לרגל הולדת נכדו שתחי' בן לנכדו הרב יהושע מרדכי אלעזר לאבין שליט''א חתן חדב''ן הגה''צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט''א.
שישו ושמחו בשמחת רבינו
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
שב''ק פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 7:50 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י. מען האט געענדיגט דאווענען ארום 9:30, דער ציבור אריבער זאגן גוט שבת און דער רבי איז אריין בחדרו הפרטי.
ארום 10:00 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די הונדערטער תלמידי שיעור ג' פון די ישיבות קטנות אין קר''י, און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה. אשת חיל: נכד רבינו הב' החתן מאיר אליעזר ט"ב בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א (בני ברק).
פאר די פיש האט רבינו שליט''א משמיע געווען דב"ק אויפן פסוק 'אתם נצבים היום - אם אתם רוצים לעמוד בעולם עסקו בתורה' מען זאל מאכן די ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג בלימוד התורה בהתמדה.
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הר"ר נפתלי צבי בראדי שליט"א, מנוחה ושמחה: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א בן האדמו"ר מדעעש ב"ב שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא.
קה אכסוף: הרה''ג ר' ברוך שלמה וויינבערגער שליט"א, ברכהמ''ז: נכד רבינו הרב ליפא רובין שליט"א חתן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק רבי מיכל מ'זלאטשוב זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט מאנטאג כ"ה אלול.
קה רבון עלם: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו (לאנדאן), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה''ג ר' חיים אליעזר דאווידאוויטש שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 12:30.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד ארום 9:40. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יצחק מיטטעלמאן שליט"א, דער רבי האט פארגעזאגט וכרות פסוק בפסוק און צוגעגאנגען צו שחרית שחרית.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' דוד שלמה בערגער הי"ו, פסוקי שמע ישראל: הר"ר ישעי' פאנעט שליט"א.
עליות. כהן: ר' ישראל מאיר פריעדמאן הי"ו, - דער רבי האט קורא שם געווען לרגל הולדת בתו למז''ט. לוי: החתן ב"ר אברהם בערגער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר אביש אקער הי"ו. רביעי: החתן ב"ר חנני' גאלדבערגער הי"ו. חמישי: החתן ב"ר יואל זילבערשטיין הי"ו. שישי: רבינו שליט''א.
נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א קורא שם געווען לרגל הולדת הבת אצל: ר' פישל ברמ"ב לאנדא הי"ו. ר' דוד בר"י פאלקאוויטש הי"ו. ר' פישל ברי"צ סופר הי"ו. ר' יואל שלמה זאלדאן הי"ו. ר' יעקב משה פריעדמאן הי"ו.
שביעי: הרה"ח ר' מאיר ווערטהיימער הי"ו. אחרון: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא קאהן הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' בערל פאלאטשעק הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' הערשל בראדער הי"ו. גלילה: הרה"ח ר' אשר וויזעל הי"ו.
מוסף: הרה"ח ר' חיים ידידי' פישער הי"ו, פתיחה לאנעים זמירות: הרה"ח ר' יואל ברד"ש בערגער הי"ו.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' שלמה ברוך בר"מ טייטלבוים הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל. מען האט געענדיגט ארום 12:40.
נאכמיטאג פאר מנחה איז רבינו שליט''א אראפגעקומען אינעם זאל בביתו נאוה קודש ווי די קאפעליע האט פארגעזינגען די 6 נייע ניגונים פון די ימים נוראים הבעל"ט, און דער רבי האט מאציל געווען מברכות קדשו עס זאל זיין מיט הצלחה און סייעתא דשמיא.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 7:45. מנחה: ר' ישראל שפיטצער הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' חיים יחזקאל קרישעווסקי הי"ו (לאנדאן), כהן: הרה"ח ר' שלמה כ"ץ הי"ו, לוי: הרה"ח ר' צבי אליעזר מארמארשטיין הי"ו, שלישי: חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ישמח משה שליט"א, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' ישראל יעקב סופר הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט רבינו שליט''א מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'אתם נצבים היום' און געטייטשט אז משה רבינו האט מחזק געווען אידישע קינדער אז הקב''ה ווארט אז אידן זאלן עפענען א פתח כחודו של מחט, אבער א פתח מוז זיין און דעמאלטס וועט הקב''ה עפענען א פתח כפתחו של אולם מקבל זיין די תשובה לרצון און משפיע זיין רב טוב לבית ישראל.
