הגה"צ ר' דוד דוב דושינסקיא שליט''א חדב''ן ורב דביהמ''ד אהל פיגא בעיר האבות סיגוט יצ''ו אויף שבת אינאיינעם א חבורה לקראת שמחת נישואי בתו הכלה תחי' בחודש מרחשון הבעל"ט.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
בילד
כ''ק אדמו"ר מנדבורנא ביתר שליט''א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
פרייטאג כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. בן הגה''צ ר' קלמן האלבערשטאם שליט"א אב''ד צאנז קר''י ומנהל הישיבה. ב"ר יונתן בלייער הי"ו.
דער רבי געצינדן 5 ליכט לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הגה"ק ר' ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זיע''א, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א מסיבת לחיים בהיכל הביהמ"ד, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן מנהל שליט"א און פאר די בר מצוה בחורים און די תלמידי הישיבה, און משמיע געווען דב"ק ארויסברענגענדיג אז מען דארף לערנען תורה מתוך שמחה, און מעורר געווען אויסצוניצן די וואך וואס איז נאך געבליבן אין חודש אלול, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
באריכט
דאנערשטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר שלמה ברז"ל גליק הי"ו. ב"ר דוד בר"מ עקשטיין הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
נאך שחרית איז דער רבי אריבער צום בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען און מספיד געווען ביי די לויה פון הרה"ח ר' יוסף יאקאב ע"ה, פון דארט איז דער רבי אריבער געגאנגן מנחם אבל זיין הרה"ח ר' אברהם מרדכי וועבער הי"ו ומשפ' ע"פ בנו ע"ה.
דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בביתו נאוה קודש.
מיטאג צייט אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם פערטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:35.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון 6:20 נאכמיטאג ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יוסף חביב באסול הי"ו - ר' רחמים אברהם דאנא הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' מרדכי ווידער הי"ו -ר' משה הערש בראך הי"ו. הר"ר משולם פייבוש יואל מעכעלאוויטש שליט"א - הר"ר חיים בנימין כהנא שליט"א.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א באזוך בקו''פ כ''ק אדמו"ר מנאדבורנה ביתר שליט"א, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס, דער רבי האט אים מכבד געווען מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15, און מעריב ארום 12:30, פאר מעריב האט דער רבי געצינדן 5 ליכט און איז צוגעגאנגען צום עמוד און געזאגט די קדישים לרגל די יומדהל''ק פון זקינו הגה"ק ר' ישראל יעקב יוקל מ'וואלאווע זיע''א.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מיטוואך פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' משה שמואל שטיין הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. תאומים בני ר' אברהם בערגער הי"ו. ב"ר משה ראטה הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
פארמיטאג אום 1:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם דריטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:40.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:20 נאכמיטאג ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די מחותנים ר' יואל ברי"י ראזענפעלד הי"ו (מאנטרעאל) - ר' יואל ברמ"י ווייס הי"ו, באולם כינור דוד.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יודא שלמה פריעדמאן הי''ו (וומסב''ג) - ר' אברהם ווייסמאן הי"ו. ר' שלמה יקותיאל הערשקאוויטש הי"ו - ר' מנחם ישעי' לעווי הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז געווען אויף א קורצע באזוך בקו''פ כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף ירושלים שליט"א, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכות קדשו.
נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם לאקאל פון שלומי'ס גראסערי אין שכונת ברוך טעם אין קרית יואל, אינטער די אייגנטומער-שאפט פון הרה"ח ר' שלמה ניישטאדט הי"ו חבר הנהלת מבצר הכוללים, דער רבי האט זיך אומגעקוקט אויפן געשעפט און דערנאך קובע געווען א מזוזה אויפן הויפט אריינגאנג, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס דער רבי האט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
בילדער · 2
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א איז מספיד ביי די לויה פון הרה"ח ר' יוסף יאקאב ע"ה נעכטן אין ביה"ח אין קרית יואל.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
רייכע אויסגאבע 'היימשטאט' בעיר הגדולה לאלוקים 'קרית יואל' יצ"ו - פרשת כי תבא תשפ"ג לפ"ק.
לרגל הולדת הבת שיחי' אצל נכדו הר"ר אלעזר טייטלבוים שליט''א (לאנדאן) בן הגה''צ אבד"ק וומסב"ג שליט''א, וחתן הגה"צ ר' חיים יודא באב"ד שליט"א ראש ישיבת תורת חסד לאנדאן יצ"ו
דינסטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' הלל פאגעל הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יודא ברי"ש בראך הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' יואל ברנ"מ קויפמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף עצי חיים שיעור ג'. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק י"ח.
