוי: החתן ב"ר משה שמואל רובינפעלד הי"ו. שלישי: הגה"צ אב"ד סערדאהעלי בית שמש שליט''א. רביעי: הרה"ג ר' משה מאיר בריעף שליט"א אב"ד איבראן. חמישי: הגה''צ רב דקהלתינו לינדען שליט"א. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט דער רבי קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' יואל אברהם שווארטץ הי"ו. ר' בערל ברי''וו שווארטץ הי"ו. ר' פנחס אהרן קאהן הי"ו. ר' ליפא מאשקאוויטש הי"ו. ר' משה ארי' מייזעלס הי"ו.
שביעי: החתן ב"ר מענדל אפענהיים הי"ו. אחרון: החתן בן הר"ר הערשל גאלדבערגער שליט"א. מפטיר: הרה"ח ר' שמואל זאנוויל פאלאטשעק הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' שמואל יודא פעלבערבוים הי"ו (וומסב''ג). גלילה: הרה"ח ר' יואל בריעף הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' פנחס שפירא הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הר"ר אברהם ניישלאס שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' בעריש ברא"מ ווערטהיימער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז דער רבי איז אריינגעקומען ארום 8:15. מנחה ר' מענדל קנאפפלער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' הערש אלימלך גליק הי"ו (מאנטרעאל), כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א מו"ץ בקהלתינו הק' וומסב''ג, לוי: הרה"ח ר' ישראל שמחה לאנדא הי"ו, שלישי: הרה"ג ר' ברוך טאמבור שליט"א (לאנדאן), הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: ר' ליפא וועכטער הי"ו (לינדען).
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' מרדכי לאנדא הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'כי תצא למלחמה על אויביך' און געטייטשט אז דורך טוהן צדקה וחסד איז מען מעורר חסדי ה' יתברך אז וועט מען טוהט תשובה אויף די חטאים איז ער מוחל אויך אויף די חטאים וואס מען טוהט נישט קיין תשובה ווייל מען געדענקט נישט, און ממשיך געווען מיט שטארקע דברי התעוררות לימי הרחמים והסליחות אז צו דעם דארף מען אויסניצן די ימי אלול, עס איז דא אסאך וואס אויפצוטוהן דעם חודש און דעמאלטס איז דער בוכ"ע א חנון ה'מרבה' לסלוח.
ידיד נפש: הרה"ח ר' שאול פריעדמאן הי"ו (ב"פ), קל מסתתר: הרה"ח ר' פנחס בריזל הי"ו (ירושלים), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' משה מאיר גאטליעב הי"ו. נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך, דערנאך האט דער רבי געמאכט קידוש לבנה פארנט פון ביהמ"ד הגדול און געוואונטשן פארן גאנצן ציבור 'א גוטע וואך און א גוטע חודש'. מען האט געענדיגט ארום 10:50.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Friday8 Elul 57838/25/2023
NoticePhotos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים מסיבת לחיים נאך תפילת שחרית אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' חלק ב'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
פרייטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בבנין התלמוד תורה בנין קליין, אינאיינעם מיט תלמידי כתה ט' חלק ב' בהנהלת הר"ר בנימין בער בערקאוויטש שליט"א. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר הערש אלימלך גליק הי"ו (מאנטרעאל).
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע קינדער, און משמיע געווען דב"ק והדרכה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' אלימלך שמשון בר"א שווארטץ הי"ו, בבית זקינו הרה"ח ר' שמואל יודא קליין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר מנחם משה שטיין הי"ו. ב"ר יואל ישראל מנחם וואגשאהל הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט א שיעור און געזאגט דערביי דברי הכנה לימי הרחמים והרצון, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
נאך שחרית האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען הרה"ח ר' אברהם ווידער הי"ו ראה''ק וראש העיר קרית יואל, ע"פ אשתו ע"ה. אזוי אויך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' שמואל מארקאוויטש ע"ה.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:15 נאכמיטאג ביז 12:40 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' מענדל אפענהיים הי"ו - ר' יקותיאל שמשון גפן הי"ו, באולם כינור דוד. ר' יואל בר"ל מייזעלס הי"ו - ר' הערש לייב פישער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' ליפא שפילמאן הי"ו - הר"ר יוסף שלמה פייערשטיין שליט"א. ר' חיים לייב מארקאוויטש הי"ו - ר' ישראל מרדכי וואנחאצקער הי"ו.