ידיד נפש: הגה''צ ר' מאיר צוויבל שליט"א, קל מסתתר: הרה"ח ר' יוסף זאב מויזקאפף הי"ו (וומסב''ג), דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
פרייטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אינאיינעם מיט די תלמידי כתה ט' חלק א' בהנהלת הר"ר יואל שפיטצער שליט"א בבנין התלמוד תורה בנין הירש ג"ב לאנדא. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים, מען האט געזינגען עטליכע ניגונים דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר אלע בחורים, און משמיע געווען דב"ק והכנה לימי הרחמים והרצון הבעל"ט, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דאנערשטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
אינדערפרי איידער תפילת שחרית איז פארגעקומען א ברית לבן הנולד אצל ר' יודא יואל וויינשטאק הי"ו, ווי דער רבי איז געווען סנדק ומוהל.
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף ברך משה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר חיים וואלף פריעדמאן הי"ו. ב"ר צבי אביגדור פעקעטע הי"ו. ב"ר אברהם שמואל מאשקאוויטש הי"ו. ב"ר שמחה קלאגסברוין הי"ו. ב"ר מנחם נחום קרויס הי"ו. ביים ליינען איז דער רבי געגאנגען הגבה, און נאכן דאווענען געבלאזן שופר, און דערנאך משמיע געווען דב"ק והכנה לימי הרחמים והרצון, די איינציגסטע וועג ארויסצוגיין זכאי בדין איז דורך לימוד התורה, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי.
ארום 1:50 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי עס איז פארגעקומען דער 'מעמד סיום הזמן', עס האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' מאיר צוויבל שליט"א, און דערנאך האט דער רבי פארגעלערנט דעם לעצטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
נאכמיטאג ארום 6:15 איז רבינו שליט''א אנגעקומען צו די תנאים זאל בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט. ווי עס איז פארגעקומען די סיום מסכת כתובות פאר די תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל וואס האבן זיך פארהערט די גאנצע מס', עס האט אויפגעטרעטן דער מנהל הרה"ג ר' דוד שלמה עקשטיין שליט"א, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פאר די רמ''י הישיבה און די תלמידים, און משמיע געווען קורצע דב"ק והדרכה לבין הזמנים און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געענדיגט ארום 6:30.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:30 נאכמיטאג ביז 1:45 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 8:10, און מעריב ארום 12:30, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Friday22 Elul 57839/8/2023
File
גליון "קול התאחדותינו" פרשת נצבים-וילך שנת תשפ"ג לפ"ק. (מהדורת ארה"ב)
יו"ל ע"י התאחדות אברכים דחסידי סאטמאר - שיכון קרית יואל בני ברק יצ"ו
גם רצו"פ מדור משולחן מלכים
עם מאמר נפלא 'פינת יקרת' בענין: באשמורת הבוקר קראתיך א'ל מהולל מאת הג"ר שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א.
ועם מדור מעשה חש"ב החדש 'שבחי רמב"ן' ביאורים בדברי הרמב"ן בפרשתן
מיטוואך פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט אינאיינעם מיט תלמידי ישיבה קטנה סניף חכמת התורה. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב''ר יואל שטיינמעטץ הי"ו. ב''ר יקותיאל אפרים פישל האלפערט הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר. פאר תפילין דר"ת איז אריין בקו"פ הרה"ג ר' שלמה שבתי קעסטנבוים שליט"א לרגל שמחת בר מצוה של בנו ני"ו, דער רבי האט זיך אריינגעלאזט אין א לומדיש'ן שמועס אין די סוגיא פון מתנה על מנת להחזיר, און איבער מנהגי ישראל בימי הרחמים והסליחות, און דער רבי האט אים מאציל געווען מברכת קדשו. דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בביתו נאוה קודש.
נאכמיטאג האט רבינו שליט"א טעלעפאניש מבקר חולה געווען מריחוק מקום הגה"צ דומ"ץ קהלתינו ב"פ שליט"א וועלכע איז אריבער א שווערע הארץ פראצעדור און מאציל געווען מברכת קדשו לבריאות השלימות ולכוח"ט. ארום 4:30 איז רבינו שליט''א אנגעקומען בבית מדרשינו הגדול אין בארא פארק, ווי עס איז געווען זמני כניסה בקו''פ לקראת הימי הרחמים והרצון ביז אום 1:30 אויפדערנאכט, און איז גלייכצייטיג פארגעקומען צוזאמען מיט די יערליכע מסיבה לטובת קופת רבינו - אבני חסד, ווי די חשוב'ע נדבנים און אנ"ש תושבי ב"פ האבן געהאט די זכי' אריין צו גיין אל הקודש פנימה איבער געבן זייער נדבה.