נאכן דאווענען זענען די בחורים אריין בקו"פ בחדרו הפרטי לקראת זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט און מאציל געווען מברכות קדשו.
פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם צווייטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה, און נאכן שיעור האט זיך דער רבי כדרכו מפלפל געווען בריתחא דאורייתא מיט תלמידיו הנאמנים בעומק הסוגיא א לענגערע צייט. מען האט געענדיגט ארום 2:45.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו די וועכנטליכע זמני כניסה. זמני כניסה בקו''פ איז געווען פון ארום 4:30 נאכמיטאג ביז 11:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:15, און מעריב ארום 10:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה ארום 11:20 איז רבינו שליט''א אריבער צום נייעם פראכטפולן בוטשער דקהלתינו הק' ומוסדותי' אויף מורטל עוועניו אין וומסב''ג, ביים אנקומען האט זיך דער רבי באגריסט מיט די ראשי הקהילה והמוסדות און געהערט א באריכט פון די פלענער אויף ווייטער, דער רבי האט זיך אומגעקוקט א לענגערע צייט אויף אלע אפטיילונגען און דערנאך קובע געווען א מזוזה, און זיך באדאנקט און ווארעם געוואונטשן פאר די עסקנים און הנהלת הקהלה והמוסדות הרה''ח ר' אברהם בראך הי''ו מראה''ק ובריח התיכון פון די געשעפטן, הרה''ח ר' יחזקאל דוד בערקאוויטש הי''ו מנהל המוסדות, און אויסגעלויבט די קענטליכע שווערע האראוואניע פונעם עסקן הרה''ח ר' יואל לאנדא הי''ו.
ארום 11:50 איז דער רבי אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴▫️
דינסטאגי"ב אלול תשפ"ג8/29/2023
בילדער · 10
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א איז זיך מפלפל בריתחא דאורייתא מיט תלמידיו הנאמנים בעומק הסוגיא נאכן שיעור און אויפן וועג אהיים.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
ווידיאו
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים געבן די סוגיא שיעור היינט דינסטאג בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה אלס הכנה צום דרשת שבת שובה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
באריכט
מאנטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען די ברית'ן. לבן הנולד אצל ר' שמעי' שפיטצער הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. לבן הנולד אצל ר' חיים ישראל לעווי הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף דברי יואל, ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און פארגעלערנט דעם טעגליכן תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ד.
אין די פארמיטאג שעה'ן איז רבינו שליט''א אריבער צום בנין פון די נייע מקוה טהרה בקר''י ווי עס איז פארגעקומען א מעמד יציקת הבורות פאר עטליכע נייע בורות, דער רבי האט געגאסן די בורות און מכבד געווען די נדבני הבורות הרה"ח ר' אברהם יקותיאל יערמיאש הי"ו און הרה"ח ר' יחזקאל בר"א בראך הי"ו צו גיסן זייערע בורות, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארמירט א שיינע שמועס מיט די רבני וועד לעניני מקוואות, דער רבי האט געטרינקן לחיים און ווארעם אנגעוואונטשן פאר די נדבנים.
פארמיטאג אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם ערשטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:35.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:45 נאכמיטאג ביז 12:15 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
פארנאכטס האט רבינו שליט''א מסדר קידושין געווען ביי די חופה פון די פאלגענדע מחותנים. ר' אברהם עזרא אפעלדארפער הי"ו (ב''פ) - ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו, באולם כינור דוד. ר' שאול גרינפעלד הי"ו (וומסב''ג) - ר' שלמה הערש פישער הי"ו, באולם בית רחל פאראדייס.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' גבריאל שמואל ווייס הי"ו - ר' חיים אלי' פעלבערבוים הי"ו. הר''ר יעקב שלום ווייס שליט"א - ר' שלמה זלמן עפשטיין הי"ו.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו"פ הר"ר יעקב יוסף בן הרה"צ ר' יצחק טווערסקי שליט"א נכד האדמו"ר מסקווירא שליט"א מיט בנו הב' הבר מצוה ני"ו לקבל ברכת הקודש.