מיטוואך פרשת כי תצא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה קטנה סניף ייטב פנים בהנהלת הרה''ג ר' חיים לייב זילבערשטיין שליט"א. דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און יורד געווען לפני התיבה לרגל די יומדהל''ק פון זקינו מרן הגה"ק הייטב לב זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים, און עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הר"ר חיים לייב שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און געוואונטשן פאר די רמ''י הישיבה און אלע בחורים, און דערנאך משמיע געווען דב"ק איבער די חשיבות פון עוסק זיין בתורה זיך צוצוגרייטן צו די הייליגע טעג, און ארומגערעדט במשנתו פונעם בעל הילולא וואס איז יעדעם מחייב, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
נאכמיטאג ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין מאנסי, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון פאר די הונדערטער אנ''ש תושבי מאנסי וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים.
בעת די זמני כניסה איז אויך אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק מאנסי שליט"א אינאיינעם מיט די רבני וועד החינוך דקהלתינו הק', ווי דער רבי איז איבערגעגאנגען די פרישע תקנות וגדרים וואס מען האט באשטימט ביים אסיפה נשים צדקניות פון קהלתינו הק' מיט עטליכע חדשים צוריק, דער רבי האט עס איבערגעקוקט בכובד ראש און דערנאך גע'חתמ'עט די תקנות בחתימת יד קדשו, און געגעבן פאר הגה''צ אבד''ק מאנסי שליט''א צו חתמ'נען.
ארום 8:10 האט דער רבי געדאווענט מנחה, דער רבי האט געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד.
נאך מנחה ארום 8:30 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צום עריכת שלחן הטהור לרגל די הילולא קדישא, נאך די פיש האט דער רבי געמאכט דעם סיום הש''ס וועלכע איז געלערענט געווארן דורך די חברי הקהילה און דערנאך געזאגט דעם קדיש.
במשך די סעודה האט מען געזינגען ניגוני התעורורות, מיט מכתם לדוד האט דער רבי מכבד געווען הרה"צ רבי אהרן בהרש"א טייטלבוים שליט"א רב דביהמ''ד עצי חיים סיגוט מאנסי.
רבינו שליט''א האט משמיע געווען לענגערע דברות קודש והדרכה במשנתו פונעם בעל הילולא ודברי הכנה לימים נוראים הבעל"ט, און דערנאך ארומגערעדט בשבח קהלתינו ומוסדותינו הק' אין מאנסי וואס איז ב"ה פון 'מאנסי דלעילא', און שטייגט בכמות ובאיכות אונטער די הדרכה פונעם חשוב'ן רב שליט"א ואתו עמו חשוב'ע און געטרייע עוסקים במלאכת הקודש וואס ארבעטן שווער לרומם קרן הקהילה והמוסדות און בויען בנינים מופארים במסירות נפלאה סיי בתי מדרשים און סיי די בניני המוסדות וואס בויעט זיך מיט א שנעלקייט שלא כדרך הטבע, דערביי האט דער רבי מעורר געווען נישט אוועקצושיקן די בחורים אין פרעמדע ישיבות וואס דאס ברענגט אז צום סוף קומט מען אן אין ארץ ישראל, און אנצוהאלטן די גדרים וסייגים וואס מען האט געמאכט בעניני צניעות נאכן גרויסן אסיפה אין די קהילה פאר אלע נשים צדקניות, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב פארן גאנצן ציבור.