ארום 7:15 האט דער רבי געדאווענט מנחה און ארום 12:40 געדאווענט מעריב בהיכל ביהמ"ד הגדול, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
עס האט זיך געשלענגלט א רייע אינטער א ספעציעל אויסגעשטעלטן סדר אראנדזשירט דורך עסקני הקהלה ווי שווערע הונדערטער מאנ"ש תושבי בארא פארק זענען אריין אל הקודש פנימה בפו"פ להפקד בדבר ישועה ורחמים, האבן זיך אנגעזען, רבני ודייני קהילתינו און צענדליגער רבני העיר וראשי ישיבות ונכבדי העדה, צווישן אנדערע: הגה"צ אבד''ק ב"פ שליט"א, כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א, עס האט זיך פארצויגן שיינע שמועסן און דער רבי מאציל געווען מברכות קדשו.
נאך די זמני כניסה אום 1:40 איז רבינו שליט''א אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין קר"י.
▫ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫
Photos · 7
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים סיום מסכת כתובות פאר די תלמידי המתיבתא סניף דברי יואל וואס האבן זיך פארהערט די גאנצע מס', פארגעקומען אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Video
כ''ק רבינו הגה''ק שליט"א ביים סיום הזמן בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה, ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם לעצטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה ע"מ להחזיר' אלץ הכנה צום דרשת שבת שובה דרשה.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
דינסטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית אין ביהמ"ד עצי חיים סיגוט. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פארן בר מצוה בחור ב"ר שמואל זאב טאבאק הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און געזאגט פופצן קאפיטלעך תהילים כנהוג, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט'ן בר מצוה בחור בביתו נאוה קודש.
מיטאג צייט אום 1:20 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בבית מדרשינו הגדול 'בקומת מאיר זעליג' ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם זיבעטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה, פאר די הונדערטער אברכי הכולל וועלכע האבן געהאט די זכיה מיטצולעבן דעם שעה של תענוג און נאכן שיעור האט זיך דער רבי כדרכו בקודש מפלפל געווען א לענגערע צייט מיט די רבני הכולל בעומק הסוגיא. אזוי אויך האט מען אריבערגעפירט א לייוו הוקאפ בהיכל המתיבתא אין קר''י ווי די תלמידי הישיבה האבן מיטגעהאלטן דעם טעגליכן סוגיא שיעור. מען האט געענדיגט ארום 2:10.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 4:30 נאכמיטאג ביז 11:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
בעת די זמני כניסה איז אריין בקו''פ הגה"צ אבד''ק בית אהרן שליט"א לברך ולהתברך לקראת די ימי הרחמים והרצון.
דער רבי האט געדאווענט מנחה ארום 7:15, און מעריב ארום 9:10, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Report
מאנטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל ישיבה גדולה שיעור ד'. ביים ליינען האט דער רבי עולה געווען שלישי און נאכן דאווענען געבלאזן שופר.
נאכן דאווענען האט דער רבי פארגעלערנט א שיעור משולב בדברי חיזוק והדרכה לימי הרחמים והרצון הבעל"ט, דערנאך זענען די תלמידי הישיבה אריין בקו''פ בחדרו הפרטי ווי דער רבי האט אנגעוואונטשן ברכת קדשו לקראת די ימי הרחמים והרצון הבעל"ט.
אין די פארמיטאג שעה'ן זענען אריין בקודש פנימה תלמידי כתה ח' סניף הר"ר יואל שטערן שליט"א פון וומסב''ג נאכן זיך אויסצייכענען במשך די יאר מיט קבלת טובות בעניני תפילה, דער רבי האט משמיע געווען דברי ברכה און פארטיילט מטבעות קודש פאר די תלמידים.
מיטאג צייט אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם זעקסטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
נאכמיטאג איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין וומסב''ג צו זמני כניסה פאר אנ''ש צוליב די ריבוי העם לקראת הימי הרחמים והרצון. זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 4:30 נאכמיטאג ביז 9:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף היוז סט.
ארום 6:30 האט דער רבי געדאווענט מנחה בביתו נאוה קודש, און דערנאך ווייטער ממשיך געווען אויפנעמען דעם ציבור.