בערך אום 10:45 זענען אריין בקו"פ הרה"ח ר' דוד עקשטיין הי"ו מראה"ק אינאיינעם מיט הרה"ג ר' ישראל בער שטיין שליט"א מו"ץ קהלתינו וומסב"ג, ווי רבינו שליט"א האט אים ממנה געווען אלס דומ"ץ בית המדרש החדש וואס ווערט געבויעט דורך הנהלת קהלתינו הק' אויף די דזשיקוב גאס בשכונת 'דברי יואל' אין קר"י, דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו להורות את דבר ה' ולהגדיל תורה ולהאדירה.
זונטאג פרשת כי תבא 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' ירמי' מיטטעלמאן הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר אברהם יואל רובין הי"ו.
נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בחדרו הפרטי.
ארום 1:00 אזייגער איז רבינו שליט''א ארויסגעפארן קיין לינדען ניו דזשערזי, צו די חומש סעודה מיט די תלמידי כתה א' במוסדותינו הק' וואס איז פארגעקומען באולם שע"י בנין המפואר של הרבני הנדיב מוה"ר אברהם בראך הי"ו מראה"ק בוומסב"ג יצ"ו ווי עס זענען אויך אנוועזנד געווען די עלטערן און די זיידעס פון די קינדער. די קינדער האבן געזינגען עטליכע ניגונים און חרוזים לכבוד המעמד, עס האט אויפגעטרעטן הגה''צ ר' אליעזר מרדכי אפרים סופר שליט"א רב דקהלתינו הק', און די קינדער האבן געזאגט די פסוקי חומש ויקרא כנהוג. דער רבי האט געטרינקן לחיים און משמיע געווען דב"ק לכבוד המאורע און מסיים געווען מיט ברכות לרוב, און דערנאך האט דער רבי פארטיילט א סידור פאר אלע קינדער, אויך האט דער רבי פארטיילט מטבעות פאר די קינדער פון די עלטערע כיתות במוסדותינו הק'. מען האט געענדיגט ארום 3:00.
נאך די חומש סעודה איז רבינו שליט''א אריבער אויף א באזוך וקביעות מזוזה בבית החדש פון הגה''צ רב דקהלתינו שליט"א, דער רבי האט קובע מזוזה געווען, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, עס האט זיך פארצויגן א שיינע שמועס און דער רבי האט ווארעם מאציל געווען מברכות קדשו.
פון דארט איז רבינו שליט''א אריבער לבית האכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' ישראל הארטמאן הי"ו, דער רבי האט צום ערשט געטרינקן לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו פאר האחים הנגידים ר' ישראל ור' שמואל הארטמאן הי"ו מגדולי תומכי קהלתינו ומוסדותינו בלינדען יצ"ו.
דערנאך איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון בבית האכסניא פאר אנ''ש תושבי לינדען וועלכע זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים.
במשך די זמני כניסה זענען געווען אויף באזוכן בקודש פנימה כ''ק אדמו"ר מקאלאמייע שליט"א, כ''ק אדמו''ר מראחמיסטריווקא לינדען שליט''א, און כ''ק אדמו''ר מקאסאן שליט''א, ווי עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן מיט יעדן פון אדמור"ים שליט"א, דער רבי האט מכבד געווען די אדמורי''ם מיט לחיים און מאציל געווען מברכות קדשו.
נאך די זמני כניסה ארום 5:30 האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אויפן וועג אהיים לביתו נאוה קודש אין קר''י.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:45 נאכמיטאג ביז 12:20 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' יוסף מענדל פרידריך הי"ו - הר"ר יונתן בנימין בוכינגער שליט"א. הר''ר יחזקאל שרגא שטיין שליט''א - ר' יואל פריינד הי"ו.
נאך מעריב איז רבינו שליט''א אריבער אין בית החיים ווי דער רבי האט זיך משתתף געווען ביי די לויה פון הב' שלמה זלמן ע"ה ב"ר אברהם מרדכי וועבער הי"ו מחשובי תלמידי ישיבתינו הק' שיעור ד'.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
מאנטאגי"א אלול תשפ"ג8/28/2023
בילדער · 3
כ''ק אדמו"ר מקאסאן שליט"א בביקור אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א בבית האכסניא אין לינדען יצ"ו.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
נייעס
מזל טוב לכ"ק רבינו הגה"ק שליט"א
לרגל הולדת הבן שיחי' אצל נכדו הר"ר אשר אנשיל אשכנזי שליט''א (מאנטשעסטער) בן חדב''נ הגה''צ רב דביהמ''ד אבני צדק שליט''א וחתן הרה"צ ר' חיים מאיר ערענסטער שליט"א רב דביהמ"ד וויזניץ מאנטשעסטער.