נאך די זמני כניסה איז רבינו שליט''א אריינגעפארן קיין ב''פ צו די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א, עב''ג בת הרב יחיאל גרינפעלד שליט''א בן הרה"ג רבי משה שליט"א אב"ד סעמיהאלי בארא פארק יצ"ו וחתן הגה"צ רבי זושא בעער שליט"א אדמו"ר מראצפערט, וואס איז פארגעקומען אין די ספינקא זאלן אין ב"פ. דער רבי איז אנגעקומען ארום 10:00 און זיך באגריסט מיט די חשובע זיידעס און רבנים, עס האבן אויפגעטרעטן דער מחותן חדב"ן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א און דער זיידע הגה"צ אבד"ק וואלאווע שליט"א, דער רבי האט מסדר געווען די תנאים, און מכבד געווען דער זיידע הגה"צ אב"ד סעמיהאלי שליט"א צו ליינען די תנאים.
דער רבי האט געטרינקען לחיים און אנגעוואונטשן פארן חתן, מחותנים, און די גאנצן ציבור, און משמיע געווען דב"ק בעניני שמחת חתן וכלה, אויסגערעכענענדיג דערביי דעם גרויסן יחוס פון חתן כלה, און מסיים געווען מיט ברכות לרוב. מען האט געזינגען ניגוני שמחה און דער גאנצער ציבור איז אריבער וואונטשן מזל טוב פאר רבינו שליט"א, דערנאך האט זיך דער רבי ארויסגעלאזט אין א טאנץ מיט די חשובע זיידעס שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 11:00, אויפן וועג ארויס האט דער רבי אנגעוואונטשן פאר די כלה כנהוג.
דערנאך האט דער רבי מנחם אבל געווען משפחת המנוח הרה"ח ר' פנחס צבי דוב פריינד ע"ה.
פון דארט איז רבינו שליט''א אהיימגעפארן לביתו נאוה קודש אין וומסב''ג ווי דער רבי האט געדאווענט מעריב.
▫️ סאטמארע נייעס 🌴 ▫️
Report
זונטאג פרשת נצו"י 'בצל הקודש' פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
רבינו שליט''א האט געדאווענט שחרית בהיכל המתיבתא סניף קדושת יואל. פארן דאווענען האט דער רבי תפילין געלייגט פאר די בר מצוה בחורים. ב"ר יצחק נפתלי מאנן הי"ו. ב"ר ישעי' ווערצבערגער הי"ו. ב"ר אהרן יודא לעבאוויטש הי"ו. נאכן דאווענען האט דער רבי געבלאזן שופר, און דערנאך פארגעלערנט דעם טעגליכi תהילים שיעור אויף קאפיטל י"ח פסוק כ"ב, דערנאך איז פארגעקומען א לחיים מיט די בר מצוה בחורים בחדרו הפרטי. אזוי אויך זענען אריין בקו''פ א קבוצה בחורים מתלמידי הישיבה אינאיינעם מיטן מנהל שליט"א מקבל זיין ברכת הקודש לרגל זייער נסיעה למקומות הקדושים אין אייראפע, דער רבי האט אויסגעפרעגט די פרטי הנסיעה און דער רבי האט פארטיילט שליח מצוה געלט פאר די בחורים און מאציל געווען מברכת קדשו.
מיטאג צייט אום 1:45 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען בהיכל המתיבתא סניף ויואל משה ווי דער רבי האט פארגעלערענט דעם פינפטן סוגיא שיעור אין די סוגיא פון 'מתנה על מנת להחזיר' אין בעפארברייטונג צו די דרשת שבת שובה. מען האט געענדיגט ארום 2:30.
זמני כניסה בקודש פנימה איז געווען פון ארום 6:10 נאכמיטאג ביז 12:30 אויפדערנאכט, בביתו נאוה קודש אויף איהעל קט.
רבינו שליט''א האט געליינט תנאים אין די תנאים זאל בביתו נאוה קודש פון די פאלגענדע מחותנים. ר' שמואל אהרן זינגער הי"ו - ר' יצחק אייזיק קראוס הי"ו. ר' משה מנחם שלעזינגער הי"ו - ר' מיכאל משה ברילל הי"ו.
כ"ק אדמו"ר מסערדאהעלי שליט"א בביקור בקו'''פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א, לברך ולהתברך בברכת השנים בעת די זמני כניסה אין ב"פ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 3
הגה"צ אבד"ק ב"פ שליט"א בקו"פ אצל כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א לברך ולהתברך בברכת השנים בעת די זמני כניסה אין ב"פ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Wednesday20 Elul 57839/6/2023
Photo
Tuesday19 Elul 57839/5/2023
Photos · 12
כ"ק רבינו הגה"ק שליט"א ביי די שמחת התנאים פון נכדו החתן הרב מאיר אליעזר ט''ב שליט"א בן חדב''ן הגה"צ רב דביהמ''ד ברך משה שליט"א, עב''ג בת הרב יחיאל גרינפעלד שליט''א בן הרה"ג רבי משה שליט"א אב"ד סעמיהאלי בארא פארק יצ"ו וחתן הגה"צ רבי זושא בעער שליט"א אדמו"ר מראצפערט, נעכטן נאכט אין די ספינקא זאלן אין ב"פ.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Photos · 5
כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א ביים געבן א סוגיא שיעור אלס הכנה צום דרשת שבת שובה, היינט דינסטאג בהיכל כוללינו אין וומסב''ג.
▫️ סאטמאר'ע נייעס 🌴 ▫️
Sunday17 Elul 57839/3/2023
Report
שב''ק פרשת כי תבא 'בצל הקודש'פון כ''ק רבינו הגה''ק שליט''א
פרייטאג צונאכטס ארום 8:05 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען אין ביהמ''ד מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, קבלת שבת: הרה''ג ר' חנני' גאלדבערגער שליט"א.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען אן אפיעל פארן חסידישן סעמינאר אין ירושלים עטה"ק. מען האט געענדיגט ארום 9:35, דער עולם איז אריבער זאגן גוט שבת, און דער רבי איז אריין לחדרו הפרטי.
ארום 10:15 איז רבינו שליט''א אריינגעקומען צום שלחה''ט בהיכל השלחנות אינאיינעם מיט די תלמידי המתיבתא און אנגעהויבן כדרכו בקודש שלום עליכם ברגש ובנעימה.
אשת חיל: נכד רבינו הבה"ח מאיר אליעזר ט"ב ני"ו בן הגה"צ רב דביהמ"ד ברך משה שליט"א, הגבהת הכוס: הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו (ירושלים).
מיט די זמירות האט רבינו שליט''א מכבד געווען. כל מקדש: הרה"ג ר' שלמה הערש בר"א עקשטיין שליט"א מו"ץ, מנוחה ושמחה: הרב חיים מאיר שטיין שליט"א.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט בדרך דרוש אין די סוגיא פון ספיקא דאורייתא מן התורה.
קה אכסוף: הרה"ח ר' ליפא ברייער הי"ו (מאנסי), ברכהמ''ז: הרה''צ ר' בערל גלאנץ שליט"א מבארדיוב קר''י.
עובדות וסיפורים די וואך האט רבינו שליט''א דערציילט פון הרה"ק ר' מרדכי דוב מ'האראנסטייפל זיע''א, וואס די יארצייט געפאלט פרייטאג כ"ב אלול.
קה רבון עלם: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א (ב"פ), די פרישע חתנים זענען אריבער נעמען פירות, אז ביום השביעי: הרה"ח ר' אהרן אייזען הי"ו (ירושלים). מען האט געענדיגט דעם טיש ארום 12:45.
וביום השבת קודש
שב''ק אינדערפרי איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 9:35. פסוקי דזמרה: הרה''ג ר' יחזקאל געלבשטיין שליט"א, צו שחרית איז דער רבי צוגעגאנגען.
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף זאב מויקאפף הי"ו (וומסב''ג), פסוקי שמע ישראל: הר"ר יוסף בנימין שטערן שליט"א.
עליות. כהן: הרה"ח ר' יודל כ"ץ הי"ו. לוי: החתן ב"ר אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו. שלישי: החתן ב"ר יואל זילבערשטיין הי"ו - באווארפען. רביעי: החתן ב"ר חנני' גאלדבערגער הי"ו - באווארפען. נאכן עולה זיין האט רבינו שליט''א געמאכט דעם מי שברך וקריאת השם לרגל הולדת הבת אצל. ר' אפרים אליעזר שטערן הי"ו. ר' נחמי' ווערצבערגער הי"ו. ר' יואל ברמ"צ גאלדמאן הי"ו. ר' משה ברח"א יאקאב הי"ו. דערנאך האט עולה געווען: הרה"ח ר' יצחק אייזיק זילבערשטיין הי"ו. שביעי: הרה"ח ר' יצחק ערענפעלד הי"ו. אחרון: החתן ב"ר יוסף לעווי הי"ו. מפטיר: הרה"ח ר' יעקב מיטטעלמאן הי"ו. הגבה: הרה"ח ר' ברוך מרדכי ראזענבערג הי"ו. גלילה: ר' בנימין יחזקאל שרגא ווייס הי"ו.
מוסף: הר"ר ישראל מאיר טייטלבוים שליט"א רב קאלבאסוב מאנסי, פתיחה לאנעים זמירות: ר' אשר זעליג גרינבערג הי"ו. מען האט געענדיגט ארום 12:35.
נאכן דאווענען איז רבינו שליט''א אריבער צום ביהמ"ד ציעשנוב צו די שמחת הקידושא רבא פון נכד גיסו הגה"צ אבד''ק מאנטרעאל שליט"א, בת הנולד אצל הרב אלחנן חיים טייטלבוים שליט"א חתן הגה"צ רבי שלמה רובין שליט"א אב"ד ציעשנוב קר"י, דער רבי האט קידוש געמאכט און טועם געווען מזונות אין פיש און ווארעם אנגעוואונטשן פארן בעל שמחה, פארן זיידן אב"ד ציעשנוב ק"י און פארן עלטער זיידן הגה"צ רבי חיים יעקב רובין שליט"א אבד"ק ציעשנוב, און דערנאך פארן גאנצן ציבור. עס האט זיך פארצויגן א לענגערע שמועס בסיפורי צדיקים מיט די חשובע רבנים שליט"א. מען האט געענדיגט ארום 1:15.
רעוא דרעווין
צו מנחה ושל''ש איז רבינו שליט''א אריינגעקומען ארום 8:00. מנחה: ר' יואל ברא"ח גאלדמאן הי"ו, הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' יוסף לעווי הי"ו, כהן: הר''ר יעקב ברז"ל גליק שליט''א (וומסב''ג), לוי: הרה"ח ר' אברהם עזרא אפפעלדארפער הי"ו (וומסב''ג), שלישי: הרה"ג ר' מנחם זאב שטערן שליט"א מו"ץ בקהלתינו וומסב''ג, הגבה: רבינו שליט''א, גלילה: הרה"ח ר' חיים הערש גאלדבערגער הי"ו.
זמירות ביי של"ס האט דער רבי מכבד געווען. אודה: הרה"ח ר' נח גפן הי"ו, שיר המעלות: הרה"ח ר' משה גאלדשטיין הי"ו.
רבינו שליט''א האט געזאגט תורה אויפן פסוק 'ועתה הנה הבאתי את ראשית פרי האדמה' און געטייטשט אז חודש אלול ווען מען איז עוסק בתשובה בלאזט מען מיט א שופר מען דארף כאטש האבן א קליינע פתח, מרמז צו זיין פתחו לי פתח כחודו של מחט, מען דארף צו מאכן א אתערותא דלתתא און התחלה איז חצי הכל.
ידיד נפש: הר"ר פרץ טובי' דייטש שליט"א, קל מסתתר: הרה"ח ר' זונדל דרוממער הי"ו, דער רבי האט געבענטשט אויפן כוס און געזאגט שבע ברכות.
מעריב מוצש''ק: הרה"ח ר' מנחם זאב מאקעבעצקי הי"ו, נאך הבדלה איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטע וואך. מען האט געענדיגט ארום 10:30.
נאך הבדלה האט רבינו שליט''א מנחם אבל געווען משפחת הרה"ח ר' יוסף יאקאב ע"ה. ארום 12:40 איז רבינו שליט''א אנגעקומען אין זאלן פון בית רחל פאראדייס צו די סיום מסכת קידושין דורך די הונדערטער תלמידי כתה ט' מכינה לישיבה פון ביידע סניפים פון מוסדות קרית יואל, עס האבן זיך אויך משתתף געווען די עלטערן און זיידעס פון די בחורים, מען האט פארגעזינגען חרוזים, דער רבי האט געטרינקן לחיים און אנגעוואונטשן פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש און מיט התרגשות ארויסגעברענגט דאס חשיבות אז אזויפיל הונדערטער בחורים זענען מסיים גאנץ מסכת קידושין, און מסיים געווען בברכות לרוב. דערנאך האט דער רבי פארטיילט פאר אלע בחורים א זמירות ברך משה. מען האט געענדיגט ארום 1:15.